צדיקים ואדמורי"ם לבית וויזניץ

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די אהבת ישראל אויך. קארלסבאד יעדע זומער. די אהבת ישראל און די אמרי חיים האבן אויך געלאזט מאכן בילדער! פארוואס לאזן זיי נישט קיין בילדער?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ק/פ

רבי אליעזר הגר (כ"ב בשבט ה'תרנ"א, ינואר 1891 - ב' באלול ה'תש"ו, אוגוסט 1946) היה אדמו"ר וראש ישיבה בויז'ניץ. מכונה "הדמשק אליעזר" על שם ספרו.

נולד בכ"ב בשבט ה'תרנ"א לרבי ישראל הגר, האדמו"ר מוויז'ניץ, ולהינדא בתו של רבי מאיר הורוביץ, ה"אמרי נועם" מדז'יקוב. נקרא על שם סבה של אמו, רבי אליעזר הורוביץ מדז'יקוב. בשנת תרס"ז נישא לחוה, בתו של רבי יצחק מאיר השיל מקופיטשניץ. הוסמך להוראה על ידי המהרש"ם מברז'אן ורבי שמואל אנגל מרדומישלא.

בתקופת מלחמת העולם הראשונה שהה בווינה ביחד עם חותנו. בשנים אלו עמד בקשר עם גדולי תורה רבים ששהו בווינה בעקבות המלחמה, ובהם רבי אברהם מנחם שטיינברג (בעל "מחזה אברהם") שאף הסמיך אותו לרבנות.

בשנת תרפ"ב הוכתר כרבה של ויז'ניץ ושנה לאחר מכן הקים את "ישיבת ויז'ניץ" בעיירה. לאחר פטירת אביו בתרצ"ו (1936) החל לכהן כאדמו"ר. בשנת ת"ש נמלט מוויז'ניץ שנכבשה על ידי הרוסים והתיישב בטעמשוואר. שלח משלוחי מזון למען היהודים שהוגלו לביצות טרנסניסטריה והורעבו שם. לשם כך מכר את כל רכושו, כולל שעון היד שלו. הצליח להימלט ולעלות לארץ ישראל בכ"ו בניסן תש"ד (19 באפריל 1944) והקים את ישיבת ויז'ניץ בתל אביב. לאחר מספר חודשים העמיד בראשותה את אחיינו, הרב משה יהושע הגר.

זמן קצר לאחר עלייתו לקה בסרטן ושהה במלון באב"ד בירושלים עד לפטירתו בב' באלול ה'תש"ו (1946). נקבר בהר הזיתים סמוך לאוהל אדמו"רי רחמסטריווקא בלוויה רבת משתתפים. רבי אליעזר הגר לא הותיר אחריו צאצאים ולאחר פטירתו עברו חסידיו לאחיו, רבי חיים מאיר הגר, שעלה לארץ ישראל שנה לאחר מכן.

רבי אליעזר הגר הרבה לכתוב חידושי תורה, אולם רובם אבדו בתקופת מלחמת העולם השנייה. לאחר פטירתו יצא לאור חלק מדברי תורתו בספר "דמשק אליעזר" על התורה (תש"ט) ועל ספר תהלים (תשי"ח). כרך נוסף יצא לאור בשנת תשנ"ד בעריכת נתן אליהו רוט. על שמו נקראו רחובות בבני ברק וברחובות.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

היינט איז די יארצייט פון די הייליגע “דמשק אליעזר” פון וויזניץ די דריטע זוהן פון די ״אהבת ישראל״ וואס איז באוואוסט אז די אהבת ישראל האט זיך משתשע געוועהן אזש אז ער האט געזאגט ״ווען איך וועל ארויפקומען אויף יענע וועלט און מ׳וועט מיך פרעגן ווער איך בין וועל איך ענטפערן, איך בין דער פאטער פון ר׳ אליעזר׳ל״...

אמאל איז דער אהבת ישראל געקומען אין שטאט און סאיז געקומען טויזנטער אידן מקבל פנים זיין און סאיז געוועהן א גרויסע שטופעניש האט זיך דער סב״ק אנגערופן ״זיי זענען נישט געקומען דא לכבודי נאר זיי זענען געקומען קוקן ווער איז דער פאטער פון ר׳ אליעזר׳ל״

מיין זיידע ע״ה פלעגט נאך פארן פון ווילחאוויץ-מארמארוש קיין בוקעווינע אויף שבתים צום הייליגען ״דמשק אליעזר״ ווען דער ״אהבת ישראל״ האט נאך געלעבט.

מען קען אפילו נישט באשרייבן אזא גרויסע מענטש ווי דער דמשק אליעזר ער איז געוועהן א מושלם אין אלעס אין תורה, עבודה, גמילת חסדים, נגינה, מידות, מענטשליכקייט, חכמה, געשמאקייט, פארשטאנד צו אנדערע מענטשען... די וועלט זאגט ״אלעס אינאיינעם איז נישטא ביי קיינעם״ אויפן דמשק קען מען זאגן איז געוועהן א אויסנאם! ער איז געוועהן א סופער-הומען “Superhuman”.
א העכערע מענטש! א מלאך אלקים!!! וואו נעמט מען נאך אזא מענטש ווי דער דמשק??? דאס וואס אלע פילאסאפערס רעדן ארום וועגן א ״סופער-הומען״ - א מענטש וואס לעבט אין העכערס- אט ער איז דאס געוועהן!!!

מיין זיידע פלעגט אלץ פארציילן אז ווען דער דמשק אליעזר האט געוואוינט אין תל אביב און ער פלעגט גיין צו שחרית פלעגט ער דורכגיין א באנק און דער מענעדזשער פון די באנק פלעגט שטיין ביי די פענסטער יעדען צופרי פארגאפט און באטראכט וויאזוי דער דמשק אליעזר גייט צום דאווענען... זיין צורה האט געלויכטן... די באנק מענעדזשער האט מיט די צייט אנגעהויבן צורופן אלע ארבייטארער זאלן באטראכטן ווי דער ראבינער וואס קוקט אויס ווי א ״מלאך אלקים״ גייט אויף די גאס, און אלע פלעגן שטיין ביי די גרויסע פענסטער פון די באנק און באטראכטן דעם דמשק- פרייע אידן האבן זיך אפגעשטעלט אויף די גאסן אין תל אביב באטראכטן אזא צורה, אזא ליכטיגקייט, אזא געטליכקייט!

וואו נעמט מען נאך אזא מענטש???
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

שבת אחים האט געשריבן:ק/פ

רבי אליעזר הגר (כ"ב בשבט ה'תרנ"א, ינואר 1891 - ב' באלול ה'תש"ו, אוגוסט 1946) היה אדמו"ר וראש ישיבה בויז'ניץ. מכונה "הדמשק אליעזר" על שם ספרו.

זמן קצר לאחר עלייתו לקה בסרטן ושהה במלון באב"ד בירושלים עד לפטירתו בב' באלול ה'תש"ו (1946). נקבר בהר הזיתים סמוך לאוהל אדמו"רי רחמסטריווקא בלוויה רבת משתתפים. רבי אליעזר הגר לא הותיר אחריו צאצאים ולאחר פטירתו עברו חסידיו לאחיו, רבי חיים מאיר הגר, שעלה לארץ ישראל שנה לאחר מכן.

זיין ברודער די אמרי חיים איז געוועהן א איידעם ביי רחמסטריווקא. אבער ער האט געהאט א שייכות מיט רחמסטריווקא?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חיים יואל האט געשריבן:

אלע ווינזיצער קינדער זענען דאך טשערנאבילער אייניקלעך. סאיז נאך דעמאלטס נישט געוועהן קיין וויזניצער ביה״ח אין ארץ ישראל אין 1946.

די ערשטע רבי אין די וויזניצער גזע דער ״צמח צדיק״ איז געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל, ר׳ ישראל מרוזין איז געוועהן א זוהן פון הרה״ק ר׳ שלום שכנא מפראהבישט בן הרה״ק ר׳ אברהם המלאך חתן המאור עיניים מטשערנאביל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאכ א פעטער א איד א גאון עצום א בקי בכל התורה כולה ממש. ער איז א אונגארישע איד א בן שבעים וואס איז אויפגעוואקסן קודם אין אורגעוויי שפעטער אין וויליאמסבורג. אלץ בחור האט ער געלערנט אין סאטמארער ישיבה אין ברוקלין ביי הרה״ק ר׳ יואליש און ער מיט זיין ברודער זענען געווארן סאטאמער חסידים. הגם זיי זענען נישט קיין סיגעטער פון אינדערהיים און רוב פון זיין משפחה זענען נישט געווארן קיין סאטמארער איז ער מיט איינס פון זיינע ברודער יא געווארן סאטמערער חסידים וויליאנג ר׳ יואליש האט געלעבט. איינמאל ר׳ יואליש איז נסתלק געווארן האט ער מעהר נישט אריינגעטרעטן אין סאטמאר און נישט געהאט כמעט קיין שום שייכות מיט זיי אויסער אז זיינע קינדער האבן דארט געלערנט. ער זאגט אלץ אז נישט דאס האט ער געזעהן ביים רבין (די דברי יואל) נישט די ברך משה נישט ר׳ אהרן, און נישט ר׳ זלמן לייב. ער האט אויך נישט געהאט קיין שום שייכות מיט די קעגענער אדער די בני יואל, און מיט קיינעם נישט, ער קוקט נישט ארויס פון זיינע ד׳ אמות. שוין בערך פופציג יאהר דאווענט ער אין א קליין שטיבל לעבן זיין הויז. ער לערנט דארט פאר א שיעור. ער קען צאמווארפן גאנץ ש״ס, רעדן פלפולים שעות ארוכות.

ווען ער איז געוועהן א בחור איז דער הייליגער אמרי חיים געוועהן אין אמעריקע. און ער איז איינמאל אריין צו א טיש פרייטיג צונאכטס. און איז פארגאפט געווארן פון די הייליגע צורה פון ר׳ חיים מאירל און איז שוין פארבליבן אויף די גאנצע טיש. שפעטער פלעגט ער אויך קומען צו טישן פון ר׳ מאטעלע זצ״ל ווען ער איז געקומען קיין וויליאמסבורג. און ער פארציילט אלץ אז די צורה פון ר׳ חיים מאירל איז אים קיינמאל נישט ארויס פון זיין קאפ.

ער איז א איידעם אויף די זעלבע פלאץ ווי מיין טאטע, ער האט נישט קיין שום שייכות צו וויזניץ! (פון מיין טאטעס זייט זענען אלע וויזניצער) אבער ער איז פון מיין מאמעס זייט.

איר דאפט הערן וויאזוי דער אונגארישער סאטמארער איד רעדט פון ר׳ חיים מאירל כאילו ער וואלט געוועהן א מלאך אלקים!

איין שבת צופרי, איך בין געוועהן א קינד, מהאט געהאלטן אינמיטן די סעודה און איינער קלאפט אויפן טיר מיין פעטער קומט ארויף צו אונז נאכן דאווענען און זאגט פאר מיין טאטען מיט איין אטעם

כהאב געהאט א חלום די נאכט! כהאב געזעהן דיין רבין ר׳ חיים מאירל! כהאב מיך געחלומט ווי איך בין א בחור און איך גיי אין א טונקעלע וואלד. אין פון דער ווייטענס הער איך ווי איינער זינגט די וויזניצער כה אכסוף ״איי הצל הצל מאחרי לפרוש מן השבת״ איי וועי וכו׳ און איך בין געגאנגען נענטער און נענטער האב איך געזעהן אז סאיז דא א גרויסע געצעלט און איך בין אריין! כהאב געזעהן די הייליגער אמרי חיים אויף זיין קאפ א שטריימל פון דימאנטן זיין פנים האט געפלאקערט! טויזנטער אידן האבן געזינגען קה אכסוף מיט אזא ברען סהאט געשפאלטן הימלען!!!!

מיין טאטע רופט זיך גלייך אן צו אים דו ווייסט אז די וואך וואס קומט איז זיין יארצייט-ט׳ ניסן? די חלום איז געוועהן פונקט א שבת פארן יארצייט!
יא יא!

ווער סהאט איינמאל געזעהן ר׳ חיים מאירל האט גלייך געזעהן אז דער מענטש איז הויכע מענטש! א הימל מענטש! א אויסגעארבעטע איד!

המשך יבא

איך קען ענק יעדע נאכט שרייבן איין ארטיקל אויפן הייליגען אמרי חיים. ענק וועלן מיר נישט פארקויפן קיין באבקעס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

שבת אחים האט געשריבן:אלע ווינזיצער קינדער זענען דאך טשערנאבילער אייניקלעך. סאיז נאך דעמאלטס נישט געוועהן קיין וויזניצער ביה״ח אין ארץ ישראל אין 1946.

די ערשטע רבי אין די וויזניצער גזע דער ״צמח צדיק״ איז געוועהן א איידעם ביי הרה״ק ר׳ ישראל מרוזין זצ״ל,
ר׳ ישראל מרוזין איז געוועהן א זוהן פון הרה״ק ר׳ שלום שכנא מפראהבישט
בן הרה״ק ר׳ אברהם המלאך חתן המאור עיניים מטשערנאביל.

תיקון טעות:
ר' אברהם המלאך איז אן איידעם געוועהן ביי ר' פייוויש פון קרעמניץ
ר' שלום שכנא איז אן איידעם געוועהן ביי ר' אברהם פון קאריסטשאוו (קוריסצ'וב) וואס ער איז געוועהן אן איידעם ביים הייליגן מאור עיניים זכותם יגן עלינו
מקור
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re:

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 12:23 pm די אהבת ישראל אויך. קארלסבאד יעדע זומער. די אהבת ישראל און די אמרי חיים האבן אויך געלאזט מאכן בילדער! פארוואס לאזן זיי נישט קיין בילדער?
ר מאטעלע האט דאס גענומען פון שװער ironically זײן זון דער הײנטיקער סקװערער לאזט מאכן no problem
עמרם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 780
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 21, 2023 1:24 am
האט שוין געלייקט: 328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1050 מאל

Re: Re:

שליחה דורך עמרם »

אמאהלגעקעננט האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:48 am
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 12:23 pm די אהבת ישראל אויך. קארלסבאד יעדע זומער. די אהבת ישראל און די אמרי חיים האבן אויך געלאזט מאכן בילדער! פארוואס לאזן זיי נישט קיין בילדער?
ר מאטעלע האט דאס גענומען פון שװער ironically זײן זון דער הײנטיקער סקװערער לאזט מאכן no problem
למעשה אין די סקווירא אויסגאבעס איז קיינמאל נישט דא קיין בילד פון זייער רבי ...
אמאהלגעקעננט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 181
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 11, 2023 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל

Re: Re:

שליחה דורך אמאהלגעקעננט »

עמרם האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 2:26 am
אמאהלגעקעננט האט געשריבן: זונטאג יוני 30, 2024 1:48 am
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך יולי 24, 2019 12:23 pm די אהבת ישראל אויך. קארלסבאד יעדע זומער. די אהבת ישראל און די אמרי חיים האבן אויך געלאזט מאכן בילדער! פארוואס לאזן זיי נישט קיין בילדער?
ר מאטעלע האט דאס גענומען פון שװער ironically זײן זון דער הײנטיקער סקװערער לאזט מאכן no problem
למעשה אין די סקווירא אויסגאבעס איז קיינמאל נישט דא קיין בילד פון זייער רבי ...
סאיז געװען א change of policy אין סקװירא געדענק איך װען מהאט נאך צובראכן קעמערעס און מיט א פאר יאר דערנאך איז שױן געװען א מעשה בײ א חתונה כידוע
פארשפארט