שבת אחים האט געשריבן:בארא פארקער האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:פארוואס זענען אלע ארימע שטעט רעפובליקאנער??
האסט נישט קיין תירוץ פארוואס אלע רייכע לענדער זענען דעמאקראטן און אלע ארימע לענדער ממש זענען די רעכטע??? אויב די רעפובליקאנער זענען אזוי גוט מיט די עקאנאמיע פארוואס איז אלע זייערע שטעט ארים ווי די נאכט??? לייקענסט דעס? וועלכע שטעט אין אמעריקע איז רייך און וועלכע זענען ארים??? הא!? גרויסע עקאנאמיסטן??? ווער פונקטליך? וואו? רוב גרויסע עקאנאמיסטן זענען לינקע און גאר א גרויס חלק פון זיי זענען דוקא סאציאליסטן אדער נוטה צו סאציאליסטן א שטייגער ווי נאבעל פרייז געווינער עקאנאמיסט דזשאסעף שטיגליץ וואס איז א דעמאקראט, א לינקער, און האט געשטיצט בערני סענדארס.
אזוי? אלע רעכטע לענדער זענען ארים???? די לעצטע מאל איך האב געקוקט, ענגלאנד האט א רעכטע רעגירונג, איטאליע האט א רעכטע רעגירונג, יאפאן, בראזיל, עסטרייך, האלאנד, רוסלאנד, מדינת ישראל זענען רעכטע רעגירונגען, פראנקרייך האט א צענטרישטיסע רעגירונג, אסטראליע האבן די רעכטע שטארק געזיגט יעצט, ועוד ועוד. ס'איז ממש צו לאכן פון דיינע שקרים, וואס די לינקע קענען אלץ אויפקומען מיט...
דו ביסט גערעכט, אז רוב עקאנאמיסטן זענען לינקע, דאס איז די ליצנות, די אלע גרויסע "מבינים" און "עקאנאמיסטן" האבן זיך געשוואוירן אין 2016 אז אויב טראמפ געווינט גייט די עקאנאמיע צוזאמפאלן, די סטאק מארקעט גייט קראכן, זיי האבן "קלאר געוויסט".....הא הא הא, זיי טויגן אויף גארנישט, זיי מאכן זיך דער גענאר די לעצטע דריי יאר מיטן ווארענען אז אט אט קומט א רעסעסיע, און טראמפ איז א חורבן. א באנדע פארטייאישע Hacks וואס ווייסן נישט וואס גייט פאר.
זיי האבן אויך געוואוסט צו זאגן אז די האנדלס מלחמה מיט כינע גייט אראפברענגען די עקאנאמיע, ווייטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי האבן ניטאמאל אן אנונג וואס גייט פאר, די עקאנאמיע איז שטערקער ווי קיינמאל בעפאר, די סטאק מארקעט האלט אין איין ברעכן פרישע רעקארדס, די נייע Unemployment figures ווייזן אויסטערלישע גוטע נומבערס, אלעס פארט ווי ס'דארף, אבער ח"ו צו קרעדיטן טראמפ אויף דעם, סאיז אלץ מסתמא נאך פון אבאמא...[emoji3][emoji3][emoji3][emoji3]
הקיצור, האלט דיך מיט דיינע "עקאנאמיסטן" וואס זייערע פאליסיס מאכן חרוב ביזנעסער, ווייל טראמפ לאכט ענק אלע אין פנים.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk