קאך_לעפל האט געשריבן:ווי עס קוקט אויס איז דער צוקניפטע פרעזידענט הי''ה קאפיטאן גדליהו היפש קאנסערוואטיוו (צו''ל) געשטימט, ווארים ער קאמפיינט אז ס'איז אלעס גוט אין אמעריקע, און ער גייט עס בלויז מאכן נאך בעסער. בבחינת מאך אמעריקע גרעסער נאכאמאל. וואלט ווען אונזער קאפיטאן גדליהו ווען געווען א ליבעראלער, חלילה וחס, וואלט ער ווען אויף קיין רגע נישט אויפגעהערט צו וויינען און צו לארעמען אז ס'איז נישט גוט... גארנשט איז גוט... אמעריקע גייט אונטער... דאס ביסל איבערבליינישן פון אונזער וועלטל וועלכע האלט אט אט ביים פארניכטעט ווערן דורך קלימאט ענדערונג ווערט חרוב דורך איצטיגע ראסיסטישע אדמיניסטראציע....
קום ארום קלאר קאפיטאן גדליהו... דו ביזט דאך אן עילו... שטעל די פאקטן גראד.
איהר זייט טיילווייז גערעכט, ווארום מיר זענען ווירקליך שטארק דערקעגן אזוינע עלעמענטן וואס פראבירן אנזייען שרעק און כאאס מיט'ן תירוץ אז די וועלט גייט חרוב. האלא! זינט די מענטשהייט האט עקזיסטירט ווארענט מען שוין אז די ענדע גייט קומען. שוין טויזענטער מאל וואס מ'האט געשריגען אז אלעס קומט צו א ענדע (איינער דא געדענקט נאך Y2K?) און דערווייל זעמיר קביע וקיימא... זאל ג-ט ווייטער האלטען זיין רעכטע האנט.
אבער דאס זיינען מיר נישט מסכים אז איהר זאלט אונז אריינלייגען אין אזוינע קאטעגאריעס וואס האבען מער שייכות מיט אליגארכן און מאנארכן ווי איידער דעמעקראטיע. אין א פרייע לאנד איז יעדע מענטש פריי פון סיי וועלכע לעיבעל. גדליה קאמפיינט אויף די גדליה פלאטפארמע, און נאר זיינע מיינונגען זענען אים מחייב.
דאס זייענדיג געזאגט, זענען מיר שטארק צופרידען צו זעהן אז אונזער מעסעזש ווערט - ג-ט געלויבט - גאר גוט אויפגענומען ביי די אמעריקאנע באפעלקערונג פון אלע שיכטען און קרייזען, און ס'איז ממש ווי די אידישע תלמוד שרייבט אויף די קעניגען אסתר, אז יעדע פאלק האט געמיינט זי קומט פון זייער פאלק, ממש אזוי האלט מיר דא, אז יעדע זעהט זיך אין גדליה, דער קאנסערוואטיוו שטיצט אונז ווייל ער זעהט קאנסערוואטיווע שטריכן (גדליה איז שטארק קעגען די היינטיגע מערכה אויסצורייסען רעליגיע, למשל) און דער ליבעראל שטיצט אונז ווייל ער זעהט ליבעראלע שטריכן (למשל אונזער פאזיטיווע שטעלונג לטובת אימיגראנטען) און אזוי אויך דער ליבערטעריען און די גרין פארטי - מיר געווינען אריבער מענטשען פון אלע שיכטן און קרייזן.
מיר זענען דייקא נישט מסכים מיט די א. ג. סלאגאן "מאך אמעריקע גרויס נאכאמאל" וויבאלד דאס איז א געפערליכע באהאלטענע פעסימיזם - גרויס נאכאמאל? ס'איז נישט גענוג גרויס? און טאמער נישט ווי אזוי קען איך עס מאכען גרעסער? סתם נארישקייטען. בסך הכל קען איך זיין א געלונגענע פרעזידענט, איך קען נישט מאכען קיינעם גרעסער אדער קלענער ווי ער איז.. ווי געשמועסט זענען די זאכען א טייל פון די שמועס ביי געוויסע פאליטיקאנטן וועלכע זענען סטאק ערגעץ צווישען די ערשטע און צווייטע שלב, זיי האלטען אונז נאך אינמיטען קאנווינסען אז די מצב איז געפערליך, אדער אז זיי זענען די איינציגסטע מלאך המושיע... אונז טראכט מיר נישט אפילו פון יענע שלבים וויבאלד מיר האבען שין קלארגעשטעלט אז די מצב אין אמעריקע איז גאנץ פיין און אז ס'איז דא גענוג פיינע קאנדידאטן און די עולם זאל זין רואיג. אמעריקע וועט נישט בלייבען אן א פיינעם פרעזידענט. אבער למעשה איז א שאד די עולם זאל נישט געניסען פון א גדליה פרעזידענטשאפט... אלזא לאמיר צוקומען צו די פערטע שלב:
נארמאלע סענסיבל פלענער ווי אזוי איך גיי פירען די לאנד. דאס ברויכען מיר קלארשטעלען כדי מענטשען זאלען קענען בוחר זיין צו זיי ווילן וועהלן פאר מיר אדער נישט. היות די ערשטע דריי שטאפלען זענען גאנץ קלאר און פשוט קענען מיר פאקוסירען אונזער גאנצע כח און ענערגיע צו ערצייגען דראמאטישע און קלארע פלענער ווי אזוי מיר גייען פירען דאס לאנד מיט א געואלדיגע געניטשאפט.