ענדליך! אומפושטמענט:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער אנגייענדער אומפוטשמענט שדים טאנץ אין וואשינגטאן איז שוין אין פילן שוואונג...

אין יאר 2016 למספרם האט דאס אמעריקאנער פאלק מיט פרייד אריינגעוועלט פרעזידענט טראמפ אין אמט. איינס פון די סאמע וויכטיגסטע זאכן וואס דער פרעזידענט האט געהאט פארשפראכן איז געווען, אז אויב ווערט ער פרעזידענט, גייט איין מאל פאר אלעמאל גענצליך אפטריקענען דאס פארפעסטעטער זומפ אין וואשינגטאן.
די לאנג-יעריגע פרעש אינעם זומפ האט זיך הייס געאייסערט אז אויב חלילה פרעזידענט טראמפ ווערט פרעזידענט גיי זיי אים זאפארט אומפוטשען מיטן גאנצן קראפט – זיי וועלן צייגן פארן אמעריקאנער פאלק ווער ס'איז ווירקליך בעל הבית אין וואשינגטאן הבירה. די דורכגעפוילטע פרעש אינעם זומפ - האבן טאקע ערליך געהאלטן ווארט. און ווי נאר דער פרעזידענט איז ערוועלט געווארן, האבן זיי באלד אנגעהויבן צו וועבן פלענער פאר אומפושמענט. אבער פאוואליע... איין שטיקל פראבלעם האבן זיי געהאט. נעמליך, צו אומפוטשען א פרעזידענט, דארף דער פרעזידענט ערשט האבן באגאנגען א הארבע מיסברויך שוין זיצנדיג אין אמט, אלזא וואו שאפט מען אפיר א מיסברויך? נישט געזארגט! שקלאפטע פלאוסי האט ארויסגעגעבן דעם באפעל פאר אירע טרופן, זיך באלד ארויסצולאזן אויף די יארכע און אפיר זוכן א מיסברויך. זי האט זיי שארף אנגעזאגט - אז זיי זאלן זוכן אפילו אונטער די ערד און אין אלע זיבן הימלן איך גלייך נישט מיסטער טראמפ! ער מוז זאפארט אומפוטשט ווערן, האט באבי פאלאוסי געשריגן פאר אירע טרופן.

אין יענע טעג האט באבי פלאוסי מיטאמאל ערהאלטן גאר גינסטיגע נייעס... דער עף.בי.איי. דירעקטאר, קאמעראד קאומי, האט איר אנטפלעקט דעם געהיימעניש, אז די פרעש אינעם זומפ האלטן שוין טיף אין מיטן פארקאכן עפעס א רוסישע קאנספיראציע, א קאנספיראציע וואס וועט אן קיין שום צווייפל פירן צום אומפושטמענט פונעם פרעזידענט. באבי פאלאוסי האט זיך ממש צוקושט מיט קאומי פאר פרייד. באבי פלאוסי אינאיינעם מיט די פרעש פונעם זומפ האבן זיכער געמאכט אז די הייסע נייעס רינט וואס שנעלער ארויס צו די מידיא. די מידיא האט זיך טאקע צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייס-געבראטנס. זיי האבן רעגלמעסיג צוגעשטעלט פאר די באפעלקערונג פרישע הייסע ווארע און "אמת'ע פאקטן" איבער די געפערליכע קאנצפיראציע, אזש דאס לאנד איז געגאנגן באנקערס... דער לעגענדארער ליגנער און קאנספירער אדם שיף - האט זיכער געמאכט וואס מער אפטער צו ערשיינען אויפן נאציאנלע טעלעוויזיע, און דעמאגאגיש פראקלאמירן אז ער האט אין זיין באזיס קראנטע באווייזן וואס ער האט זעלבסט געזען אז דער פרעזידענט איז ווירקליך א געהיימער רוסישער שפיאן! נעמליך,ער איז דאך דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, טא ער ווייסט דאך זיכער וואס ער רעדט.

מ'האט דאן אויפגענומען דעם צוקאליטשן און צוקעקצטן מוללער אנצוהייבן מיט אן גרונטליכער אויספארשונג, אן אויספארשונג וואס האט אנגעהאלטן פאר איבער צוויי יאר. די ליבעראלן האבן נעבאך געלייגט זייער גאנצער האפענונג אויף קאמעראד מוללער, זיי האבן זיך הייס געשוואוירען אז בלויז ער וועט זיין דער משיח וואס וועט איבערצייגן דאס לאנד אז דער פרעזידענט אין א רוסישער שפיאן!
מוללער האט ענדליך גענדיגט זיין לאנגער אויסגעצויגענער אויספארשונג... און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישטא קיין בערן און נישט קיין וואלד, נישט קיין קלאבאראציע, און נישט קיין דיסטראקציע פון יוסטיץ. גארנישט! די ליבעראלן האבן אבער נאך נישט אזוי שנעל אויפגעגעבן, מ'האט אים אראפגערופן געבן צייגעניש פארן קאנגראס. ס'האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אויב עמיצער האט נאך געמיינט אז די קאנספיראציע פארמאגט נאך עפעס לעבן אין זיך, איז נאכן צייגעניש פון קאמעראד מוללער געקומען צום אנערקענונג אז דער קאנספיראציע איז מער טויטער ווי טויט!

דער רבי זלמן נאדלער איז נעבאך אין גאנצן פארצווייפלט געווארן, וואו קען מען טרעפן עפעס א מיסברויך? ער האט זיך ארום רומפאזשירט אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז מיט זיינע ברייטע שלייקעס און ערענסטע ברילן און געפרעגט ביי יעדען פארבייגייער מיט אנגסט: זאג נאר, דו ווייסט פילייכט איבער עפעס א מיסברויך וואס טראמפ זאל האבן באגאנגען? ס'מוז נישט זיין אמת. די פארבייגייער האבן געשאקלט דעם קאפ מיט מיטלייד, און זיך אפגעשאקלט פון דעם אלטען וואנזיניגער מיט רחמנות. דער אלטער נאדלער האט אבער נישט אויפגעגעבן. ער האט באשלאסן אראפצורופן דעם געוועזענער קאמפיין פארזיצער פון פרעזידענט טראמפ, הער קאָרי לעוואַנדאָווסקי צו קומען אפגעבן צייגעניש. לעוואַנדאָווסקי איז טאקע געקומען און קלארגעמאכט אז ער האט גארנישט וואס צו לייגן צו דאס וואס ער האט קלארגעשטעלט פאר מוללער. די ליבעראלן האבן געברויזט אויף לעוואַנדאָווסקי... דו ווייסט דאך אז מיר מוזן האבן א מיסברויך צו אומפוטשן דעם פרעזידענט... טא פארוואס באשאפסטו נישט עפעס א מיסברויך? דו ביזט א מסרב לקאנגרעס, דו ערלויבט אונז נישט צו טאן אונזער הייליגער פליכט...

ס'איז ממש נישטא ווער עס זאל לאכן...

אבער איצט האבן שוין די ליבעראלן ענדליך געטראפן וואס זיי זוכן שוין מיט ליכט פאר נאנט צו דריי יאר!

א העליש פייף פון א אומבאוויסטער פייפער-בלאזער האט זיך געהערט אין וואשינגטאן! א מיסטריעזער מאן ווארשיינליך א ליבעראלער האט ארויסגעלאזט א שטונק אז דורכאויס א טעלאפאנישע דיסקאסיע מיטן אוקריינישער פרעזידענט, איז דער פרעזידענט איז באגאנגען א מיסברויך. לויט דעם מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דער פרעזידענט געבעטן פונעם אוקריינישען פרעזידענט, אז ער זאל אנצוהייבן אן אויספארשונג אויף דער געוועזענער וויצע פרעזידענט רבי יוסל ביידן און זיין קאראפטירטער זון הער האנטער, אויף פינאנציאלע מיסברויכן אין אוקריינע! וואס איז דער פראבלעם? דער פראבלעם איז א צוויי-פאכיגער.

ערשט. רבי יוסל ביידען, זאל דערלעבן דאס פרעזידענטשאפט אין פריידן, איז אצינד דער פאליטישער קאנקורענץ פונעם פרעזידענט. און געזעצליך איז פארבאטן פאר א פאליטישער קאנדיטאט זיך צו באנוצן מיט הילף פון אן אויסלענדישער רעגירונג קעגן זיין פאליטישער קאנקורענץ!

צווייטנס. דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן געלט וואס קאנגרעס האט באשטומט פאר אוקריינע פאר עטליכע וואכן. און באלד נאך דער געשפרעך מיטן פרעזידענט פון אוקריינע, האט אראפגענומען דעם אפהאלט. און לויטן מיסטיריעזער פייפער-בלאזער האט דאס צו טאן איינס מיטן צווייטן. ס'איז אזא סארט מאפיאנער שטיק! איך שיק דיר דאס געלט אין אויסטויש פאר א אויספארשונג אויף מיין פאליטישער קאנקורענץ. רבי יוסל ביידן זעלבסט האט אייגענטליך געטאן גענוי דאס זעלביגע, זאגאר ער איז דאך א גרויסער פראש אינעם וואשינגטאן זומפ, דערפאר איז ער דאך אוטאמאטיש ריינגעוואשן פון אלעם-בייזן...

ווי נאר אונזער אלעמענען באליבטער אדם שיף האט געהערט דעם היליכיגער פייף, האט זיין גלאנציגער פנים ממש אויפגעלאכטן פאר פרייד... אה... מ'האמער שוין ענדליך נאך לאנגע יארן געטראפן דעם אזוי לאנג געגארטן מיסברויך וואס מיר זיכן שוין יארן מיט ליכט. ער האט באלד אנגעהויבן פארלאנגן דאקאמענטן און טראנסקריפטן איבער דעם טעלאפאנישער דיסקאסיע צווישן דעם פרעזידענט מיטן אוקריינישער פרעזידענט...

דער פרעזידענט האט זיך דא דערזען אין אן ערענסטען דילעמא. נעמליך, ער האט געקענט באשטיין ארויסצוגעבן דעם טראנסקריפט פאר שיף און פאר די אנדערע אידיאטן, אבער דאס איז פארבינדן מיט ערענסטע נאציאנאלע זיכערהייטס געפארן. נעמליך, וועלכע נארמאלער וועלטליכער פירער וועט דען וועלן פארפירן געשפרעכן מיטן אמעריקאנעם פרעזידענט וויסנדיג אז זיינע געשפרעכן וועלן ענווענטועל אויסגעלופטערט ווערן אין די קארידארן פונעם רעפרעזאנטן הויז? די ליבעראלן האבן זיך געריבן די בייכער מיט פארגעניגען איבער די קאמפליצירטע סיטואציע אין וועלכער דער פרעזידענט געפונט זיך. און מיט גרויס רשעות האט באבי פאלאוסי באשלאסן זאפארט אנצוהייבן מיט די פון פאראויס-פלאנירטע אומפוטשמענט פראצעדורן. אפילו נאך דעם וואס דער פרעזידענט האט באשלאסן יא צו פארעפענטליכען די טראנסקריפטן. די ליבעראלן האבן זיך אנטזאגט צו ווארטן אויף די טראנסקריפטן און דורכפירן א נארמאלער אויספארשונג, דער אויסטערלישער אומפוטשמענט-הונגער וואס נאגט שוין אין זייערע געדערים זינט דער פרעזידענט איז פרעזידענט האט זיי נישט ערלויבט צו ווארטן קיין איבעריגע סקונדע...

אפילו היינט ווען די טראנסקריפטן זענען פארעפענטליך געווארן, און יעדער קען זען שווארץ אויף ווייס, אז די אפהאלט פון די געלט איז ווארשיינליך נישט געווען פארבינדן מיטן פארלאנג פונעם פרעזידענט אויסצופארשן רבי יוסל'לען, און ווי אויך האט דער יוסטיץ אפטיילונג קלארגעשטעלט אז א פארלאנג אויסצופארשן א קאראפטירטער פאליטיקער הייסט נישט קיין זאכליכער קאמפיין הילף, פארט זעצט דער אומפושטמענט-באן פאר צו גאלאפירן מיט אימפעט ביז עס וועט אריינקראכן פאר די דעמאקראטן אין זייער אייגענעם פנים מיט אן אויסטערלישער קראפט ביי די בעפארשטייענדע וואלן...[/justify]
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך חוקר ודורש »

דא קען מען ליינען די טראנסקריפטן:
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
שוב יום אחד לפני מיתתך
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך גראף »

מען זעהט אז די ליבעראלען דא האבן נישט געלייקט די פותח האשכול. פילייכט צוליב זיין אויסגעשפראכענע רייד קעגן די פרעש אין די זומפ..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אין אנדערע נייעס האט רודי זשוליאני, געוועזענע מעיאר פון ניו יארק, געכאפט א נערווען בראך.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך הנוי והנצח »

חוקר ודורש האט געשריבן:דא קען מען ליינען די טראנסקריפטן:
יישר כח פארן ארויפלייגן. ווי ס'שטעלט זיך ארויס, איז דער גאנצע סאמוטוכע נישט מער ווי א זייפנבלאז, אויפגעבלאזן דורך די מידיא און זייער דאמאקראטישע שותפים, וואס האבן קלאר פארטוישט די מציאות עס צו מאכן אויסקוקן כאילו טראמפ האט "געצווינגען" דער אוקריינישער פרעזידענט אויסצופארשן ביידען.

אינעם ערשטן טייל פונעם טראנסקריפט זעהט מען ווי טראמפ האט געבעטן זעלענסקי א טובה אויב ער קען אויסגעפונען וואס ס'האט פאסירט מיט דער גאנצע אוקריינישע אינטערווענץ ביי די 2016 וואלן וואס האט געהאט שייכות מיט קלינטאן און די דעמאקראטן (פונקטליך די פרטים בין איך נישט באקאנט). די מידיא האט געוואלט פארטייטשן ווי כאילו דאס איז געווען א פארלאנג אויסצופארשן ביידען, ווען באמת האט ער געבעטן אויסצופארשן די אריינמישונג פון אוקריינע אין די 2016 וואלן, אזויווי רוסלאנד'ס אינטערווענץ.

און....דא איז די "באמבע" וואס די דעמאקראטן האבן געלייגט אזויפיל האפענונג!! טראמפ זאגט: "די אנדערע זאך, ס'איז דא אסאך וואס צו רעדן וועגן ביידענ'ס זוהן, אז ביידען האט אפגעשטעלט די גאנצע אויספארשונג, און אסאך מענטשן ווילן וויסן וואס ס'האט פאסירט, איז וואס דו קענסט טוען דערוועגן מיט די אטוירני דזענעראל וואלט געווען געוואלדיג". עד כאן לשונו. נישטא קיין שום סטראשע, נישט דא קיין שום פארלאנגען, נאר א פריינטליכע שמועס, וואס דו קענסט טון וואלט געווען געוואלדיג. ער האט ניטאמאל דערמאנט עפעס וועגן צוריקהאלטן געלטער אויב מען טוט דאס נישט, אנדערש ווי ביידען וואס האט אפן געסטראשעט אז אויב מען באזייטיגט נישט דעם פראקוראר האלט ער צוריק די געלטער.

די מידיא האט שוין געכאפט איין קלאפ, ווען דער אוקריינישער פרעזידענט איז היינט ארויסגעקומען און געזאגט: ס'איז געווען א פריינטליכע שמועס, קיינער האט מיר נישט געדרוקט אז איך זאל אויספארשן ביידען. דאס האט אבער נישט צוריקגעהאלטן די דעמאקראטן מיטן פאראויסגיין מיט די אימפיטשמענט פראצעדורן, נאך איידער מען האט אפילו ארויסגעגעבן די אינהאלט פונעם שמועס.

נאך האט זיך געקאכט, אז די מידיא האט ליגנט געזאגט אז דער דירעקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש האט געסטראשעט צו רעזיגנירן אויב טראמפ גייט נישט פובליצירן די קאמפלעינט פונעם וויסעלבלויער, מיט דעם וואס דשאסעף מאגוירי, דער דעריקטאר פון נאציאנאלע שפיאנאזש האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט: "איך האב קיינמאל נישט געהאט א קלער צו רעזיגנירן פון מיין פאזיציע, זינט איך בין איינגעשוואוירן געווארן. איך האב קיינמאל נישט רעזיגנירט אין מיין לעבן, און איך פלאן נישט יעצט אנצופאנגען".

נאך האט מען היינט אויפגעדעקט, און טראמפ האט געטוויט דערוועגן, אז דער אדוואקאט פונעם וויסעלבלויער איז געווען א שטארקע אנטי טראמפער, און האט פריער געארבעט פאר טשאק שומער און הילערי קלינטאן.

בקיצור, די מידיא האט שוין לאנג נישט געהאט אזא שלעכטע טאג, ווען דער גאנצע "היסטעריע" וועגן אוקריינע האט נאר באוויזן ארויפצוברענגען די קארופציע פון ביידען און זיין זון, וואס דאס איז די סיבה פארוואס טראמפ האט אים דערמאנט. טראמפ מיט זיינע חברה שארפן זיך די ציין אויפצודעקן די גאנצע ביידען - אוקריינע קארופציע, איינמאל ס'איז ארויפגעשווימען צום אויבערפלאך, און ס'איז מעגליך אז דער גאנצע פרשה וועט גאר בעקפייערן אויף די דעמאקראטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הנוי והנצח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך הנוי והנצח »

אין אנדערע אימפיטשמענט נייעס, שטעלט זיך ארויס אז די דעמאקראטן האבן שוין 217 קאנגרעסלייט וואס שטיצן אימפיטשמענט, בצירוף פון דער "רעפאבליקאנער" געווארענער אינדעפענדענט קאנגרעסמאן דשאסטין אמאש, וואס געבט זיי די גורל'דיגע 218 שטימען צו קענען פאראויסגיין מיט א סעקסעספולע אימפיטשמענט, האבנדיג א מאיראיטעיט פון 435 קאנגרעסלייט.

נאך ווערט באריכטעט, אז טראמפ און זיין קאמפיין האבן באוויזן צו ברעכן א רעקארד מיטן שאפן 5 מיליאן דאלער פאר זיין 2020 ווידערוויילונג, אין די 24 שעה וואס פעלאסי האט מודיע געווען אז זי גייט פאראויס גיין מיט אימפיטשמענט. דאס שטרייכט ווייטער אונטער, אז דער גאנצע מערכה טוט בלויז שטארקן טראמפ ביי זיינע שטיצער, און מאכט גרינגער די מעגליכקייט פאר טראמפ צו קענען אפהאלטן א מאסיווע זיג אין 2020. צו וועט עס טאקע העלפן טראמפ אין דער צוקנופט, וועט מען זעהן.

נאך אינטערסאנטער איז אז דער דעת הקהל האט זיך ניטאמאל געטוישט זינט דער גאנצע אנגעבליכע "אוקריינע סקאנדאל" איז אפירגעקומען, אין א פרישע אנקעטע גענומען דעם וויקענד זעהט מען אז בלויז 36% אויסגעפרעגטע שטיצן אן אימפיטשמענט פראצעדור אויף פרעזידענט טראמפ, וואס דאס רעכנט אריין 66% דעמאקראטן, 31% אינדעפענדענטס, און 5% רעפאבליקאנער, וואס דאס איז נאך א פראצענט ווייניגער ווי דאס וואס איז געווען אין אוגוסט.

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הנוי והנצח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

דער טראמפ מאכט עס אייזן!
דער האט אלעמען איינגעשפאנט פאר זיין קאמפיין
אפילו די דעמאקראטן זענען העפטיג פארקאכט אים צו דעליווערן זיין זיג.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]קיינער זאל זיך נישט נארן, אומפוטשמענט איז א פלעק וואס וועט שטענדיג הויערן אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט. און אנדערע ווערטער די דעמאקראטן מיט זייער קורצזיכטיקייט האבן בלויז געשעדיגט די פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ פון אן היסטארישער קוק ווינקל. אבער זיי האבן זיך זעלבסט ביטער אריינגעלייגט אין פעקל.

אין די היסטאריע פאר די פאראייניגטע שטאטן זענען בלויז 3 פרעזידענטן אומפוטשט געווארן: ענדרו זשאנסאן, ריטשארד ניקסאָן, און ביל קלינטאן.
זשאנסאן איז אומפוטש געווארן צוליב דעם ווייל ער האט עמטליך דעקלערט קריג אויפן רעפרעזאנטן הויז – ער האט וועטאירט יעדע אייניציגע געזעץ ווי נאר ס'האט דערגרייכט זיין שרייב טיש. נאך איידער ער האט אפילו געליינט איר אינהאלט. ניקסאן איז אומפוטש געווארן צילוב דעם וואס ער האט געשיקט זיינע אונטעוועלטניקעס זיך איינצוברעכן אינעם וואטערגיעט האטעל, און ער האט דערנאך געשטערט דעם אויספארשונג. און קלינטאן איז אומפוטשט געווארן צוליב דעם וואס ער האט אפגעטאן עקלהאפטיגע חאזעריי, און דערנאך עס געלייקענט אונטער שבועה מיט א בלעכענעם פרצוף.

פרעזידענט טראמפ האט אן קיין צווייפל נישט געטאן קיין איינע פון אויבנדערמאנטע מיסברויכן. ער גייט אצינד דורך אומפוטשמענט, בלויז ווייל די סאציאליסטן און די פרעש אינעם וואשינגטאן זומפ קענען אים נישט דערליידן. די גאנצע איצטיגע סימוטאכע שטינקט אויך פון די דורכגעפוילטע עלעמענטן אין די סי. איי. עי. אין אלגעמיין באנוצט זיך די סי.איי.עי. מיט די דאזיגע שווארצע שטיק אומצווארפן רעגירונגען פון אנדערע לענדער. און אצינד נאכדעם וואס זייער ערשטע רוסישע קאנצפיראציע האט אויפגעקראכט אין זייער פרצוף מיט קראפט, און די יוסטיץ מיניסטעריום האלט אט אט ביים אויפקומען אויף די שפירן פון די דאזיגע וועלכע זענען געווען פארמישט אין די קאנצפיראציע, האבן זיי אנגעהויבן מיט זייער פרישע קאנצפיראציע – דער פייפער-בלוזער קאנצפיראציע. ווי עס שיינט איז דער פייפער-בלוזער א געהיימער סי. איי. עי. אגענט וואס קען זיך גוט אויס מיטן סיסטעם. ווי אזוי האט דער וואנזינגער טשוואק שומער געזאגט? אז מען הייבט זיך אן מיט די שפיאנאזש געמיינדע אין וואשינגטאן, האבן זיי זעקס וועגן דיך אונטערצוברענגן. עכ''ל. דאס איז אן קיין שום צווייפל פרעצעדענטלאז און א אויסטערלישער געפאר פאר דער דעמאקראטישער פאליטישער סיסטעם פון די פאראייניגטע שטאטן.

אין ליכט פון די אומפוטשמענט קענען זיך אנטוויקלען פארשידענע אנטוויקלונגן:

די באציאונגען צווישן די לעגיסלאטיווער פליגל וואס באשאפט די געזעצן, און די עקזעקוטיווער פליגל וואס באשטעטיגט די געזעצן קען צונישט ווערן. דאס באדייט אז דער ווייסער הויז מיטן רעפרעזאנטן הויז גייען נישט האבן קיין פארקער איינע מיטן צווייטן. דער רעפרעזאנטן הויז גייט דורכפירן א געזעץ וועט עס בלייבן שטעקן אינעם סענאט און ס'וועט קיינמאל אנקומען צום טיש פונעם פרעזידענט, און אפילו אויב יא, וועט דאס דער פרעזידענט קיינמאל נישט אונטערשרייבן. אלזא די אמעריקאנער בירגער גייען שרעקליך ליידן. ביקסן רעפארמען, אימיגראציע, געזונטהייט פארזיכערונג, שניידן די קאסטן פון מעדעצינען, אלעס קומט צו אן האסטיגן אפשטעל. אין רעזולטאט גייען די ליבלעראלע רעפרעזאנטן נישט האבן די מעגליכקייט צו צייגן פאר אמעריקע קיין שום זאך וואס זיי האבן אויפגעטאן אין וואשינגטאן. און די רעפובליקנער וועלן ווארשיינליך צוריק איבערנעמען דעם רעפרעזאנטן הויז מיט א שטארקע מערהייט.

אצינד האבן די ליבראלע סאציאליסטן, נאך נישט געשטומט פאר אומפוטשמענט, זיי האבן בלויז אנגעהויבן מיט די פראצעדורן. ווי נאר זיי שטומען, דאן גייט די אומפוטשמענט אפציעל אריין אין קראפט. דאס באדייט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט גייען באקומען די מעגליכקייט אויסצופארשן וועם אימער זיי ווילן,זיי גייען באקומען צוטריט צו יעדע סארט דאקימענט וואס זיי וועלן נאר באגערן. אוי גייען זיי דאס גוט אויסנוצן, זיי וועלן עפענען דעם שאכטל ווערים ווי קיינאמל בעפאר. זיי גייען גרינטליך אויספארשן: זשעימס קאָמי, פוטער סטראק, ליסא פעידש, ברוס אָהר, גלען סימפּסאָן, דאַנאַ בראַזיל, אריק האלדער, ליארעטע לינש, קריסטארפער סטיל, הילערי קלינטאן, זשאו ביידן, און נאך. די ריפובליקאנער וועלן אויפשאקלן דעם וואשינגטאן זומפ ווי קיינמאל בעפאר. די קאראפציע און די פארברעכן פון די פרעש אין וואשינגטאן וועט קומען צום פילען אויבערפלאך. אמעריקע וועט אויפגעשאטקלט ווערן ווי קיינמאל בעפאר. טראמפ וועט האבן ערייכט זיין ציל. דער וואשינגטאן זומפ גייט אפטריקענען און די פרעש גייען מאסנווייז אויספייגערן. די ליבעראלן וועלן זיך שעמען פון זיך זעלבסט. און זיי וועלן זיין אזוי באמאכט, אז דער צווייטער טערמין פונעם פרעזידענט וועט זיין העכער אלע ערווארטונגן.[/justify]
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך קל וחומר »

הרב קאך, זייער שיין געשריבן.
איין קליינע הערה.
אומפוטשמענט וועט א ליטוואק ליינען umpuchment.
יוסל פון בני ברק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 2:15 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך יוסל פון בני ברק »

מר. לעפל ניקסאן איז קיינמאל נישט אימפיטשט געווארן ער האט ריזיינט פאר מ'זאל אין קענען אימפיטשן
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך הנוי והנצח »

יוסל פון בני ברק האט געשריבן:מר. לעפל ניקסאן איז קיינמאל נישט אימפיטשט געווארן ער האט ריזיינט פאר מ'זאל אין קענען אימפיטשן
גערעכט, מען האט אים טאקע נישט אימפיטשט, אבער מען האט געעפענט אימפוטשמענט אויספארשונגען קעגן ניקסאן אלץ רעזולטאט פון דעם סקאנדאל, וואס דאס האט כמעט געפירט צו זיין אימפיטשמענט דורך קאנגרעס, נאר זיינע ראטגעבער האבן אים מסביר געווען אז ס'איז בעסער צו ריזיינען ווי איידער ליידן די בזיונות פון א פארמאלע אימפיטשמענט (וואס ס'האט דעמאלסט אויסגעזעהן אז אפילו אין סענאט ווט ער נישט ווערן ריינגעוואשן). אבער ס'איז זיכער אז ער האט געליטן פון "אימפיטשמענט פיבער" אויף אן ענליכע פארנעם וואס די דעמאקראטן ווילן יעצט טוהן מיט טראמפ.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קאך
האסט געשריבן


אצינד האבן די ליבראלע סאציאליסטן, נאך נישט געשטומט פאר אומפוטשמענט, זיי האבן בלויז אנגעהויבן מיט די פראצעדורן. ווי נאר זיי שטומען, דאן גייט די אומפוטשמענט אפציעל אריין אין קראפט. דאס באדייט אז די אדוואקאטן פונעם פרעזידענט גייען באקומען די מעגליכקייט אויסצופארשן וועם אימער זיי ווילן,זיי גייען באקומען צוטריט צו יעדע סארט דאקימענט וואס זיי וועלן נאר באגערן. אוי גייען זיי דאס גוט אויסנוצן, זיי וועלן עפענען דעם שאכטל ווערים ווי קיינאמל בעפאר...



זיי זשע מסביר מער דער זאך. פארוואס גייען זיי האבן דער רעכט צו פארשן מער ווי פריער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
שמעון_ברוך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יוני 02, 2017 11:00 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך שמעון_ברוך »

טראמפ האט נעכטן גערופן די אימפיטשמענט פראצעס א coup.. א אויפשטאנד...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ווי עס שטעלט זיך ווירקליך מער און מער ארויס, איז דער גאנצער אימפישמענט ספעקטאל איין גרויסע פאליטישער שטונק.

דער פרעזידענט האט אין א טעלאפאנישער געשפרעך פארלאנגט פונעם אוקריינישן פרעזידענט וואלאדמיר זעלענסקי, אז ער זאל אויספארשן הער ביידן און זיין פראבלעמאטישער יונג האנטער איבער הארבע קראפציע אין וועלכע זיי זענען פארמישט ביז צו נאז אין אוקריינע און אין כינע.

אנגעבליך קוקן דאס די ליבעראלן אן פאר גאר א הארבער פארברעך. זיי ארגומענטירן אז ווי באלד דער קאראפטירטער ביידן איז אצינד דער פאליטישער קאנקורענץ פונעם פרעזידענט, טאר דער פרעזידענט נישט פארלאנגן אז פרעמדע רעגירונגן זאל אים אויספארשן, ווארום דאס באדייט אז ער באנוצט זיך זיין מאכט פאר אייגענע פאלטישע אינטערעסן. זיי רעדן איין די מענטשהייט אז דאס איז אזא הארבע פארברעך אזש זיי זענען גאר אויסן צו אומפיטשען דעם פרעזידענט איבער דעם.

דאס איז אפגעזען פונ'ם פאקט אז זיי זעלבסט האבן אין די פארגאנגנהייט געטאן גענוי דאס זעלביגע. ביידען זעלבסט דעקלערט אויף ווידיא אז ער האט אפגעהאלטן פעדעראלע געלטער פון אוקריינע ביז ווי לאנג דער אוקריינישער פּראָקוראָר הער שוקין וועלכע האט אויסגעפארשט די פירמע פון זיין זון האנטער ווערט אפגעזאגט פון זיין פאסטן. הער שוקין זעלבסט באשטעטיגט אז ער איז אנגעזאגט געווארן נאכצולאזן מיט די אויספארשונג מיטן אויסרייד אז עס שעדיגט די באציאונגען צווישן אמעריקע און אוקריינע.

דאקעגן די רעפובליקאנער און דער פרעזידענט קוקן דאס אן מיט גאר אנדערע בריל. זיי ארגומענטירן ווי פאלגענד: האט דען דער פרעזידענט באצאלט פאר א אויסלענדישע רעגירונג פאר שמוץ אויף ביידן? אזוי ווי די סקאנדל-געפלאגטע פרוי קלינטאן האט געטאן? האט דען דער פרעזידענט געטאן וואס ביידן האט געטאן מיטן אוקריינישער פּראָקוראָר? זיכער נישט! דער פרעזידענט איז דייטליך איבערצייגט אז די אבאמא-ביידן אדמיניסטראציע האבן געארבייט פון אונטער די קוליסן מיט אוסלענדישע רעגירונגען צו סאבאטאזשירן זיין ערוויילונג. דערפאר האט ער די רעכט צו דערגיין ביידנ'ס געשעפעטן אין אוקריינע. עס האט גארנישט צו טאן מיט זוכן שמוץ אויף א פאליטישער קאנקורענץ.

דער פרעזידענט האט היינט ווידער גערופן אז אוקריינע און כינע זאלן אויספארשן די ביידן קאראפציע. אזוי ווי ווען דער אייבישטער האט געפרעגט אדם הראשן ''המן העץ אשר צויתיך לבלתי אכל ממנו אכלת? האט אים אדם גענטפערט אכלתי ואוכל עוד..." דאס האט ארויסגענומען די ליבעראלן פון די גלייזן. אבער ווי געזאגט דער פרעזידענט האלט נישט אז ער טיט עפעס נישט ריכטיג.

אין די ווירקליכקייט האלטן די ליבעראלן זעלבסט אז דאס איז גארנישט אזא הארבע זינד. זיי לעבן בלויזט אין אנגסט און אין שרעק אז זייערע געמיינע טעטיקייטן גייט אט אט קומען צום אויבערפלאך. דער יוסטיץ מיניסטער הער ביל באר האלט שוין נאנטער ווי ווייטער אויפצוקומען אויף די שפירן פון די ליבעראלע פארברעכער. און זיי זענען אויסן דאס אפצושטעלן. און זיי מיינען אז מיט זייער אימפישמענט שטונק גייען זיי דאס אפשטעלן...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]אין הארץ פונעם הויפט שטאט וואשינגטאן שטייט א גינגאטישע ווייסע געביידע - אין וועלכע עס זיצן די ניין העכסטע ריכטער פונעם לאנד. דער געביידע איז דאס מאסט פון יוסטיץ און גערעכטיקייט. דער געביידע שטעלט מיט זיך פאר די נאבעלע ווירדן און גערעכטיקייט פון די אמעריקאנער קאנסטאטוציע. העכער די טויערן פון די געביידע איז אריינגעקריצט דעם פאלגענעם ציטאט: "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ" דער דאזיגער ציטאט איז דער הויפט-פאנדאמענט פונעם אמעריקאנעם יוסטיץ סיסטעם. יעדער בירגער איז אייניג בארעכטיגט צו גלייכע יוסטיץ.

נאך איידער פרעזידענט טראמפ האט געהאט די געלעגנהייט צו פארעפענטליכן דאס טראנסקריפ פונעם געשפרעך צווישן אים און דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי – האט זיך שוין באבי פאלאוסי צוגעשארט צום נענטסטן מיקראפאן, און דעקלערט מיט פאטאס אז דער רעפרעזאנטן הויז הייבט אן מיט אימפישמענט פראצעדורן, ארויסצושטויסן דעם פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט ערוועלט אין אמט! פארוואס האט באבי נישט געקענט ווארטן ביז דער טראנסקריפט ווערט פארעפענטליכט? דאס איז געווען א מיסטירע וועלכע האט געהויבן די ברעמען ביי יעדן רעכטדענקיגער מענטש. אבער היינט ווען די ווירקליכע פאקטן הייבן אן צו קומען צום אויבערפלאך, שטעלט זיך ארויס שווארץ אויף ווייס פארוואס דער באבע איז געווען אזוי זיכער מיט זיך...

לויט די טראדיציע פירט דער דזשודישיערי קאמיטע אן מיט אימפישמענט פון א פרעזידענט. נעמליך, באבי פאלאוסי האט געזען ווי מיט דעם אלטן נאר נאדלער קומט זי נישט אן אין ערגץ, און ווי זיינע פארהערן ווערן נאכאנאנד פארוואנדלט צו א צורקוס, און דינען בלויז אלס אונטערהאלטונג פאר די רעפובליקאנער, איז זי געווארן גאר באזארגט. זי האט מיט אלע אירע קרעפטן געזיכט וועגן ווי אזוי צו מאכן איר אימפישמענט ספעקטאל מער ווירקזאם און פאפולער.

אין די פארלוירענע טעג נאך די אפגע'פגר'טע מוללער קאנספיראציע, האט א געהיימער סי.איי.עי. שפיאן מיט שטארקע פארבינדונגן מיט הויכע ליבראלע שישקעס אין וואשינגטאן, זיך פארבינדן מיטן קאנצעליי פונעם פארזעצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע, קאמיסאר אדם שיף. דער שפיאן האט דעקלערט אז ער פארמאגט אין זיין באזיץ נעגעטיווע אינפארמאציע איבער א געשפרעך צווישן פרעזידענט טראמפ און דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי. קאמיסאר שיף האט זיך צו דעם צוגעכאפט ווי צו הייס-געבראטנס, און ער האט באלד אנגעוויזן פארן שפיאן גענויע אנווייזונגן ווי אזוי זיך צו פארבינדן מיט א ליבעראלע אדוואקטן פירמע און וואשינגטאן. און די ליבעראלע אדוואקטן האט טאקע אהערגעשטעלט א זאפטיגער באריכט פון וועלכע ס'איז גערינען הייסע שמאלץ, אזש קאמיסאר שיף מיט זיין אויבערהארנטע באבי פאלאוסי האבן זיך ממש פארסמאקעוועט... קאמיסאר שיף און באבי פאלאוסי האבן דאס געהאלטן העכסט געהיים. דערפאר איז באבי פאלאוסי געווען זיכער מיט זיך אנצוהייבן מיט די אימפישמענט פראצעדורן, ס'איז איר קיינמאל נישט געקומען אויף די געדאנקן אז דער פרעזידענט וועט ווירקליך פארעפענטליכן דער גאנצן טראנסקריפט פונעם טעלאפאנישער געשפרעך, וועלכע האט אייגענליך גענצליך צונישט געמאכט די גאנצע קלאגע פונעם ליבעראלער שפיאן - דער פייפער-בלאזער.
אצינד האבן זיך באבי פאלאוסי און קאמיסאר שיף געפונען אין א שטיקל פארגעלעגנהייט. אבער זיי זענען געווען פעסט אנאשלאסן ווייטער אנצוגיין מיט די אימפישמענט באן...

קאמיסאר שיף האט דאס נישט פארציילט פאר קיינעם. ער האט שטארק געהאפט אז מען וועט זיך קיינמאל נישט דערוויסן איבער זיין פאררעטערישע ראלע אינעם פייפער-בלאזער סימוטאכע. פארוואס? ווייל ער ווייסט גאנץ גוט. אז דאס מאכט אים פאר אן עדות אינעם אימפישמענט-געריכט - און א עדות קען נישט שפילן די ראלע פון פּראָקוראָר אין די זעלבע צייט! פארט שפילט שיף די ראלע פון פּראָקוראָר! וואו איז דער גערעכטיקייט? וואס טיט זיך מיט "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ"?

שוין ביים ערשטען פארהער האט דער קרוק שיף אין זיין עפענונגס רעדע אראפגעגעבן א אויפגעבאקענע געשיכטע איבער אנגעבליכע מיסברויכן וואס דער פרעזידענט זאל האבן באגאנגן. דאס אמעריקאנער פאלק האט ממש געשטוינט ווי דער קרוק שיף שטעלט זיך אויף מיט א בלעכענעם פרצוף, און זאגט אזעלכע פרעכע ליגנטס פארן אמעריקנער פאלק. באבי פאלאוסי האט באלד איינגעזען אז מיטן אנהאלטן עפענטליכע פארהערן אונטער די אנפירערשאפט פון אזא ליגנער ווי קרוק שיף, וועט די גאנצע אימפישמענט ספעקטאל גיין פייפן אויפן רויטן ים. דערפאר איז געפאסט געווארן א געהיימער באשלוס צו האלטן די אימפישמענט פארהערן אונטער געהיימע טויערן אונטער שלאס און ריגל. און ווי אויך אז דער שפיאנזש קאמיטע אין שפיץ פונעם עדות/פּראָקוראָר קאמיסאר שיף זאלן זיך אפפגעבן מיט דעם, און נישט די דזשודישיערי קאמיטע ווי די טראדיציע לויטעט. דאס איז אייגענטליך א פרעצעדענטלאזע שריט.

די פארהערן גייען טאקע ווייטער אן אונטער פארמאכטע טויערן. און לויט ווי מען הערט שטעלט זיך אלס ארויס מער און מער אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך. דער קרוק שיף מיט זיינע אידיאטן פראבירן מיט אלע זייערע קרעפטן צו מאנעווירן די עדות צו זאגן וואס זיי ווילן הערן, אבער ביזדערווייל אן ערפאלג. דער קרוק שיף מאכט זיכער אז בלויז געשטיקלטע אינפארמאציע זאל ארויסרינען צו די פרעסע - אזוי אז ס'זאל אויסזען ווי דער פרעזידענט זאל האבן באגאנגען א פארברעך. ווי אויך האט דער קרוק שיף גאר שטארק באגרעניצט די רעכטן פון די רעפובליקאנער מיטגלידער צו פרעגן פראגעס. עס איז אומגלויבליך אז דאס שפילט זיך אפ אין די פאראייניגטע שטאטן. מען פאראורטיילט א מענטש, און מען ערלויבט אים נישט זיך צו פארטיידיגן. ווי איז דער "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ???"

נאך פול מער פון דעם...

באבי פלאוסי וויל נישט אז דער גאנצער רעפרעזאנטן זאל שטימן איבער אימפישמענט. פארוואס? פילייכט צוליב דעם וואס זי פארכט זיך אז געוויסע מעסיגע דעמאקראטן וועלכע פארטרעטן טראמפ סימפאטישע באצירקן וועלן ארויסגעשטויסן ווערן פון אמט? זי זעלבסט האט דאך דעקלערט אז איר אימפישמענט איז אויסשליסליך נישט פאליטיש, נאר עס איז גאר איר קאנסטעטוציאלע פליכט? טא פארוואס קוקט זי גאר פאליטיש? נישטא ווער ס'זאל לאכן!
דער ווירקליכער אורזאך פארוואס זי איז אזוי אויסגעשלאסן נישט צו ברענגן אימפישמענט צו א פילער אפשטימונג - איז בלויז ווייל זי ווייסט אז דאן פארמאגט דער פרעזידענט אויך רעכטן. ער קען זיך דאן געהעריג פארטיידיגן, און די רעפובליקאנער קענען דאן אויך רופן עדות אויפצוטרעטן. און דאס וויל טאקע די רשענטע פלאוסי פארמיידן! זי וויל נישט ערלויבן אז דער פרעזידענט זאל זיך קענען פארטיידיגן, ווי יעדע ציווילער בירגער אין לאנד! ווען מען האט איר אין א בריוו פארגעהאלטן דעראויף,האט זי טראציג גענטפערט אז אין די קאנצטעטוציע שטייט נישט אז דאס גאנצער רעפרעזאנטן הויז דארף שטימען איבער אימפישמענט. ניין? וואס טיט זיך מיט "גליייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ"???

די גוטע נייעס איז אז דער פרעזידענט גייט אין א קליגע שריט שיקן א בריוו צו די ליבעראלן, אז דער ווייסער הויז אנטזאגט זיך צו קאפפארירן מיטן רעפרעזאנטן הויז ביז ווי לאנג א אפיציעלע אפשטימונג איבער אימפישמענט ווערט דורכגעפירט. דער פרעזידענט איז באוויסטזיניג אז די דעמאקראטן וועלן אים אין די ענדע ממלא אומפישן, אפגעזען צו ער איז ווירקליך יא באגאנגן מיסברויכן צו נישט. ער וויל בלויז קענען איבערצייגן פאר די אמעריקאנער באפעלקערונג אז ער איז אומשולדיג. ער איז בלויז א קרבן פון ווילדע דעמאקראטישע האסער...[/justify]
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך הנוי והנצח »

קאך, ווי אייביג, האסט געמאכט א הערליכע ארבעט. גוט צוזאמגענומען און שיין ארויסגעברענגט דבר דבר על אופניו. ס'איז אמת יעדעס ווארט.

איך וויל צולייגן, אז דער גאנצע אוקריינע-טראמפ "סקאנדאל" האט פשוט אויפגעלעבט די טראמפ באזע און אפילו אזעלכע וואס זענען נישט געווען מיט אים. סי ען ען האט אויסגעפרעגט עטליכע וויילער אין קריטישע סווינג סטעיטס, וואס זיי האלטן פון די אומפיטשמענט רדיפה, און זיי האבן געענטפערט אז אדרבה דאס האט זיי געמאכט איבערקומען זייער סקעפציזם אויף טראמפ, און יעצט גייען זיי יא שטימען פאר אים, ווייל זיי זעען די חורבנות פון די דעמאקראטישע פארטיי זייט אהן אויף אמעריקא. פעלאסי האט צוזאמגעברענגט די רעפאבליקאנער פארטיי צו זיין פאראייניגט אין זייער שטיצע פון פרעזידענט טראמפ. אזויווי ביי קלינטאן האט זיין אומפיטשמענט נאר געהויבן זיין פאפוליריטעט, זעהט מען די זעלבע ביי טראמפ.

סאיז געווען אינטערסאנט, אז א געוויסע אנטי טראמפ אקטיוויסט ראוסי אדאנעל האט געמאכט אן אנקעטע אויף טוויטער, צו זעהן אויב דאס פאלק וויל מען זאל אימפיטשען פרעזידענט טראמפ. זי האט געמיינט אז ער גייט זיכער פארלירן, צווישן אירע ליבעראלע שישקעס. למעשה האבן 58% געשטימט ניין אויף די פראגע פון אימפיטשמענט. זעענדיג אז ס'טויג נישט און זי כאפט געבראטענע בושות האט זי שנעל פארמעקט דעם אנקעטע פון טוויטער....אבער נישט פאר אנדערע האבן עס אויפגעכאפט, און געמאכט פון דעם מטעמים אין די פרעסע, זעה בילד.בילד
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ביזדערווייל איז פרייליך אין וואשינגטאן...

די רעפובליקאנער האבן זיך גענומען צו שיף'ס ביינער אזש ס'גייט א רויעך. דער שווארצער אונטערוועלטניק שיף, מיינט טאקע אז אין די פאראייניגטע שטאטן קען מען אנפירן מיט אזא סאוויעטישע-סטיל קאַנגערא געריכט, און ס'זאל דורכגיין שטיל. ער מיט זיינע אנדערע ציגאנער זיצן טעג און נעכט אין א געהיימע בונקער וואס געפונט זיך אין די שטויביגע קעלערן פונעם קאפיטאל געביידע, וואו זיי וועבן געהיימע אונטערערדישע פלענער אומצווארפן דאס פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט אריינגעוועלט אין אמט. ער רופט נאכאנאנד אראפ דיפלאמאטן פונעם אויסערן מיניסטעריום און קוועשט ארויס פון זיי אלערליי צווייפלהאפטיגע לשון הרעלעך קעגן פרעזידענט, און דאס ווערט אפגעהאלטן אונטער שלאס און ריגל, אן די אנוועזנהייט פון דעם פרעזידענטס אדוואקאטן און אנדערע מיטגלידער פון קאנגרעס. און דאן שיקט דער אונטערוועלטניק שיף ארויס זיינע קאמעראדן, אז זיי זאלן דעקלערן פאר די פרעסע מיט א ערענסטע מינע אויף זייערע געזיכטער - אז דאס וואס זיי האבן אקוראשט געהערט איז ממש שרעקליך... דער געמיינער אונטערוועלטניק שיף האלט אונז פאר פשוטע קעלבער...

היינט האבן די רעפובליקאנער זיך אריינגעריסן אינעם שיף-בונקער און שארף געפאדערט אז די פאסקיצווע שטיק דארפן זיך זאפארט אויפהערן. זיי האבן דעקלערט אז אויב עס גייט אים אין לעבן צו אימפיטשן דעם פרעזידעט וואס דאס אמעריקאנע באפעלקערונג האט אויסגעקליבן, זאל ער מוחל זיין און דאס טאן אין די עפענטליכקייט פאר די אויגן פון ברייטן פובליקום - און נישט אין קיין געהיימע אונטערערדישע בונקער.

ס'איז נישט ערווארטערט אז זאכן זאלן זיך קיין סאך ענדערן. אימפיטשמענט איז די לעצטע שטרוי אין וועלכע די די ליבעראלן קלאמערן זיך נאך... זיי ווייסן אז מיט די מאלפעס וואס לויפן פאר פרעזידענט וועלן זיי נישט אנקומען צו ווייט. דערפאר זענען זיי אויסן צו טאן וואס אימער זיי קענען נאר צו שעדיגן דאס פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט אויסגעקליבן. שיף מיט זיין אויבערהארנטע פעלאוסי דעקלערן מיט פאטאס: מיר האבן געוואלט הילערי און נישט טראמפ, און ווייל דאס אמעריקאנער באפעלקערונג זענען באגאנגן דעם הארבן פארברעך און געטאן א שריט קעגן אונזער ווילן, דארפן זיי הארב באשטראפט ווערן און זייער קול דארף דערשטיקט ווערן.

לעבן זאל די רעוואלציע...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די ליבעראלן האבן ענדליך אינאכט גענומען אז מ'קען נישט טאן וואס מען וויל. זיי זענען ענדליך געקומען צום באוויסטזיין אז זיי וועלן נישט קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע סאוויעטישע-סטיל געהיימע קאַנגערא געריכט. דאס היינטיגער אנוועזענהייט פון ד''ר טשאַרלעס קופּערמאַן אין זייער געהיימער געריכט האט געשריגן ביז צום הימל און זיי געגעבן א לעקציע, דערפאר האבן זיי מיט גרויס שאנדע געמוזט אויפגעבן זייערע געהיימע קאַנגערא געריכט, און אנהייבן מיט א געהעריגע לעגיטימע אימפישמענט, אין וועלכע דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך זיין געהעריג פרעזענטירט מיט אדוואקטן און מיט סובפינע מאכט. און דאס אמעריקאנער פאלק וועט האבן די מעגליכקייט אפצומאכן פאר זיך צו דער פרעזידענט איז ווירקליך באגאנגן א מיסברויך צו נישט. און מ'וועט מער נישט זיין אנגעוויזן אויף די שטוינדענדע האר אויפשטעלנדע אנטדעקונגען פון ליגנער שיף מיט זיינע קאמעראדן.[/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ענדליך! אומפושטמענט:

שליחה דורך גראף »

וואס איז די מעשה מיט די ריכטער וואס האט געהייסן באר אז ער מוז איבער געבן די גאנצע מוללער באריכט מיט די גרענד זשורי אן קיין שום געמעכעטץ? @קאך_לעפל ?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]צו ענטפערן דיין פראגע - פאדערט זיך ערשט אויסקלארן עטליכע פאדאמענטליכע פונקטען.

ס'איז פארהאן א קאנסטעטוציאלע-צווישנשייד צווישן יוסטיץ און פאליטיק. יוסטיץ איז דער אפטיילונג פונעם עקזעקעטיוו פליגל פון די רעגירונג, און פאלטיק איז דער אפטיילונג פונעם לעגיסלאַטיווע פליגל פון די רעגירונג. פאליטיק און יוסטיץ האבן אין אלגעמיין גארנישט צו טאן איינע מיטן צווייטן. נאך מער, זיי זענען מערסטייל אין קאנטראסט איינס פונעם צווייטן.

מוללער איז געווען א איינגעשטעלטער אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, און זיין אויספארשונג איז געווען באזירט בלויז אויף יוסטיץ. דער מוללער אויספארשונג און די גאנצע רוסישע קאנספיראציע איז אפיציעל אנגעפירט געווארן דורך די יוסטיץ אפטיילונג פון די רעגירונג. דער הייניטיגער יוסטיץ מיניסטער הער בארר איז ביי די מיינונג אז פאליטיק האט אייגענטליך יא געשפילט א באדייטפולע ראלע אינעם אויספארשונג, דערפאר האט ער טאקע אויפגעפאדערט דעם פּראָקוראָר פון קאנעקטיקעט דזשאן דורהאַם דורכצופירן אן אינערליכע אויספארשונג. און דער אויסגאנג איז ערווארטערט צו זיין שאקירענד ביז גאר.

ס'איז זאגאר פארהאן איין אויסשליסליכער פאל ווען דער לעגיסלאַטיווע פליגל פארמאגט יא עטוואס יוריסדיקציע מאכט. דאס איז אין א פאל ווען דער פרעזידענט באגייט גאר הארבע מיסברויכן זיצנדיג אין אמט. דאן קען דער לעגיסלאַטיווע פליגל אויפברענגן אימפישמענט קלאגעס, און דריי-פערטל פונעם סענאט באשטימט צו מען זאל ארויסווארפן די קלאגעס צו נישט. און אפילו דאן איז דער הויפט ריכטער פון לאנד אנוועזן ביי אלע פארהערן אינעם סענאט, אזוי אז דער פראצעדור זאל אויך פארמאגן דאס זיגל פון יוסטיץ און נישט בלויז פון פאליטיק.

אצינד איז אזוי. דער ארגינעלער פלאן פון די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז איז ערשט געווען, צו אומפישען דעם פרעזידענט באזירט אויף די מיללער באריכט. אזוי צו זאגן, אז דער יוסטיץ מיניסטעריום זאל האבן באשטימט אז דער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגן א פארברעך. דאן וואלטן ווען די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז פארמאגט פול א לייכטערע פעלד, און דער יוסטיץ מיניסטעריום וואלט ווען געווען געצווינגן איבערצוגעבן אלע זייערע באווייזן קעגן דעם פרעזידענט פאר די דעמאקראטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז. דאס האט אייגענטליך נישט פאסירט. די מוללער אויספארשונג האט זיך אויסגעלאזט מיט א פוסטער זייפן בלאז. דערפאר ארגומענטירט דער יוסטיץ מיניסטעריום אז זיי זענען נישט פארפליכטעט איבערצוגעבן פאר די פאליטיקאנטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז קיין שום אינפארמאציע איבער די מוללער אויספארשונג. די דעמאקראטן האלטן נישט ביים פארציכטן אויף די דאזיגע אינפארמאציע, זיי זענען ביי די מיינונג אז דארט ליגט באהאלטן אוצרות פון גאלד, דערפאר פירן זיי אן מיט א העפטיגען קאמף אין געריכט דאס צו עררייכן.

אפגעזען פונעם מוללער דורכפאל האבן די דעמאקראטן קיינמאל נישט אויפגעגעבן זייערע גראנדיעזע אימפישמענט אמביציעס. צו זייער אויסטערלישע האס צום פרעזידענט און צו די רעפובליקאנער איז גארנישט פארהאן קיין שום גרעניץ. ווען דער פייפער-בלוזער האט זיך געלאזט הערן אין וואשינגטאן, האבן זיי באלד געהאלטן אז זיי האבן ענדליך געכאפט דעם טוטער... און זיי האבן באלד סאפאנטאניש דעקלערט אימפישמענט! נאך איידער די פאקטן זענען אפילו געקומען צום אויבערפלאך. אבער ווי שרעקליך אנטוישט זענען זיי געווארן, ווען דער יוסטיץ מיניסטעריום האט ספאנטאן צונישט געמאכט די גאנצע פייפער-בלוזער פאנטאזיע און דעקלערט אז דער פרעזידענט איז נישט באגאנגן קיין שום מיסברויך.

אין גרויס צווייפל, האבן די פאליטיקאנטן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז באשלאסן אז אויב דער יוסטיץ מיניסטעריום האלט נישט ביים אנהייבן מיט קיין אויספארשונג איבער די זינלאזע פייפער-בלאזער קלאגע, דאן גייען זיי נעמען דעם געזעץ אין די אייגענע האנד און זיי גייען זיך דעקלערן אלס קרימינאלע אויספארשער, און זעלבסט-באשאפן מיסברויכן וואס דער פרעזידענט זאל אנגעבליך האבן באגאנגן. די פאליטיקאנטן זענען איבער-נאכט פארוואנדלט געווארן צו פעדעראלע פּראָקוראָרן, און ליגנער שיף זעלבסט האט זיך דעקלערט אלס הויפט פּראָקוראָר. נישט בלויז דאס, ער האט ניטאמאל געהאלטן אז דער פרעזידענט איז בארעכטיגט צו גלייכע גערעכטיקייט אונטער די געזעץ. ער האט געהאלטן דעם אמעריקאנער פרעזידענט אויף א נידעריגער שטאפל ווי די ארגסטע פארברעכער.

דאס לאנד האט אנגעהויבן צו שטורמען, און שקלאפטע פעלאוסי האט געזען אז דאס קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. מיר לעבן פארט אין אמעריקע און נישט אין סאוויעט רוסלאנד, דערפאר האט זי נעכטן מיט גרויס שאנדע באשלאסן צו פארניכטן ליגנער שיף'ס געהיימער קאַנגערא געריכט, און אראפצושטעלן שטאנדהאפטיגע פראצעדורן, אנגעבליך זיכער צו מאכן אז דער פרעזידענט באקומט גליייכע גערעכטיקייט אונטערן געזעץ. ווי צו זאגן אז עמיצער קען באקומען גרעכטיקייט ביי די ליבעראלע מענטשן-פרעסער. צו זי וועט עס טאקע טאן צו נישט? ווייסט בלויז איין איינציגער באשעפער. ווי אזוי ס'זאל נאר נישט זיין, דער שאדן וואס ליגנער שיף האט שוין פאראורזאכט מיט זיינע פארברעכערישע טעטיקייטן איז שוין אפגעטאן געווארן, און צוריק גייט בלויז א קאזע... די רעפובליקאנער פארשפרעכן צו פירן א פייערדיגע קאמף קעגן די סאציאליסטן, וועלכע פראבירן ארויסצושטויסן א פרעזידענט וואס דאס אמעריקאנער פאלק האט דערוועלט, בלויז צוליב ריינע פאליטישע מאטיווען...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

איז דער פרעזידענט ווירקליך באגאנגען א "קוויד פראו קוואו"?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער באדייט פון א 'קוויד פראו קוואו' איז: עפעס אין אויסטויש פאר עפעס - איך טוה עפעס פאר דיר, אין אויסטויש אז דו טוסט עפעס פאר מיר. אין אלגעמיין איז דאס א דורכשניטליכער פראקטעצירונג אין אויסערן פאלטיק, אבער א טייל מאל קען א קוויד פראו קוואו זיין א מיסברויך. עס ענדלט זייער צו די זינד פון נעמען שוחד (ברייבערי בלע''ז), נעמליך, דו שענקסט פאר עמיצן א זאך וואס ער דארף שטארק, ווען אין אויסטויש שענקט יענער פאר דיר א זאך וואס דו ווילסט אויך זייער שטארק. שוחד איז אייגענטליך א זינד אויף וועלכע א פרעזידענט קען אימפיטשט ווערן. און ווען די רעדע איז פון א זאך וואס עס איז גארנישט זיין אייגענטום – נאר עס איז דער אייגענטום פונעם פאלק, איז דער זינד נאך פולפאכיג הארבער, דאן גרעניצט זיך עס שוין אויך מיט קאראפציע. און קאראפציע איז נאך א זינד אויף וועלכע א פרעזידענט קען אימפיטשט ווערן אינעם רעפּרעזענאַטיוו הויז.

צוויי באזונדערע געשיכטעס האבן זיך אפגעשפילט אין וואשינגטאן אין די זעלבע צייט:

דער רעפּרעזענאַטיוו הויז האט באשטעטיגט פינאנציאלע שטיצע פאר אוקריינע, מיטן ציל אז זיי זאלן זיך קענען מיליטעריש פארטיידיגן קעגן די רוסישע אגרעסארן. דער פרעזידענט האט אבער געלייגט א צייטווייליגער אפהאלט אויף די געלט, ווארשיינליך צוליב צוויי הויפט-אורזאכן: איינס, ווייל ער האט געוואלט אז אויך אנדערע אייראפאישע לענדער זאלן אייניג אנטייל נעמען אין די פינאנציאלע שטיצע פאר אוקריינע, אזוי אז נישט די גאנצע לאסט זאל פאלן אויף די פלייצעס פון די אמעריקאנער שטייער-צאלער. און צווייטנס ווייל ער האט געוואלט זיכער מאכן אז דער אוקריינישער פרעזידענט זעלענסקי האלט זיך טאקע צו זיין קאמפיין-פארשפרעכונג צו באקעמפן קאראפפציע.

אין די סאמע זעלבע צייט-אפשניט האט דער פרעזידענט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע דיסקאסיע מיט זעלענסקי. דורכאויס דעם געשפרעך האט דער פרעזידענט ווארעם גראטולירט זעלענסקי איבער זיין איבערוויגענדע זיג אין די אוקריינישע פרעזידענטליכע וואלן. גלייכצייטיג האט אים דער פרעזידענט אויך געבעטן, אז ער זאל טאן עטוואס מער קעגן קאראפציע – און נישט בלויז אין אוקריינע זעלבסט, נאר ער זאל אויך העלפן דעם יוסטיץ מיניסטעריום פון די פאראייניגטע שטאטן, אין זייער אויספארשונג אין די ווארצלן פון די טיפע קאראפציע פון די פארפוילטע אמעריקאנע דעמאקראטן, וועלכע האבן געארבייט האנד-ביי-האנד מיט די אוקריינישע אָוליגאַרקס, דורכאויס די פארגאנגענע פרעזידענטליכע וואלן פאר די קלינטאן קאמפיין. דער פרעזידענט האט אין נישט קיין קליגע שריט - אויך צוגעלייגט אז ער זאל אויך ארבייטן אינאיינעם מיט זיין פריוואטער אדוואקאט רודי דזשיליאני, אויסצופארשן די טיפע קאראפציע און מיסברויכן פון טאטע און זון ביידען.

אינעם וואשינגטאן זומפ איז פארהאן א ענגע קליקע פון פאליטיקאנטן און שפיאנזש אפיצירן, וועלכע מאנעווירן שוין לאנגע יארן אינעם שמעלץ טאפ פונעם אמעריקאנעם אויסערן פאליטיק, און ווי אויך אין די אמעריקאנע מיליטערישע טעטיקייטן איבער די גארער וועלט. זיי האלטן זיך העכער ווי די ערוועלטע באאמטע, און זייער זענען צום באדויערן גאר מאכטפול. זיי מאכן זיכער אז די אמעריקאנע עליטע (אָוליגאַרקס אויף רוסיש:) זאל פארבלייבן אין פולשטענדיגע קאנטראל, און אז זייער טיפע קאראפציע זאל בלייבן שטעקן אונטערן טעפיך. אח און וויי איז פאר דער וואס פארטשעפעט זיך מיט זיי - א שטייגער ווי פרעזידענט טראמפ. זיי קענען נישט איבערטראגן די פאקט אז דער פרעזידענט איז א פריי-דענקער און ער האט זיי טיף טייער אין דער ערד.

ווי נאר די דאזיגע וואשינגטאן אָוליגאַרקס האבן געהערט אז דער פרעזידענט הייבט אן נישטערן אין אוקריינע איז זיי באלד נישט גוט געווארן... זיי ווייסן זייער גוט וואס פאר א הייסע ווארע עס ליגט באגראבן אין די טיפענישן פון אוקריינע. זיי האבן מיט שרעק באלד אקטיוויזירט דעם געהיימען פאניק קנעפל, און די פייפער בלוזער האט זיך צופיפן.דער אנגעבליכער פייפער בלאזער איז אן אקטיווער מיטגליד אינעם וואשינגטאן אָוליגאַרקס פארבאנד. דער פייפער בלוזער האט גלייך געוויסט וואו זיך צו ווענדן - ער האט זיך אין געהיים פארבינדן מיטן גרעסטען ליגנער אינעם וואשינגטאן זומפ, מיט קאמיסאר אדם שיף, פאר גענויע אנווייזונגן ווי אזוי שרייבן א בייזוויליגע-מסירה קעגן פרעזידענט, און מיט דאס מאַקסימום שאדן. דער העפליכער שטאב פון ליגנער שיף האבן טאקע באוויזן אנצווייזן פארן פייפער בלוזער ווי אזוי צו שרייבן א וואודערבארער באריכט.

דער פייפער בלוזער האט צוזאמגעשמאלצן די דאזיגע צוויי געשיכטעס אלס איינס. און ער האט נאך צוגעלייגט א קנייטש... דער פייפער-בלוזער האט צוזאמגעשטעלט א באריכט, אז דער פרעזידענט האט אפגעהאלטן די געלט וואס דער רעפּרעזענאַטיוו הויז האט באשטימט פאר אוקריינע, בלויז אויף צו צווינגן די אוקריינישע אויטריטעטן אויסצופארשן די קאראפציע צווישן די דעמאקראטן און די אָוליגאַרקס. און ווי אויך די קאראפטירטע טעטיקייטן אין וועלכע טאטע און זון ביידען, זענען געווען פארמישט ביז איבער די נאז. ער איז נאך געגאנגן א שריט ווייטער, ער האט געזאגט אז דער פרעזידענט האט דאס געטאן הויפזעכליך צו טרעפן שמוץ אויף ביידען, וועלכע איז אויך אצינד זיין פאלטישער קענגנער... דאס איז א ריכטיגער קוויד פראו קוואו מיטן גאנצן קנאק. אין רעזולטאט ויצא העגל האימפיטשמענט הזהב הזה... והעיר וואשינגטאן צהלה ושמחה...

אבער איין מינוט... פאוואליע...
אין די ווירקליכקייט האט אוקריינע באקומען זייער געלט, אפגעזען צו זיי פארשן אויס די קאראפציע פון די דעמאקראטן און ביידן צו נישט.
אוקריינע האט קיינמאל נישט געוויסט אפילו אז זייער פינאנציאלע שטיצע פון וואשינגטאן ווערט גאר אפגעהאלטן.
אינעם טראנסקריפט פונעם געשפרעך צווישן דעם פרעזידענט און זעלענסקי ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער אפהאלטן געלט.
און אייגענטליך ווער האט אפגעמאכט אז די אפהאלט פון די געלט איז מיט עפעס פארבינדן צום פארלאנג פונעם פרעזידענט אז אוקריינע זאל אויספארשן די קאראפטירטע טעטיקייטן פון די דעמקראטן און די טאטע און זון ביידען? פילייכט האבן די צוויי געשיכטעס גארנישט איינס מיטן צווייטן?

די אלע פראגעס פארמאגן נאכנישט דערווייל קיין צופרידנשטעלנדען ענטפער. אבער די אימפישמענט באן פארט ווייטער מיטן שנעלסטן גאלאפ. ליגנער שיף מיט זיין אויבערהארנטע, רשענטע פעלאוסי, ארבייטן אימערמידליך אויפצווייזן אז עס איז ווירקליך יא געווען א קוויד פראו קוואו. אבער ביזדערווייל אן קיין ערפאלג. און דאס ווייסער הויז אנטזאגט זיך צו קאאפפארירן מיט 'שיף ענד פעלאוסי אימפישמענט פארבאנד', זיי האלטן זיך נישט ביים לאזן שאנטאזירן פון די אימפישמענט געמיינדע פאר גארנישט. די אלע מיינונגן און אפשאצונגן פון די פאלטישע באאמטע, וועלכע האבן עדות געזאגט אין ליגנער שיפ'ס סאוויעטישע-סטיל געהיימע קאַנגערא געריכט, זענען ביזדערווייל נאך נישט גענוג מאסגעבענד. קאמיסאר שיף טאפט א וואנד און פעלאסי מאכט איין אין זויערן...[/justify]
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

נאך א פוינט,
לו יצוייר אונז זעמיר מסכים אז ס'יא געווען א קלארע 'קוויד פראו קוואו' , מיז עס נאכנישט זיין אן אומלעגאלע 'קוויד פראו קוואו'.

דהיינו אויב טראמפ האט דירעקט געסטראשעט מיט די געלט אין אויסטויש אז זעלענסקי העט טרעפן שמיץ אויף ביידענען, דאן ברויך מען אים אימפיטשען.
אויב אבער האט ער געזאגט "איך האלט אפ די געלט ביז דו פארשסט מיר אויס קאראפציעס" און אין איינוועגס ווארפט ער שוין אריין צו אויספארשן ביידען, דעמאלטס איזעס א געהעריגע 'קוויד פראו קוואו' נאר א ליגאלע וואן.

סאו אונז האמיר נאך אפאר סטעפס ביז מ'ברויך אימפיטשען, קודם לאמיר זעהן א קלארע 'קוויד פראו קוואו' און נאכהער העמיר זעהן צו סאיז געווען אומלעגאל.

(קרעדיט, בנימין שפירא)
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

בנוגע דיין פוינט הרב קאך לעפל אז די אוקריינע האבן נישט געוויסט אז מהאט געפרוירן געלטער איז נישט אזוי איינפאך,
סי ען ען, וואשינגטאן פאוסט וכו' שרייען חי וקיים אז מהאט יא געוויסט, און דאס אז מהאט יא געשיקט די געלט איז נאך וואס טראמפ האט אנגעהויבן ציטערן אז די עולם האלט מיט זיינע געשפרעכן וכו' וכו'
פארשפארט