גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

די בארימטע וואוילטעטיגע פערלס ארגאניזאציע, וועלכע האט זיך שוין בארימט געמאכט מיט אירע פריוון אריין צו ברענגען קאממע"ן קאו"ר ביים היימישען ציבור, און צו קעמפען קעגען מאסטער וועלכער פראבירט אויך צו טוהן די זעלבע זאך, פירט אצינד דורך א דראמאטישע און גרויסארטיגע קאמפיין צו שאפען געלד פאר זייערע וואוילטעטיגע אקציעס.
אין א גאר פאבליצירטע "כלל ישראל" קאמפיין טוהט די פערלס ארגאנזיאציע פאררופען א ריזן אקציע צו שאפן גרויסע געלטער, וועלכע וועלען העלפען אויסברייטערען די אקטיוויטעטן פון פערל"ס.
פערל"ס האט אין די פארגאנגענהייט ארויסגערופן אויפברויז פון אינערהאלב די מער קאנסערוואטיווע פליגעל אין די סאטמארע פארטיי, ווען פארשידענע גדולי ישראל זענען ארויסגעטרעטן קעגען זייערע פעולות, טענה'נדיג אז זיי זענען משתף פעולה מיט אונזערע ארכי שונאים, די יעניגע וואס ווילען איינפירען מ'זאל אויסלערנען קינדער ווי אזוי צו רעכענען נאמבערס, און שרייבען אויף די ענגלישע שפראך, מיט די לאטיינישע בוכשטאבן.
די רעכטע עלעמענטען האבן ארויסגעברענגט אין מערערע פליג בלעטלעך אז פערל"ס שטעלט אן א דאפעלטען פנים: פון איין זייט זאגען זיי אז זיי ארבעטען צו באקעמפען די פריוון אויסצולערנען נאמבערס און עי בי סי פאר די חרדי'שע אינגעלעך. פין די אנדערע זייט אבער, לויטן די אומשטעטיגטע קלאגעס, טוען זיי אקטיוו מיט ארבעטען מיט די צד שכנגד, און זיי פארהאנדלען און מאכען פשרות, אזוי ארום אז ביז א קורצע צייט וועלען מעגליך די קינדערלעך יא זיין באהאווענט אין נומבערס און עי בי סי'ס.
אבער ממש לעצטענס איז פערל"ס געווארן אטאקירט פין די מער צענטער-לינקע פליגלען אינערהאלב די חרדי'שע-חסידישע פארטייען.
די רעדע איז איבער די אפעקטיוויטעט פון די פערל"ס ארגאנזיאציע. מאנכע זאגען אז דאס געלט וואס גייט געשאפען ווערן פון די היימישע ערליכע אידנטום, אידען וואס מוטשען זיך צו לייגען ברויט אויפ'ן טיש, און צאלן שווערע טויזענטער חודש'לעך צו קענען וואוינען נעבן די יאפיס פון סאוט וויליאמסבורג, וועט אינגאנצען נישט גיין פאר די וואוילטעטיגע אקציעס פון עהרליכע עסקנים צו באקעמפען פרעמדע לימודים, נאר פאר היימישע עסקנים פון איינע פון די סאטמערע קרייזען, וועלכע איז נאנט פארבינדען מיט פערל"ס.
שמועות קורסירען אז די פילע מיליאנען וואס ווערן אין די איצטיגע טעג געשאפען, וועט גיין אויף וויכטיגע צוועקען, צאלען גראסערי ביללס, שכר לימוד ביללס, וכדו', פון חשוב'ע עסקנים וואס געבען זיך אוועק בלב ונפש פאר די קאמפיין.
די זארג איז אז די עסקנים וועלען נעמען דאס רוב פון די געלט, אלץ שכר בטילה פאר'ן אנפירען מיט די גרויסארטיגע קאמפיין, און מען וועט נישט האבען די נויטיגע פאנדען צו קענען מבטל זיין די עי בי סי'ס און נאמבערס ווי אויך די פלוס און מייניס צייכען, פון אונזערע לימודים אין די חדרים.
די וואס זענען באהאווענט אין די דין ודברים, ווערען געבעטן צו קומען ארויסגעבען וואס זיי ווייסען.
די פרשה האלט זיך אינמיטען אנטוויקלען. פרטים יבואו

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.
יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
הנוי והנצח האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.
יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
איך ווייס גארנישט, איך לייג עס ארויף אז מען זאל נזהר זיין און זיך נאכפרעגן די ווארהייט פון די קאמפיין
שוב יום אחד לפני מיתתך
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.
אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...
גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!
אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...
אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...
גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!
אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
הנוי והנצח האט געשריבן:וויאזוי ווייסטו אז מען שארט געלט דארט? אויב אלע קהלות און מוסדות האבן געפילט פאר וויכטיג אז זייערע אנ"ש זאלן זיך אנשליסן אין דעם קאמפיין, גלייב איך אז זיי זעהן די נחיצות הענין, און זיי שטייען פון די נאנט און האלטן מיט די פילע פעולות פון פערל"ס.
יעדער ווייסט די געוואלדיגע אויפטוען וואס זיי האבן געמאכט פאר די היימישע מוסדות. אין אזא קריטישע צייט ווען דער חינוך פון אונזערע קינדער ברענט, איז נישט קיין צייט צו זיין פארנומען מיט נארישע פאליטיק און לשה"ר, נאר מיטן כח האחדות וועט מען זיגן.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
ווי עס קוקט אויס איז איצט פארהאנען צוויי צוגאנגען אינערהאלב דאס חרדי'ש אידענטום.
איין צוגאנג איז אז מיר זאלען געטרויען די קהילות און מוסדות, מיט די חשבון, ווי איהר זענט פיין מסביר בטוב טעם ודעת, אז אונזערע מוסדות האבען א פיינעם גוטען טרעק רעקארד, מיט'ן טוהן וואס איז די בעסטע פאר די קינדער און די עלטערן, און אז די מוסדות שטיצען די קאמפיין, אדער עכ"פ א גרויס חלק מוסדות שטיצען עס, ברויכען מיר זיך פארלאזען בלינדערהייט!
ווידעראום אנדערע טענה'נען אז ניין, די מוסדות זענען נישט באגלייבט, אן דעם וואס א אומאפהענגישע ארגאן זאל האלטען א איבערזיכט און זאגען פאר'ן ציבור פונקט ווי די געלד גייט, וואס מען טוהט, און אויב מען מאכט פשרות.
די אינטערסאנטע זאך איז, אז די טענות הערט מען סיי פון רעכטען לאגער און סיי פון לינקען לאגער. דער קרעמניצער, הרב וויינבערגער פון עיר הבירה נייטרע יצ"ו, און דער קרית יואל'ער רבי, ווי אויך דער שפאטיווקער זז"ג, זענען אלע ביי די זעלבע מיינונג: פערל'"ס טאר נישט זיין די אויסשליסליכע אויטאריטעט איבער די פרשה. ,
דאס איז א גאר וויכטיגע אנטוויקלונג אין די אומאנגענעמע פרשה, וואס דראעט צו צערייסען דאס יהדות החרדית אין אזא קריטישע צייט.
דער פאקט אז די פערל"ס עסקנים געבען נישט ארויס קיינע ציפערען, און קיינע קלארע באריכטען, געבט צו צי די פארדאכטן, ווארום זיי כאפען נישט אז מיר לעבען שוין היינט אין שנת תש20 ווען מענטשען ערווארטען מיטצוהאלטען וואס גייט פאר פון די אינערליכע קוליסען.
ימים ידברו.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
קורקלענד האט געשריבן:אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.
אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...
גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!
אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...
די אנטי גדליה קרעפטען שארפען זיך די ציין, ציטערנדיג אז מיר וועלען אויפדעקען זייער קארופציע...
ליהוי ידיע אז אדערווייל האבען מיר נישט קיין קלארע אינפארמאציע, אזוי לאנג ווי דער שופר-בלאזער האט נישט געבלאזען די תקיעה גדולה. מיר געבען איבער די טריקענע אינפארמאציע וואס די גאס שמועסט.
אבער דער פאקט אז די עסטעבלישמענט ציטערט אין די הויזען, ווייזט אז רוב מנין ובנין פון די מענטשהייט וויל א נייע פירערשאפט. נאך מער, דאס ווייזט אז די עסטעבלישמענט ציטערט דייקא פון די גדליה קאנדידאטור. פארוואס? לאז איך יעדען פריוואט באשליסען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
דא איז נישט קיין רעדע פון אנטי גדליה קרעפטן וכדו', מען זוכט נישט קיינעם אונטערצוברענגען, מען האט פשוט געוואלט ארויסברענגען אז אין אזא צייט דארף מען נישט זיין פארנומען מיט "קאנסיפיראציע טעאריעס" קעגן א מוסד וואס איז געשטיצט און געפירט דורך מנהיגי ישראל פון אלע קהילות, אין יעדע מערכה וואס כלל ישראל האט געפירט מאז היתה לגוי זענען אייביג געווען די "חכמים" וואס האבן געזוכט אריינצוברענגען ספיקות ביים המון אז די מנהיגים האבן זייטיגע אינטערעסן און מיינען נישט די טובה פונעם ציבור.גדליה האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:אזויווי די עסטאבלישמענט האט נישט אינדארסירט גדליה, האט ער זיך באראטן אז ס'איז געקומען די צייט ארויסצוברענגען די עכטע קארופציע וואס טוהט זיך אפ אינערהאלב די היימישע עסטאבלישמענט. ס'איז באקאנט אז גדליה איז א ריזיגע גלויבער אין חסידישע דיעפּ סטעיט קאָנספּיראַציע. ער האט אפי'איינמאל ארויפגעלייגט א אָפּ-עד דערוועגן אויף די אפיקורסישע קאווע שטיבל וועבזייטל.
אין א פרישע פריוו האט ער זיך גענומען צו די באקאנטע עסטאבלישמענט פערלס ארגענעזאציע. לעצטענס איז פערלס ארויסגעקומען מיט אזא סטעיטמענט אז היי יאר, אנדערש ווי אלע אנדערע יארן וועט מען נישט קענען מכפר זיין די עבירות דורך כופר נפשַ וואו התאחדות האט אלע יארן מחייב געווען, נאר אט די יאר וועט זיין עפעס א אויסנאם 'אינטערנעט' קאמפיין. און נאר דורך די אינטערנעט וועט מען קענען גיבן דער ביי יעריגער כופר נפש...
גדליה מיט זיין געשליפן צינגל האט ווידער ארויסגעברענגט זייער שטארק די דורך געפוילטע אקטיוויטעטן אינערהאלב אונזער עסקנישער סיסטעם!
אנקעטער זענען ווידער שטארק מסופק וואספארא אפעקט די לעצטיגע פראוואקאציעס זיינע וועלן האבן אויפן קאמפיין, ס'וועט נאך געדויערן עטליכע וואכן ביז מ'וועט עס אנהייבן זעהן אין די נומערן...
די אנטי גדליה קרעפטען שארפען זיך די ציין, ציטערנדיג אז מיר וועלען אויפדעקען זייער קארופציע...
ליהוי ידיע אז אדערווייל האבען מיר נישט קיין קלארע אינפארמאציע, אזוי לאנג ווי דער שופר-בלאזער האט נישט געבלאזען די תקיעה גדולה. מיר געבען איבער די טריקענע אינפארמאציע וואס די גאס שמועסט.
אבער דער פאקט אז די עסטעבלישמענט ציטערט אין די הויזען, ווייזט אז רוב מנין ובנין פון די מענטשהייט וויל א נייע פירערשאפט. נאך מער, דאס ווייזט אז די עסטעבלישמענט ציטערט דייקא פון די גדליה קאנדידאטור. פארוואס? לאז איך יעדען פריוואט באשליסען.
וואס האט זיך אויסגעלאזט פון די אלע "מערערים" ווייסט יעדער, דער עולם איז נישט געפאלן פאר זיי און נאכגעגאנגען (יא, בלינדערהייט...) די הדרכה פון די גדולי ישראל, און אזוי האט מען ממשיך געווען די מסורה און כלל ישראל האט געהאט א קיום.
צו דיינע טענות זענען וואהר איז נישט קיין נפקא מינה, אויב עס האבן זיך גענומען די מיה עסקנים וועלכע ליגן שוין אין די מערכה א לענגערע תקופה, און קעמפן ציין און נעגל פאר אונזערע קינדער, און האבן זיך אונטערגעגארטעלט בהמלצת הרבנים שליט"א צו באשיצן די חינוך אין ניו יארק, דארף מען זיי שטיצן בגוף ובממון עד הסוף, בפרט אז זיי זענען שוין מוחזק אין זייערע פעולות פון פריער, מען ווייסט וואס זיי טוען און וועמען זיי רעפרעזענטירן, איז א חוב פאר יעדן צו טון כל מה שביכלתו לטובת די קאמפיין.
אין אזא קריטישע צייט ווען דער עתיד פונעם חינוך ליגט אויפן וואגשאל, דארף מען זעהן זיך צוזאמצונעמען באחדות, און נישט פירן קיין ביליגע מערכות וואס ברענגען סייווי גארנישט. אויב דער היימישער עולם איז צוטיילט, געבט דאס כח פארן צד שכנגד אויסצופירן זייערע בייזוויליגע פלענער, היו לא תהיה.
אויב דו ביסט טאקע אזוי באזארגט אויפן עסטאבלישמענט אז זיי טוען נישט ריכטיג, זאלסטו אליין שטיין אויפן פראנט און קעמפן פארן חינוך מיט דיין מהלך, לאמיר זעהן צו דו וועסט מצליח זיין. סתם קריטיקירן אהן קיין לעזונגען וועט דיר גארנישט ברענגען, ס'וועט נאר אפשוואכן די מערכה און קאליע מאכן די פעולות פון די געטרייע עסקנים. הצלחה וברכה בכל מעשי ידיכם.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
"פארברעכעריש"? דו האסט קראנטע באווייזן אזוי צו זאגן? לויט זייער Track record זענען זיי ווייט פון פארברעכעריש. דו האסט א פראבלעם אין נאמנות? איז פארוואס האבן גדולי ישראל נישט קיין פראבלעם מיט דעם? גאנץ אידישקייט האסטו אפגעפרעגט, דו קענסט נישט געבן קיין געלט פאר קיינעם ווייל אפשר זענען זיי פארברעכעריש....איש את רעהו האט געשריבן:געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.
" מען וועט שפעטער ליידן"? נישטא פון וואס צו לאכן. וואס מיינסטו גייט געשעהן, מען גייט גיין מסר'ן די רעגירונג מיט די געלטער? ס'איז נישטא קיין מער פארזיכערטע אינוועסטמענט פון דעם.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 955 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
די פאראדאקס פין פערלס איז, אז זיי זאגן זיי דארפען געלט אויף לויערס צו פייטן די די עי פי, ווען רוב מוסדות קימו וקבלו צו לערנען לימודי חול, אלא מאי? מוז דאך זיין אז זיי גייען פאר די מוסדות וואס לאזן זיך נישט און ווילען נישט לערנען קיין לימודי חול, און זיי זאגן דאך אז פערלס פארטרעט זיי נישט, אלזא איז דא גרויסע קשיא, פאר וועמען גייט פערלעס נעמען לויערס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איסר האטלקי האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:געלד דארף מען אריינלייגן אינעם פושקע אויב מען איז זיכער עס איז ריכטיג
על הצד אז דא ווערט געטון פארברעכערישע אקט, פארוואס זאל מען דאס שטיצן? און שפעטער דערפון ליידן.
ליידן פון וואס? גייסט גיין אין גיהנום פאר'ן פאלגן דעת תורה פון רוב גדולי ישראל?
וועלכע גדולי ישראל האבן דעת תורה? איך ווייס אז טאמער מען פאלגט נישט דער גערער רבי, האט מען א דין מבזה תלמיד חכם, שמע מינה אז א תלמיד חכם איז ער, אבער די אנדערע? וואס עפעס?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
מיר ווילן מער נישט זיין קעלבער!
[justify]ברוקלין – דער פראבלעם פון נישט לערנען געהעריג ענגליש האט אלעמאל עקזעסטירט, אבער דער עולם גולם האט איינגענומען א שווייגעניש, און מ'האט קיינמאל נישט צופול גערעדט איבער דעם. ביז איינמאל אין מיטן העלן טאג איז אויפגעשטאנען אן אפגעפארן יונג, עמיצער וואס איז אויסשליסליך אויסן זיך אפצורעכענען מיטן סיסטעם, וואס ער באשולדיגט פאר זיינע פערזענליכע דורכפעלער אין לעבן, און ער האט אנגעהויבן מאכן א טומל איבער די ערציאונג אין אונזערע מוסדות.
דורכאויס אלע גענעראציעס האבן אידישע קינדער אלעמאל געוויסט, אז דאס חינוך און דאס צוקנופט פון אונזערע טייערע קינדער - איז דאס שווארץ אפעל פון אויג, און מ'טאר דערצו אויף קיין שום פאל נישט צורירן. מען דארף זיך צוהאלטן צו די הייליגע מסורה אפגעזען פון אלע שטערונגן וואס דער שטן רוקט נאכאנאנד אונטער. די פארשאלטענע משכלים האבן אלעמאל געזוכט אריינצושטעקן זייערע טמא'נע נעגל אינעם חינוך פון די קינדער, מיטן אויסרייד אז זיי זארגן זיך אנגעבליך צו פארבעסערן די צוקנופט פון אונזערע קינדער. אידן האבן זאגאר אלעמאל געוויסט אז די משכלים מיינען נישט אונזער גוטס. זיי זארגן זיך גאנץ קנאפע פאר אונזער טובה פון אונזערע קינדער – זייער אויסשליסליכסטער ציל איז בלויז אונטערצוברענגן דעם כלל ישראל.
דער שטאט ניו יארק איז צום באדויערערן א ליבעראלער שטאט – דער בירגערמייסטער ביל דיבלאזיא הי''ה זעלבסט איז א ראדיקאלער לינקער אקטיוויסט. די ליבעראלן וועלכע לעכצן נאך וואס מער מאכט און קאנטראל אויף די מענטשהייט - זענען גאר שטארק קאנצעטרירט אויף ערציאונג. זיי זענען נישט אזוי אינטערעסירט אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער געאָגראַפיע, היסטאריע, אדער אמעריקאנע אנטשויאונגען – זיי ווילן מער ווייניגער אז מ'זאל לערנען מיט די קינדער וואס מער איבער חזירים און חזירות, און איבער די קלימאט - אז דער וועלט קומט צו אן ענדע, און בלויז א דאנק זייערע טעטיקייטן גייט די וועלט נישט אונטער גיין. זייער אויסשליסליכסטער ציל איז בלויז אז די קינדער זאלן אויסוואקסן גענוי ווי זיי, ליבעראלן. אזוי אז ווען זיי וועלן אויפוואקסן וועלן זיי שטימען פאר די דעמאקראטישע פארטיי און זיכער מאכן אז די ליבעראלן דעראבערן זיך וואס מער מאכט און קאנטראל אויף די אלגעמיינער מענטשהייט.
דערפאר האבן די משכילים אצינד געפונען אן אפענעם אויער ביים בירגערמייסטער ווען די רעדע איז ערציאונג. דער בירגערמייסטער וועלכער איז זעלבסט א ראדיקאלער לינקער אקטיוויסט - זעט פאר זיך אצינד א גאלדענעם געלעגנהייט צו באשאפן נאך פעטענציאלע ליבעראלן וועלכע וועלן ענווענטועל שטימען פאר די דעמאקראטישע פארטיי.
אנשטאט מען זאל זיך צוהאלטן צו די הייליגע מסורה ווי ביז היינט, און באקעמפן די רשעים און די משכלים ימ''ש מיטן גאנצן קראפט, זוכן גאר מאנכע איינצוגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט די משכלים און די ליבעראלן. זיי כאפן נישט אז דער גאנצער ציל פון די משכילים און די ליבעראלן איז בלויז אויסצורייסן אידישקייט – זיי מיינען גארנישט צו פארבעסערן די ערציאונג פון אונזערע קינדער. דער ניגון וואס זיי זינגן, איז בלויז דער שפאלט פון די טיר פון וואו זיי זוכן זיך ביסלעכווייז אריינצודרונגען אין אונזער הייליגער חינוך.
דער ווירקליכער אורזאך פארוואס די אנגעבליכע עסקנים זוכן איינצוגיין אויף קאָמפּראָמיסן מיט די משכילים און די ליבעראלן – איז אויך בלויז זיך צו דעראבערן וואס מער מאכט און רייכטום. זיי ווילן נישט אז די געלט קראנען פון די רעגירונג זאל חלילה פארשטאפט ווערן, ווארום אזוי ארום זענען זיי נישט אזוי שטארק אנגעוויזן אויף די פינאנציאלע שטיצע פון די עלטערן - און זיי קענען געוועלטיגן אויף די מענטשהייט מיט אן אייזענעם פויסט. די גאנצע אנגעבליכע חינוך מערכה איז בלויז מאכט און געלט, און יעדער ערליכער איד דארף אוועק שטיין פון דעם ווי פון אפפאל, און זיך נישט לאזן פארפירן פון די היסטעריע וואס די מאכט-אויסגעהונגערטע עסקנים און געלט פרעסער דרייען אן.
ווי שיין וואלט ווען געווען, ווען די אנגעבליכע עסקנים זאלן זיין אויפריכטיג מיט אונז און דורכפירן א אפענעם רעפערענדום. זיי זאלן ארויסשטעלן א באריכט גענוי ווי פול געלט זיי באקומען פון די רעגירונג פער קינד, און גענוי ווי הויך זייערע געשוואלנע געהאלטער זענען, און שטעלן א אויסוואל פאר די עלטערן - צו זיי ווילן דעקן דעם דעפעציט, אדער צו זיי ווילן אז מ'זאל נאכקומען די פאדערונג פון די משכילים און די ליבעראלן און איינפירן ענדערונגן אינעם חינוך. און ערשט דאן, און בלויז דאן, זאלן זיי פאסן באשלוסן איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. עס איז שוין די העכסטע צייט אז דאס דיקטאטורשאפט פון די פארטיי-קאמיסארן וועלכע רופן זיך מיטן שיין-קלונגענעם נאמען רבנים, און די מאכט מאכט-אויסגעהונגערטע און געלט-גייציגע פארשוינען וואס רופן זיך עסקנים, זאל קומען צו אן ענדע. מיר זענען שוין צו לאנג קעלבער...[/justify]

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]ווי שיין וואלט ווען געווען, ווען די אנגעבליכע עסקנים זאלן זיין אויפריכטיג מיט אונז און דורכפירן א אפענעם רעפערענדום. זיי זאלן ארויסשטעלן א באריכט גענוי ווי פול געלט זיי באקומען פון די רעגירונג פער קינד, און גענוי ווי הויך זייערע געשוואלנע געהאלטער זענען, און שטעלן א אויסוואל פאר די עלטערן - צו זיי ווילן דעקן דעם דעפעציט, אדער צו זיי ווילן אז מ'זאל נאכקומען די פאדערונג פון די משכילים און די ליבעראלן און איינפירן ענדערונגן אינעם חינוך. און ערשט דאן, און בלויז דאן, זאלן זיי פאסן באשלוסן איבער די צוקנופט פון אונזערע קינדער. עס איז שוין די העכסטע צייט אז דאס דיקטאטורשאפט פון די פארטיי-קאמיסארן וועלכע רופן זיך מיטן שיין-קלונגענעם נאמען רבנים, און די מאכט מאכט-אויסגעהונגערטע און געלט-גייציגע פארשוינען וואס רופן זיך עסקנים, זאל קומען צו אן ענדע. מיר זענען שוין צו לאנג קעלבער...[/justify]
ווי גוט זאגסטו, און הלוואי וואלט אזוי געווען, עס איז דא איבער גענוג אין כלל ישראל אויסצוהאלטן אלע מוסדות.
נאר איין חילוק איז ווען די געלט קומט פון די גאווערמענט, לאנטש פראגרעם, וואטשערס, וכדו' בלייבט נאך איבער פון די געלט רייך צו מאכען די אדמורי"ם מיט די אדמינסטראטן. אבער אז די געלט וועט קומען פון אחינו בני ישראל, וועט עס זיין לשם שמים וויפיל עס פעהלט אויס צו אויסהאלטן די בתי חינוך.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 78
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
- האט שוין געלייקט: 125 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
ער איז גערעכט, די בלאזיא איז טאקע א ראדיקאלע לינקער, אבער ווען ס'איז געקומען צו אונזער חינוך האט ער זיך נישט אריינגעמישט (א דאנק די עסקנים וואס האבן געהאט א השפעה אויף אים) און פארקערט, ווען יאפעד האט אנגעפאנגען בונטעווען אויף די רעגירונג הלמאי מען מאכט נישט קיין אינספעקשאנס אויף די מוסדות, האט די בלאזיא איגנארירט און פרובירט עס אראפצולייגן אונטערן טיש, און מאסטער אליין באקלאגט זיך אויף די בלאזיא "that he is stonewalling", עכ"פ ער איז נישטא זיך אריינצומישן אין אונזערע געשעפטן, און אפילו אויב זיין עדויקעישאן דעפט. וועט עפעס טון, קומט עס פשוט אדאנק די אויסטערלישע דרוק וואס די מוסרים לייגן.אישתישבי האט געשריבן:דער בירגערמייסטער איז טאקע א לינקער, אבער דער גאנצע מעשה האט גארנישט מיט אים, פונקט פארקערט, אים אינטערעסירט גאנץ ווייניג וואס מען לערנט ביי אונז אין די חדרים.
ומכאן התשובה פאר די אלע העצערס קעגן די "געלט גייציגע" עסקנים, אז די בלאזיא האט הכרת הטוב פאר די היימישע ציבור, צוליב דעם וואס ער האט נאנטע קשרים מיט די עסקנים וואס קענען אים פון זיינע יארן אלס קאונסילמאן פון בארא פארק, און זיי האבן א גוטע השפעה אויף אים צו בענעפעטירן דעם היימישן ציבור.
קאך לעפל איז גערעכט מיט זייו פאליטישע אנאליז לגבי די ליבעראלן און די בלאזיא וואס זיי זוכן ארויפצוצווינגען זייער גרויליגע לעבנסשטייגער אויף די יונגווארג, אבער זיין העצע קעגן די עסקנים און רבנים איז פשוט קינדעריש, און גראבט אונטער די נאמנות וואס אונז האבן פאר די מנהיגי ישראל. נישט אלעס איז פערפעקט, ס'קען אלעמאל זיין חסרונות אין יעדע מערכה, אבער הצד השוה שבהם אז זיי מיינען אונזער גוטס און טוען פאר אונזערע דורות. מאסטער ושותפיו ווינטשן זיך פאר אזא פירוד אינעם היימישן לאגער, דאס מאכט שטערקער זיין גאנצע מלחמה.
די נקודה איז, רעדן און האקן בריש גלי אויף יעדן איז זייער גרינג, אבער טון למעשה פאר אונזער קינדער טוען נאר זיי, און ווילאנג זיי זענען די עומדים בראש המערכה דארפן אונז שטיין צו די האנט, מיט א פאראייניגטע כח, ובכח הרבים נעשה ונצליח.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
הנוי כ'נעם אן דיין מוסר רייד.
כ'האב עטליכע פראגעס.
וויפול געלט באקומען די מוסדות פון די רעגירונג פער קינד?
וויפול איז די געהאלט פון די אלע הויכע איינגעשטעלטע אין די מוסדות?
וויפול (אויב מ'מעג פרעגן הויך) גנב'עט מען?
דאס זענען די פאדאמענטלע פראגס וואס דער ציבור דארף צו וויסן, איידער מ'גיבט איבער דאס עתיד פון אונזערע קינדער פאר זיי אין די הענד.
מיר די עלטערן ווילן וויסן צו עס איז פארהאן א מעגליכקייט צו דעקען דעם דעפעציט אן די שטיצע פון די רעגירונג, אז יא? פילייכט לוינט זיך נישט איינצושטעלן ענדערונגן אינעם חינוך...
נישט אזוי?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
די עתיד איז סייווי אין זייער הענט. די אלע שאלות זענען געווארפען זאמד, ווייל קיין אנדערע עסקנים האט מען נישט. היצקעפ זענען גארנישט ווערט. טאמער א צווייטער גרופע עסקנים קומען מיט אן אחריות און א פארטיגע זאך, ממילא. יעצט איז עס בלויז היצקעפ, און די טענה פון געלט אויף די אנדערע זייט טוישט דאס נישט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: גדולי ישראל צוטיילט איבער וויכטיגע פערל"ס קאמפיין
איך האב געהאט ערנסטע ספיקות אויב פערלס איז א גניבה שטיק אדער טאקע לש''ש. נאר יעצט אז נישט יעדער שטיצט זיי און מען האקט קעגן זיי ווייס איך אז זיי זענען יא לש''ש.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk