זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי

מחשבה, השקפה ועיון
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

זויער פיקעל און ניסלעך חודש תשרי

שליחה דורך גדליה »

ס'איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז מ'פירט זיך נישט צי עסען געוויסענע מאכלים במשך די העכערע טעג, למשל זויער פיקעל, די באליבטע ירק וואס געבט א "קראך" ווען מ'צוקייט עס, איז לחלוטין פארבאטען, וויבאלד דאס קען חלילה אנשרייבען א זויער יאר. אזוי אויך ווינעגער איז אסור, צוליב איר זויערקייט, און חסידים ואנשי מעשה פירען זיך צו מונע זיין פון עסען ניסעלעך במשך די העכערע ימים טובים, ווייל ס'איז דווקא בגימטריא א שלעכטע ווארט וואס איך וויל נישט אמאל ארויסזאגען אין אזא מקום קדוש.
פארשידענע ווערטעלעך גייען ארום, ווי למשל, א זויערע עסען איז אסור, אבער א זויערע פנים איז זיכער אסור (למעשה דאכט זיך די עולם איז זיך יא נוהג אז דייקא פיקעל טאר מען נישט עסען זויער, אבער פנימ'ער מעגען יא זיין זויער).
אזוי אויך זאגט שוין די משנה ברורה צו ווייסעך ווער אז כעס איז נאך ארגער ווי די אלע זאכענעס. די ידענים וועלען שוין צוברענגען פונקליכע מקורות.
אין גמרא זעען מיר אז ראש השנה אויפדערנאכט זאל מען עסען מאכלים וואס די נאמען זייערע באווייזט אז ס'קומט א גוט קנאקעדיג יאר.

און דא קומען צו צו אונזער שאלה.
וועלכע נארמאלע שופט גייט אפ'פסק'נען א דין לויט וועלעכע מאכל די מענטש האט געגעסען יענע טאג?
שוין אמאל געווען אזא זאך אין א משפט, צי אין אמעריקע אדער אפילו א דריט וועלט לאנד. א מענטש ערשיינט צום בית המשפט, און ער ווערט באשולדיגט אין מארד.
זאגט אים די שופט, ווענדט זיך וואס די האסט געגעסען היינט, אויב האסטו געטרינקען פיינע טשערי סאדע, איז א סימן אז ס'קומט א זיסע פסק, און דו ביסט פרייגעשפראכען.
גראדע האב איך היינט געגעסען האַט פעפערס, ענטפערט די ציטערדיגע באשולדיגטע.
האט פעפערס! שרייט די שופט. שוין ארויספירען למיתה!
און די פראסעקיוטער לייגט נאך צו זאלץ און פעפער: וואס האסטו געמיינט, וועסט עסען שארפע ציפעדיגע פעפערס אין די טאג פון דיין משפט? וועלכע שיגענער טוט אזא זאך?


שוין, כ'האב עס געמאכט אביסעל קאמיש, אבער די שאלה פארשטייט יעדער. אז ס'קומט א ערנסטע יום הדין, און מ'גייט אפ'פסק'נען די מענטש לויט זיינע חטאים און לויט זיינע זכותים, וואלטן מיר גערעכענט אז די זיסקייט, אדער זויערקייט, פון די טעגליכע וועטשערע האט נישט אינגאנצען א שייכות אהער.
ס'מאכט מיך טראכטען אז די משפט איז מער אזא מיסטישע זאך, עפעס אזא חלות וואס שוועבט אין די לופטן העכער די מענטש, וואס קען ווערען אפעקטירט פון א גלעזל עסיג אדער א צוקערדיגע רימון.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אין פוסקים שטייט אז ס'סאך הכל געמאכט צו מעורר זיין די מענטש.

אבער פון לשון הגמ' השתא דאמרי סימנא מילתא הוא, זאל מען עסען דאס אין יענס, איז משמע אז ס'מער ווי סתם א התעוררות, עכ"פ ע"פ פשט.

אבער דאך קען די התעוררות טעם שטימען ווייל לויט איין גירסא שטייט נישט למיכל נאר למיחזי, דאס הייסט אז די מאכלים זאלען ליגען פאר עם נאר.

וועגען די חט(א) פון אגוז איז נאך פארשטענדליך, ווילסט מקפיד זיין אויף א עפעס א מיסטיקעל רמז פיין, אבער אלס כיחו וניעו פארוואס איז א פראבלעם צו עסען ביינאכט און דערנאך אויסשווענקען מיט שניידעדיגע סעלצער?

וועט עס שטערן מארגען צו זינגען ביי קדיש...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

די התעוררות טעם שטימט אויך נישט ווייל שטודיעס באשטעטיגען אז עסען זויער פיקעל ברענגט א גרויס התעוררות.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גדליה האט געשריבן:די התעוררות טעם שטימט אויך נישט ווייל שטודיעס באשטעטיגען אז עסען זויער פיקעל ברענגט א גרויס התעוררות.


בפרט נאך א ברייטערען קידוש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ערב יום הק' איז נישט ראטזאם צו פארטיליגען זויערע איגירקעס אלס חשש ריבוי זרע פון די ספייסעס המחממים את הגוף.

עיי"ש...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

גראדע די חלה אין האניג מאכט מיך דווקא מער אנגעצויגען. כקען באשטיין צו עסען חלה איינגעטונקען אין גוטע דיפס און אויב סוועט קומען א יאר אזוי גוט ווי מטבוחה שטייען מיר אלע זייער פיין.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גדליה האט געשריבן:גראדע די חלה אין האניג מאכט מיך דווקא מער אנגעצויגען. כקען באשטיין צו עסען חלה איינגעטונקען אין גוטע דיפס און אויב סוועט קומען א יאר אזוי גוט ווי מטבוחה שטייען מיר אלע זייער פיין.


איך עס לעידי פינגערס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וואלווי האט געשריבן:אבער אלס כיחו וניעו פארוואס איז א פראבלעם צו עסען ביינאכט און דערנאך אויסשווענקען מיט שניידעדיגע סעלצער?

געזעהן אמאל אז אין ליסקא האט מען נישט געטרינקען סעלצער ראש השנה מהאי טעמא, ממילא...

אגב האב איך געהערט אז די פראבלעם פון די זויערע מאכלים איז נישט בעיקר די טעם, נאר ווייל ווען מען עסט א זויער מאכל מאכט מען א sour face, און דאס טאר מען נישט טוהן ראש השנה...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ס'ענין צו עסן גרויסע הארטע אייער לסימן טוב
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פון יעדע איינציגסטע זאך קען מען לאכען, אבער דער סך הכל איז א גייסט וואס דערמאנט דעם מענטש אז דא טוט זיך עפעס ערנסט, דער גאנצע עתיד איז יעצט אויפ'ן וואגשאהל. און דאס קען זיין די תכלית, עס האט נישט מיט די מהלך הדין אין שמים, נאר מיט דער מענטש זעלבסט.

אזויווי יעדער זאך, דארף מען עס נעמען אין באלאנס מיט א חשבון. דער וואס זיין גאנצע ר"ה שטעקט אין דעם, טויג נישט. אבער דער וואס ווייסט אז דאס איז א טפל צום עיקר, און אזוי טוט ער עס, האט עס ריכטיג אנגענומען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

גוט.
למעשה ברויך מען פארשטיין פארוואס די מאנגעל אין זויער פיקעל ברענגט אריין א ערענסקייט אין מענטש.
מוואלט פונקט אזוי געקענט הייסען עסען פינף זויער פיקעל פאר תקיעת שופר און יעמאלט וואלט איר מסביר געווען ווי די זויערע מאכל ברענגט אריין אזא מין ערענסקייט און שארפקייט פין די יום הדין.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

וואלווי האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:גראדע די חלה אין האניג מאכט מיך דווקא מער אנגעצויגען. כקען באשטיין צו עסען חלה איינגעטונקען אין גוטע דיפס און אויב סוועט קומען א יאר אזוי גוט ווי מטבוחה שטייען מיר אלע זייער פיין.


איך עס לעידי פינגערס...

נו וויאזוי גייט דאס יאר? געב איבער א באריכט
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ס'דרייען זיך קינדער דא...

באריכטן געבט נאר איבער צווישן פיר אויגען...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך האב די זעלבע קשיא אויף די גמרא וואס זאגט אז א איד וואס האט א פראצעס קעגן א גוי זאל עס מאכן אין חודש אדר, וויאזוי פונקטליך ארבעט עס? דער ריכטער וועט זאגן אה דו ביזט א איד און ס'איז חודש אדר דו גייסט ארויס גערעכט, אזוי ארבעט עס?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לכאורה איז די פשט אין דעם אז ביי א משפט אד״ג זענען דא די פאקטן און דערנאך זענען דא (פארשידנארטיגע) וועגן ווי אזוי צו אינטערפעטן די פאקטן (צומאל איז אט דאס די ארבעט פון א לויער: פארצושטעלן די אינטערפעטעישן [נאראטיוו, קאנטעקסט וכו׳ וכו׳] פון די פאקטן לטובת זיין/איר קליענט). דאס וועט שוין זיין (רוב מאל) תלוי אין לפי ראות עיני הדיין/השופט/הדזשורי; אין אנדערע ווערטער, מזל. איז גיבט מען דיר א (מער מיסטישע) עצה צו גיין דערצו אין א מער מזל׳דיגע צייט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארוואס קען מען נישט זאגן די זעלבע פשט דא אויך?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ביי אדר/אב איז עס צוויי סטעפס. גאט ברוך הוא, מיט דער מענטשליכע שופט. ביי תשרי סגולות איז עס איינס דער שופט מיט דער סגולות.

ווי אזוי שטימט עס אז דער וואס דארף משפט'ן א דין זאל ווערען אינפלוענסד פון זיין אייגענע חכמים.

אבער ביי אדר/אב פרובירט מען די באשעפערס מזל אויף א בשר ודם.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך ווייס, אפשר ערגעץ צווישן די שווארצע מלאכים און די רויטע וועט מען זיך עפעס אויסגלייכן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.
זויער פיקעל איז גיט פאר די הארץ און עס ראטעוועט פון קענסער
https://www.bustle.com/p/7-health-benefits-of
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
פארשפארט