די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

די "נאך משיח" וועלט (פון די סעריע 'איך האב אסאך קשיות')

שליחה דורך זר זהב »

א המשך פון די אשכול, אנדערע סארט פראגעס וואס איך וואלט געוואלט זעהן דיסקוסירט, איך וויל אבער נישט צומישן יענעם אשכול. איך באדאנק אלע מגיבים יודעי ספר פון פארנאויס.

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען, וויאזוי גייט די וועלט אויסזעהן?

(1) וואו גייען אלע גויים גיין? זיי וועלן זעהן אלע אידן גייען ארויף קיין אר"י, וואס גייען זיי טראכטן? די וועלט גייט אנגיין עולם כמנהגו?

(2) ווען משיח גייט קומען גייט מען לעבן אייביג?

(3) גייט מען קענען טעקסטן דעם כהן גדול פרעגן צי ער איז עוועיליבל יעצט פאר א קרבן תודה?

(4) איך זאג דייקא א 'קרבן תודה' ווייל מ'גייט דאך שחט'ן דעם יצר הרע יא? ד.מ. אז אידן גייען מער קיינמאל זינדיגן. גייט טאקע בטול ווערן די קרבן חטאת, אשם, עולה ויורד?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
שימעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 12, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך שימעלע »

איין זאך איז אינטערסאנט כהאב באמערקט פאריגע וואך אז ווען משיח וועט קומען וועט זיין רציחה ווייל עס שטייט און די תורה אז מוועט דארפען אנגרייטען נאך דריי ערי מקלוט.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

כמיין כהאב אמאל געזען א ביאור פין רב קוק אויף וועדשזעטעריניזעם. ער איז מדייק פין עפעס א לשון הפסוק אז אין בית השלישי גייט מען נישט מקריב זיין קיין בהמות. נאר געוויקסען.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

איך וויל זייער וויסן ווער גייט נישט אויפשטיין תחיית המתים, ווער יא?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כי לא ידח ממנו נדח. חוץ די אפיקורסים בפרהסיא און ערב רב.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

לשון מלכי פ'ג' פ'ב'
וּמִי מְכַלְכֵּל אֶת יוֹם בּוֹאוֹ וּמִי הָעֹמֵד בְּהֵרָאוֹתוֹ כִּי הוּא כְּאֵשׁ מְצָרֵף וּכְבֹרִית מְכַבְּסִים:

רש"י ומי מכלכל. ומי יכיל : ומי העומד. שיוכל לעמוד : וכבורית מכבסים. כבורית של מכבסים שמעביר את כל הכתם כן יעביר כל הרשעה, בורית עשב הוא שמעביר את הכתם בלע''ז שנייר''א ולשון בורית ידבר המצחצח ומטהר כמו (תהלים ע''ג) לברי לבב : (רש"י)

מצודת דוד ומי מכלכל. ומי יוכל לסבול את יום בוא המלאך המפנה הדרך ומי היוכל להתקיים ביום שיהיה נראה ונגלה המלאך ההוא והוא כפל ענין במ''ש : כי הוא. כי המלאך ההוא יהיה כאש המצרף את הכסף ושורף את הסיג וכבורית של המכבסים שמסיר כתמי הבגדים כי כן הוא ישמיד ויכלה כל הפושעים והמורדים : (מצודת דוד)

מצודת ציון מכלכל. יסבול כמו ומי יכילנו (יואל ב) : מצרף. ענין זכוך מהסיג כמו צרפתיך ולא בכסף (ישעיה מח) : וכבורית. שם עשב המנקה וכן ותרבי לך בורית (ירמיה ב) : מכבסים. מלשון כבוס : (מצודת ציון)
עס כאפט א פחד
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

זר זהב האט געשריבן:א המשך פון די אשכול, אנדערע סארט פראגעס וואס איך וואלט געוואלט זעהן דיסקוסירט, איך וויל אבער נישט צומישן יענעם אשכול. איך באדאנק אלע מגיבים יודעי ספר פון פארנאויס.

וואס גייט זיין ווען משיח גייט קומען, וויאזוי גייט די וועלט אויסזעהן?

(2) ווען משיח גייט קומען גייט מען לעבן אייביג?


ס'א באקאנטע מחלוקה צווישן רמב"ם און רמב"ן. דער רמב"ם זאגט אז נאך די ימות המשיח גייט דער וועלט חרוב ווערן, און ס'וועט הערשן בלויז "עולם הבא" וואו דער נפש גייט ארומשוועבן. דער רמב"ן פרעגט דאס אפ און טענה'ט אז די גופים גייען אויך בלייבן לעולם ועד.
ווער עס קען זאל עס ביטע קלארער צוברענגען.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

"יהי רצון מלפניך ה' אלקינו ואלקי אבותינו שנשמור חוקיך בעולם הזה ונזכה ונחיה ונראה ונירש טובה וברכה לשני ימות המשיח" תפלת "ובא לציון"
"הרחמן הוא יחיינו ויזכנו ויקרבנו לימות המשיח" . ברכת המזון

מהות ימות המשיח

מהות ימות המשיח הם חזרת העולם לתיקונו הרוחני השלם, כבזמן אדם הראשון קודם החטא
מהר"ל, נצח ישראל, פרק נ'. ויסוד דבריו מבואר ברמב"ן עה"ת פרשת בחוקותי כ"ו, ו'.
באניצער אוואטאר
a1b2
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 558
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

שליחה דורך a1b2 »

אמרו חכמים אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שעבוד מלכיות בלבד . רצונם לומר, כי בימות המשיח לא תשתנה הנהגת העולם מהנהגה שעל פי דרך הטבע, להנהגה שלא על פי דרך הטבע, לא יתחוללו ניסים ונפלאות, ולא יתחדשו דברים אשר לא היו מאז ומעולם, אלא עולם כמנהגו נוהג ואין כל חדש תחת השמש. ברכות דף ל"ד ע"ב, שבת דף קנ"א ע”ב. פסחים דף ס"ח ע”א. סנהדרין דף צ"ט ע"א וע"ב, וכן סובר הרמב"ם בפרק י"ב מהלכות מלכים הלכה א'.
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך qwerty »

"זר זהב" האט פריער אנגעפונגן אן אנדער אשכול וואס וואס רעדט ארום די כונת הבריאה - און יעצט וועגען משיח'ן, אבער באמת גייט עס ציזאמען ווייל הא בהא תליא.

לא אברא עלמא אלא למשיחא.

ד.ה. אז ביי "די ענד אפ די גיים" וועט די גרעסטע דערגרייכונג זיין אז עס וועט וועט זיך שפירען ווי די גאנצע וועלט איז אינגאנצען אדורכגעדרונגען און געווארען א כלי צי געטלעכקייט, אלס א דירה בתחתונים.

כדי דאס זאל זיין, מיז די וועלט בלייבן ווייטער בגשמיות אזוי ווי היינט אבער דער אונטערשייד איז אז יעצט זעט מען נאר די גשמיות אבער בימות המשיח וועט זיך זען אז דער אמת פין דעם דבר גשמי, איז באמת אלקות (געטלעכקייט).
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

די ענטפער איז אזוי דער רמב"ם זאגט "וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת"
בקיצור, וועיט ענד סי.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך qwerty »

נאך א פשט האט געשריבן:די ענטפער איז אזוי דער רמב"ם זאגט "וכל אלו הדברים וכיוצא בהן לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו שדברים סתומין הן אצל הנביאים גם החכמים אין להם קבלה בדברים אלו אלא לפי הכרע הפסוקים ולפיכך יש להם מחלוקת בדברים אלו ועל כל פנים אין סדור הויית דברים אלו ולא דקדוקיהן עיקר בדת"
בקיצור, וועיט ענד סי.



דאס איז נישט קיין "בלאנקעט סטייטמעט" אויף "אלעס".

און נישט אויף "אלעס" זאגט מען "וועיט ענד סי".

נאר בנוגע געוויסע זאכען, וואס אין דעם איז דא מחלוקת און אפילו אין די זאכען נאר אויב עס איז נישט דא קיין הכרעה אין דעם.

אבער מיר רעדען דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

qwerty האט געשריבן: אבער מיר רעדן דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.

אין די ספרי חסידות זענען די זאכען אפשר קלאר למעלה משום ספק, אבער אין די ספרי הראשונים זענען די זאכען בכלל נישט קלאר און עס איז דא גרויסע מחלוקות אין די אלע ענינים, און טאקע וועגן דעם זאגט דער רמב"ם אויף די אלע זאכן אז "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו". נאך מער, בפשטות גייט די "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו" ארויף אפילו אויף די זאכן וואס די רמב"ם אליינס האט יא געהאט א קלארע שיטה, אעפ"כ האט די רמב"ם פארשטאנען אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף "100 פראצענט".
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
qwerty
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

הלכה כבתראי

שליחה דורך qwerty »

נאך א פשט האט געשריבן:
qwerty האט געשריבן: אבער מיר רעדן דא פין די זאכען וואס אין ספרי חסידות, איז דער ענין, קריסטעל קלאר, 100 פראצענט, למעלה מכל שום ספק בדבר.

אין די ספרי חסידות זענען די זאכען אפשר קלאר למעלה משום ספק, אבער אין די ספרי הראשונים זענען די זאכען בכלל נישט קלאר און עס איז דא גרויסע מחלוקות אין די אלע ענינים, און טאקע וועגן דעם זאגט דער רמב"ם אויף די אלע זאכן אז "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו". נאך מער, בפשטות גייט די "לא ידע אדם איך יהיו עד שיהיו" ארויף אפילו אויף די זאכן וואס די רמב"ם אליינס האט יא געהאט א קלארע שיטה, אעפ"כ האט די רמב"ם פארשטאנען אז עס איז נישט מעגליך צו וויסן אויף "100 פראצענט".


א - וועמען ארט טאמער איז עס בלויז 99%? :lol:

ב - סאיז דא זאכען אין גמרא אויך וואס בלייבט "תיקו" - ממלא איז וואס? וועמען ארט עס?
צידען דערפאר ווייל עס בלייבט "תיקו" טאר מען עס נישט לערנען אדער זיך מפלפל זיין אין דעם?
אדרבה עס בלייבט א חלק אין תורה .... אפילו די הווא אמינה און אפילו דער ספק אויך (דארף מען אויך פריער מאכען ברכת התורה פארן דאס לערנען) - נישט נאר די מסקנה

ג - סאיז דא זייער אסאך זאכען וואס כאטש אמאל איז עס געווען בספק על פי תורה אבער שפעטערדיקע דורות האט מען מכריע געווען לויט איין צד.

און כאטש אז "אכשר דרא" בתמי', אבער דאך זענען די שפעטערדיקע אזוי ווי א "ננס העומד על גבי ענק" און הלכה כבתראי, ווייל זיי האבען געוואוסט וואס די פריערדיגע האבען געזאגט און אעפ"כ גע'פסק'נט לפי המסקנה ..... כך וכך ...
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

ערשטענס איז א גרויסע שאלה צו עס איז בכלל שייך צו מכריע זיין און עניני אמונות ודעות. די רמב"ם אליינס האט קלאר געהאלטן אז נישט. אין פירוש המשנה מסכת סוטה פרק ג משנה ג זאגט ער "וכבר אמרתי לך לא פעם שאם נחלקו חכמים באיזה השקפה ודעה שאין תכליתה מעשה מן המעשים הרי אין לומר שם הלכה כפלוני" ווי אויך אין מסכת סנהדרין פרק י "כבר הזכרנו לך כמה פעמים שכל מחלוקת שתהיה בין החכמים ואינה תלויה במעשה אלא קביעת סברה בלבד אין מקום לפסוק הלכה כאחד מהם". אזוי אויך אין מסכת שבועות פרק א משנה ד זאגט ער "וכבר ביארנו שכל סברא מן הסברות שאין בה מעשה מן המעשים שנחלקו בה חכמים לא נאמר בה הלכה כפלוני". ממילא איז נישט שייך צוזאגן אז די שפעטערדיגע דורות האבן מכריע געווען. (חוץ אויב מען זאגט אז די שפעטערדיגע דורות האבן מכריע געווען אין דעם אליינס, צו מען קען מכריע זיין אדער נישט :) )

צווייטנס, איך האב קיינמאל נישט געזאגט אז מען טאר נישט לערנען אדער זיך מפלפל זיין אין די זאכן, איך האב נאר געזאגט אז קיין זיכערע ענטפער איז נישט דא און ממילא וועיט ענד סי.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געהערט פון א קלוגער ייד זאגן, איך וועל נישט אויפשטיין תחיית המתים ממה נפשך, אויב איז נישטא אזא זאך ווי תחיית המתים וועל איך זיכער נישט אויפשטיין, און אויב יא וועל איך אויך נישט זוכה זיין דעראין ווייל איך גלייב נישט אין תחיית המתים...
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דער איד איז גאר א גרויסער נער. אויב וואלט ער געגלייבט וואלט ער דאך אפילו לשיטתו געהאט א טשאנס אויפצושטיין.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו וואס זאל ער נעבעך טוהן, ער גלייבט דאך נישט, אז מ'גלייבט נישט אין עפעס קען מען זיך נישט צווינגען צו גלייבן ווייל סוף כל סוף, אויב אומגעצווינגענערהייט גלייבט ער נישט, הייסט עס נישט געגלייבט אפילו ער שרייעט און טראכט אז ער גלייבט יא.
פארשפארט