ראש השנה, אמאל און היינט
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
ניין, איך האב צו דעם נישט מודה געווען. איך וואלט זייער געוואלט מטדה זיין און זיך אומאנ׳ן זיסע לידער און זיך אנעסן א גאנצע טאג נאך א געכיפערטע דאווענען, נאר די גמרא רופט אן די טעג ימי תשובה, און רעדט ארום דער דין וואס ווערט אפגעטון אין די טעג, מער ווי אלע אנדערע דינים, און די מדרשים זענען פול דערמיט, און דער רמב"ם האט נישט געדארפט צו שווער זיך מאטערן דאס צו טרעפן. דעריבער איז עס א געלעגענהייט צו זיין מער פארזיכטיג אויף די מעשים אז זיי זאלען זיין אין איינקלאנג מיט די דין וואס מיר האפען פאר זיך און די משפחה, און עס איז אויך א געלעגענהייט א טראכט צו געבן צו די לעבן קלאפט טאקע מיט וואס איז געפאדערט פון אונז, כדי די לעבן זאל זיך נישט אפענדיגען להבל וריק
אמת, דער רמב"ם אין הל׳ תשובה וועגן שופר איז זייער מאדנע, אבער יעדער וואס איז באקאנט אין לשונות הרמב"ם ווייסט אז קיין דרשן איז ער נישט געווען, עכ"פ אין יד. ממילא דארף מען זוכען א פשט, ואם רק הוא מכם הוא רק.
אלענפאלס, דער שרעק פון ראש השנה איז נישט קיין נייע זאך, ווי דער פותח האשכול וויל אונז זאגען, און עס איז נישט קיין סתירה מיט די שמחה פון די פסוק. און טאמער עס איז ביי איינעם שווער פארוואס די תורה דערמאנט בכלל נישט דערפון, זאל ער מוחל זיין און א קוק טון אין רמב"ן אין פרשת אמור.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער שרעק פון ראש השנה איז נישט קיין נייע זאך, ווי דער פותח האשכול וויל אונז זאגען,
די שאלה איז וואס רופסטו אן "ניי"? לויט ווי איך פארשטיי, און איך פארשטיי אז דער פותח האשכול פארשטייט אויך אזוי, האט זיך די אנגעצויגנקייט פון ראש השנה אנגעפאנגען צוזאמען מיט די צרות פון די מיטל-אלטער עפאכע, איר זענט מחולק דערמיט?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
יא, אוודאי! דער רמב"ם איז דאך איידער דער תקופה, און די מקורות אין חז"ל זענען גאנץ קלאר, פון מדרשים אין פיל ערטער, און אויך אין ש"ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך זוך נאך אין ש"ס און פוסקים פון פאר'ן מיטל-אלטער עפעס א הלכה אדער מנהג וואס ס'שטייט קלאר אז מ'האט עס געטון אלץ אימת הדין, מ'בעט דער עולם זאל זיך אנרופט ווארעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- יהודי פשוט
- ידיד ותיק
- הודעות: 703
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
- האט שוין געלייקט: 435 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
וואס מיינט ספרי חיים וספרי מתים פתוחים, אויב נישט אימת הדין?רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך זוך נאך אין ש"ס און פוסקים פון פאר'ן מיטל-אלטער עפעס א הלכה אדער מנהג וואס ס'שטייט קלאר אז מ'האט עס געטון אלץ אימת הדין, מ'בעט דער עולם זאל זיך אנרופט ווארעם.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
דו טאנצסט ארום פון נושא צו נושא. יעצט איז די קנה מדה הלכות צו מנהגים מחמת אימת הדין, פריער האסטו סתם געלייקענט די גאנצע אימת הדין, אבער יעצט ביסטו שוין מסכים.
אלזא, די גאונים רעדן פון סליחות, מאנכע עשרת ימי תשובה, מאנכע גאנץ חדש אלול. די גאונים האבען מתקן געווען די הוספות צו דאווענען בעשרת ימי תשובה, ווי זכרנו לחיים.
עסן געוויסע זאכען אלס א גוטע סימן? דאס איז א גמרא. נישט עסן ניס? א מחלוקת צווישען די דייטשע ראשונים.
האסט געמיינט די סיגעטער מהלך פון אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט ביים עלות? דאס האט נישט קיין מקור און איז א מנהג פון א קליינע צאל מענטשן.
אגב, מנהגי והלכות שמחה זענען אויך גאנץ ווייניג פארהאנען אין די פריערדיגע מקורות.
די ביידע הרגשים זענען פון די אגדות חז"ל און די ראשונים זענען דאס מסביר. און זיי בלייבען טאקע בעולם ההרגש, נישט בעולם ההלכה, און מ׳דארף זיי ביידע נוצען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אלזא, די גאונים רעדן פון סליחות, מאנכע עשרת ימי תשובה, מאנכע גאנץ חדש אלול. די גאונים האבען מתקן געווען די הוספות צו דאווענען בעשרת ימי תשובה, ווי זכרנו לחיים.
עסן געוויסע זאכען אלס א גוטע סימן? דאס איז א גמרא. נישט עסן ניס? א מחלוקת צווישען די דייטשע ראשונים.
האסט געמיינט די סיגעטער מהלך פון אויפוועקן די גאנצע הויזגעזונט ביים עלות? דאס האט נישט קיין מקור און איז א מנהג פון א קליינע צאל מענטשן.
אגב, מנהגי והלכות שמחה זענען אויך גאנץ ווייניג פארהאנען אין די פריערדיגע מקורות.
די ביידע הרגשים זענען פון די אגדות חז"ל און די ראשונים זענען דאס מסביר. און זיי בלייבען טאקע בעולם ההרגש, נישט בעולם ההלכה, און מ׳דארף זיי ביידע נוצען.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס'זעהט מיר אויס ווי דו מאכסט איין טשולענט פון די המלכת השם פון די גמרא און גאונים מיט'ן אימת הדין פון די דייטשע ראשונים, כאילו אז ווען מ'זאגט א ווארט פון שתמלכוני עליכם ליגט שוין בהכרח אין דעם אן אימת הדין. כדי עומד צו זיין אויפ'ן הבדל צווישן די צוויי וואלט כדאי געווען זאלסט אריינקוקן אינעם מאמר פונעם רמח"ל אויף תפלות ראש השנה, אויב געדענק איך גוט איז עס געדרוקט אין די בעק פון זיין "דרך השם". ס'נישט קיין לאנגע אריכות, סך הכל געציילטע זייטן, און ס'איז כדאי סתם אזוי צו לערנען פאר סיי ווער וואס וויל נאר פילן אן אמת'ן טעם אינעם יום טוב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
כ'האב אלץ געמיינט אז ראש השנה איז א שרעקעדיגע טאג ווייל מ'האט רבי אמנון'ען געשניטען די הענט און פיס.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
דו טאנצסט שוין ווידער. וואס איז דא דיין אדזשענדע?
איך רעד דייקא פון אימת הדין, וואס דערפאר בעטן מיר ביין אויבישטער רחמים און סליחות. און אזוי אויך די אלע הוספת שבתפלה פון די גאונים (נישט די גמרא), וואס זענען תחנונים, נישט המלכת השם.
און עס איז ממש נאריש מצדך צו ברענגן דער רמח"ל. פון אלסדינג לאכסטו, דער רמב"ם רעדט סתם אין די וועלט אריין, שו"ע און נושא כלים זענען סתם א רעאקציע צום צרות, אבער רמח"ל? דאס איז פארהייליגט! ביי מיר איז דער רמב"ם פשט אין דער גמרא, די נושאי כלי השו"ע געבויט פון די סוגיא וראשונים. דער רמח"ל איז אזא חידטש וואס רוב האבען נישט אנגענומען, עי׳ כתבי הלשם ועוד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
איך רעד דייקא פון אימת הדין, וואס דערפאר בעטן מיר ביין אויבישטער רחמים און סליחות. און אזוי אויך די אלע הוספת שבתפלה פון די גאונים (נישט די גמרא), וואס זענען תחנונים, נישט המלכת השם.
און עס איז ממש נאריש מצדך צו ברענגן דער רמח"ל. פון אלסדינג לאכסטו, דער רמב"ם רעדט סתם אין די וועלט אריין, שו"ע און נושא כלים זענען סתם א רעאקציע צום צרות, אבער רמח"ל? דאס איז פארהייליגט! ביי מיר איז דער רמב"ם פשט אין דער גמרא, די נושאי כלי השו"ע געבויט פון די סוגיא וראשונים. דער רמח"ל איז אזא חידטש וואס רוב האבען נישט אנגענומען, עי׳ כתבי הלשם ועוד.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
דו פרעגסט וואס מיין אגענדע איז?! מיין אגענדע איז צו פארשטיין וואס שטייט, און איך מיין אז ס'איז זייער קלאר פאר ווער ס'לערנט גוט אפ די מקורות.
לאכן לאך איך פון דער וואס לערנט אריין קרום פשט אין א סוגיא זאל עס זיין סיי ווער, אמאל איז עס דער רמב"ם און אמאל איז עס א צווייטער.
כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז די אימת הדין מנהגים און הלכות זענען סתם א רעאקציע צו די צרות, נעם ארויס די ווארט סתם. די מנהגים זענען זייער הייליג און חשוב אויף וויפיל זיי העלפן מענטשן זיך מתמודד זיין מיט די צרות, ס'נאך ליידער דא גענוג מענטשן וואס קענען דאס נוצן, פארדריי מיר אבער נישט קיין היסטאריע.
לאכן לאך איך פון דער וואס לערנט אריין קרום פשט אין א סוגיא זאל עס זיין סיי ווער, אמאל איז עס דער רמב"ם און אמאל איז עס א צווייטער.
כ'האב קיינמאל נישט געזאגט אז די אימת הדין מנהגים און הלכות זענען סתם א רעאקציע צו די צרות, נעם ארויס די ווארט סתם. די מנהגים זענען זייער הייליג און חשוב אויף וויפיל זיי העלפן מענטשן זיך מתמודד זיין מיט די צרות, ס'נאך ליידער דא גענוג מענטשן וואס קענען דאס נוצן, פארדריי מיר אבער נישט קיין היסטאריע.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
ביסט שוין ארום א גאנצע קרייז יעצט. די מקורות האט מען דיר שוין געוויזען. נאר א רמח"ל האסטו געטראפען. מה מעליותא דהרמח"ל? ווייל ער שטימט מיט די מקורות. די מקורות וואס מ׳האט דיר שוין געוויזען אז דו ביסט נישט גערעכט?
דיין גמרא פון בפסח נידונים על התבואה איז מביא לידי גיחוך. פסח זאגט מען הלל? ר"ה זאגט מען הלל? וואס איז די חילוק? זאגט די גמרא ספרי חיים וספרי מתים, אז דאס איז עפעס אנדערש ווי בפסח נידונים על התבואה. קומט שוין ווידער די קעלבענע אויגען, ׳פונקט די זעלבע׳.
דער רמב"ם האט אפגעלערנט א גמרא כפשוטו, נישט געזוכט קיין נייע פשטים. ספרי חייהם וספרי מתים מאכט עס אן אומפאסיגע טאג פאר הלל, ווייל עס איז טעג פון מורא. נישט טעג פון רעאקציע צו צרות און נישט טעג פון הוליעווען ביי א קאנצערט אין אוקריינא, נאר ימי תשובה ויראה ופחד, און אזוי איז טאקע געפסקנ׳ט אין שו"ע, אז מ׳זאל זיך אזוי פיהרען.
דער קליר רעדט פון די פארכט פאר יום הדין אין זיין שרעקעדיגע פיוטים, עס איז אויך א רעאקציע צו מיטל אלטע צרות? זיין ווייטע בליק?
אלע מקורות זאגען אונז די זעלבע, אחוץ תנ"ך (ווי עס איז נאר מרומז) ווייל דאס איז א פארהוילענע זאך פון די גוים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דיין גמרא פון בפסח נידונים על התבואה איז מביא לידי גיחוך. פסח זאגט מען הלל? ר"ה זאגט מען הלל? וואס איז די חילוק? זאגט די גמרא ספרי חיים וספרי מתים, אז דאס איז עפעס אנדערש ווי בפסח נידונים על התבואה. קומט שוין ווידער די קעלבענע אויגען, ׳פונקט די זעלבע׳.
דער רמב"ם האט אפגעלערנט א גמרא כפשוטו, נישט געזוכט קיין נייע פשטים. ספרי חייהם וספרי מתים מאכט עס אן אומפאסיגע טאג פאר הלל, ווייל עס איז טעג פון מורא. נישט טעג פון רעאקציע צו צרות און נישט טעג פון הוליעווען ביי א קאנצערט אין אוקריינא, נאר ימי תשובה ויראה ופחד, און אזוי איז טאקע געפסקנ׳ט אין שו"ע, אז מ׳זאל זיך אזוי פיהרען.
דער קליר רעדט פון די פארכט פאר יום הדין אין זיין שרעקעדיגע פיוטים, עס איז אויך א רעאקציע צו מיטל אלטע צרות? זיין ווייטע בליק?
אלע מקורות זאגען אונז די זעלבע, אחוץ תנ"ך (ווי עס איז נאר מרומז) ווייל דאס איז א פארהוילענע זאך פון די גוים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
האמיר שוין געמאכט איין הקפה, וואו גייט מען מאכן הקפה ב'?
אגב, אויב האסטו אזוי מורא פאר'ן רמח"ל קענסטו גיין קוקן וואס דער גר"א האט צו זאגן אויף דעם, כ'האב עס נישט געזען אינעווייניג אבער לויט ווי איך האב געהערט האט ער אן אנדערע מהלך אין די סוגיא ווי דיר. אלע מקובלים גייען בעצם מיט אזא סארט גאנג, דער רמח"ל נעמט עס פשוט צאם אויף א זייער מסודר'דיגן אויפן כדרכו.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ראש השנה, אמאל און היינט
קענסט דאך אייביג מודה זיין על האמתרביה''ק זי''ע האט געשריבן:האמיר שוין געמאכט איין הקפה, וואו גייט מען מאכן הקפה ב'?