פראבאביליטי חלק ב

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

פראבאביליטי חלק ב

שליחה דורך פארוואס? »

פראבאביליטי חלק ב.

איך וועל ממשיך זיין מיט ערקלערן קאמביניטאריקס, ביים דעפינירן א נייע קאנסעפט גערופן ״פאקטאריאל״ (factorial) (אדער אין העברעאיש: ״עצרת״).
די פאקטאריאל פון א נאטורליכע נומער, איז די מולטיפליקעישן פון אלע נאטורליכע נומערן קלענער פון איהם. און מען צייכענט עס מיט די באקאנטע צייכן ״!״ ווי למשל:

קוד: וועל אויס אלע

1!=1
2!=1*2=2
3!=1*2*3=6
4!=1*2*3*4=24

און אזוי ווייטער.
דאן לאמיר זעהן ווען עס קומט צו נוץ:

״טוישונגען״
לאמיר זאגן אונז האבן מיר n קארטלעך וואס אויף יעדע איינץ שטייט א געוויסע נומער, וויפיל מעגליכקייטן זענען דא צוזאמצושטעלן א סדר פון די אלע קארטלעך.
דער ענטפער איז, נוצנדיג דעם דאבלען פרינציפ, אז אינעם ערשטן שטאפל האבן מיר n מעגליכקייטן, (ווען n קומט דענאטירן יעדע נאטורליכע נומער), אינעם צווייטן שטאפל, האבן מיר שוין נאר n-1 מעגליכקייטן (ווייל מיר האבן דאך שוין אויסגענוצט איינס), ווידער אינעם דריטן שטאפל האבן מיר שוין נאר n-2, און אזוי ווייטער, ביז ביים n'טן שטאפל האבן מיר נאר איין אויסוואל, דאן קומט אויס אז דער סך הכל פון אלע מעגליכקייטן, זענען:

קוד: וועל אויס אלע

n*(n-1)*(n-2)*(n-3)*…*3*2*1=n!


למשל אויב עס זענען דא 7 קארטלעך, דאן וועט דער ענטפער זיין:

קוד: וועל אויס אלע

7!=5,040



״k טוישונג״

לאמיר זאגן אז מיר פארמאגן א באקס וואס עס ליגט דערין n קארטלעך, וואס האבן געוויסע נומערן, און איך וויל ארויסנעמען k קארטלעך פון צווישן די n, (ווען k איז יעדע נאטורליכע נומער וואס איז קלענער פון n, אדער מאטעמאטיש געשריבן k<n ). וויפיל מעגליכקייטן זענען דא?
דער ענטפער איז:

קוד: וועל אויס אלע

n!/(n-k)!

למשל, אויב מיר וועלן לאזן n זיין 12, און k וועט זיין 5. אין אנדערע ווערטער מיר האבן א באקס מיט 12 פארשידענע קארטלעך, און מיר קענען ארויסנעמען 5 קארטלעך פון צווישן זיי, וויפיל מעגליכקייטן זענען דא?
דער ענטפער איז, לויט ווי אויבנדערמאנט:

קוד: וועל אויס אלע

12!/(12-5)!=12!/7!=(2*3*4*5*6*7*8*9*10*11*12)/(2*3*4*5*6*7)=8*9*10*11*12=95,040

(איך האף אז דער עולם האט פארשטאנען וואס איך האב דא געטוהן, אנשטאט צו נוצן ריזיגע נומערן, וואס נישט יעדע קאלקעלעיטער קען זיך ספראווען דערמיט).

״רונד טוישונג״

אויב מיר האבן n קארטלעך, יעדע איינס מיט א געוויסע נומער, און מיר ווילן זיי אויסלייגן אין א סירקל, (נישט אזוי ווי אין אנפאנג וואס ס׳איז געווען א אנהייב און א ענד), וויפיל מעגליכקייטן איז דא עס אויסצושטעלן?
אין דעם פאל, איז אונז נישט קיין חילוק, ווער עס איז דער ערשטער, און ווער דער לעצטער. דעמאלטס, לאמיר נעמען די רעזאלטאט פון א געווענליכע טוישונג, וואס ווי פריער דערמאנט, איז !n, און לאמיר איהם צוטיילן אין די נומער וויפיל פלעצער עס זענען דא אינעם סירקל, (וואס איז n), וועלן מיר באקומען:

קוד: וועל אויס אלע

n!/n=(n-1)!


למשל, אויב מיר וועלן אוועקשטעלן דעם נומער 12 פאר n, דאס הייסט, אז עס איז פארהאן 12 קארטלעך, דאן, וועט דער ענטפער זיין:

קוד: וועל אויס אלע

(12-1)!=11!=39,916,800


____________________________________________________________________
איבונגען:
וויפיל צירופים פון שם הוי״ה זענען דא?
וויפיל פון שם אלקים?
וויפיל מעגליכקייטן זענען דא צו צוזאמשטעלן א ווארט וואס באשטייט פון אלע אלף-בית, (אן איבער נוצן א אות)?

ווען איך האב א נומער-שלאס, וואס באשטייט פון 10 נומערן און 4 בוכשטאבן, און עס נעמט צו אויספראבירן יעדע מעגליכע קאד, 10 סעקונדעס, וויפיל צייט דארף איך אוועק געבן כדי צו אויספראבירן ״אלע״ מעגליכע קאדס, ווען א קאד באשטייט פון 4 נומערן/בוכשטאבן (ווען עס איז דא א חילוק אויף וועלכע סדר, די קאד ווערט געדרוקט)?

א חסידישער קינדער-גארטן מלמד, וואס פלעגט מאכן זיינע 15 תלמידים טאנצן יעדן טאג אין א רינג, נישט ווילנדיג אז די קינדער זאלן זיך קריגן: איך וויל זיין אויף די לינקע זייט פון יענקי! איך וויל זיין אויף די רעכטע זייט פון מוישי! איז ער אויפגעקומען מיט א בריליאנטענע געדאנק: מען גייט יעדן טאג טוישן, אז עס זאל זיין אנדערש ווי נעכטן.
וויפיל אקטיווע טעג דארף אריבער גיין כדי אז יעדער אינגל זאל האבן געהאט די טשאנס צו זיין רעכטס און לינקס צו יעדער אנדערער אינגל?
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

איך פיל מיך גוט דיר צו געבן א לייק כאילו איך האב פארשטאנען
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

אבטולמוס האט געשריבן:
פארוואס? האט געשריבן:
״טוישונגען״
לאמיר זאגן אונז האבן מיר n קארטלעך וואס אויף יעדע איינץ שטייט א געוויסע נומער, וויפיל מעגליכקייטן זענען דא צוזאמצושטעלן א סדר פון די אלע קארטלעך.
דער ענטפער איז, נוצנדיג דעם דאבלען פרינציפ, אז אינעם ערשטן שטאפל האבן מיר n מעגליכקייטן, (ווען n קומט דענאטירן יעדע נאטורליכע נומער), אינעם צווייטן שטאפל, האבן מיר שוין נאר n-1 מעגליכקייטן (ווייל מיר האבן דאך שוין אויסגענוצט איינס), ווידער אינעם דריטן שטאפל האבן מיר שוין נאר n-2, און אזוי ווייטער, ביז ביים n'טן שטאפל האבן מיר נאר איין אויסוואל, דאן קומט אויס אז דער סך הכל פון אלע מעגליכקייטן, זענען:

קוד: וועל אויס אלע

n*(n-1)*(n-2)*(n-3)*…*3*2*1=n!


איך האב דיר דא פארלוירן. ביטע דעפיניר בעסער דאס ווארט "מעגליכקייטן". לאמיר זאגן n=10, ווילן מיר וויסן אויף וויפיל אופנים מיר קענען אויסשטעלן די קארטלעך פון 1 ביז 10? דארפן מיר אין יעדן אויסשטעל נוצן אלע 10 קארטלעך, אדער נישט?

איך האב נישט קיין דעפינאציע פארן ווארט ״מעגליכקייט״.
אבער בנידון דידן, יא! איך רעד פון נוצן אלע קארטלעך ביי יעדע אויסשטעל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

שלום עליכם [tag]Engager[/tag] איך זעה אז מיר קענען אסאך קונה זיין פון אייך, איהר האט געשריבן דא, אזוי:

עס זענען דא א פאר שטיקלעך וועריאבעלס אין דיין הודעה:

מיינע ווערטער זענען געבעיסט אויף דיינע אייגענע ווערטער וואס דו האסט דא געשריבן, און הודאת בעל דין כמאה עדים.

דער פראבאביליטי אז עמיצער אויף קאווע שטיבל איז א היימישער יונגערמאן:
(P(A
לאמיר זאגען אז דאס איז 0.8

דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס:
(P(B

דער פראבאביליטי פון האבען אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס נישט זייענדיג א חסיד:

לאמיר זאגען אז דאס איז P(B|A')=0.2.

דער פראבאביליטי פון א חסיד צו האבען אן אינטערעסע און מאטעמאטיקס:



לאמיר זאגען דו האלסט אז דאס איז P(B|A)=0.01.

ביסטו משוגע? פון יעדע הונדערט חסידים איז דא איין מענטש וואס האט א אינטערעסע אין מאטעמאטיקס. שווער צו גלויבן...
איך וואלט ענדערשער געזאגט אז עס איז א פראבאביליטי פון 0.001

אויב אזוי, פרעגסטו טאקע א גוטע קשיא: ווי אזוי קומט עס צו אז עמיצער ווי איך למשל (80% זיכער א היימישער יונגערמאן) זאל זיין פון דער 1% וואס האט אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
--
אבער, דו דארפסט צוריקגיין א טריט, און פרעגען קודם צו בין איך טאקע א היימישע יונגערמאן? לאמיר דאס אויסארבעטען מיט Bayes' Formula:
בילד



אויב אזוי, וואס איז (P(A|B)? דער פראבאביליטי אז איך בין א היימישער יונגערמאן, given that איך האב אן אינטערעסע אין מאטעמאטיקס?
[center]0.8*0.01
[/center]
[center](0.8*0.01) + (0.2*0.2)[/center]

= 0.1667

ממילא קומט יעצט אויס דער פראבאבילטי אז איך בין א היימישע יונגערמאן אויף בלויז 16.7%.
עס איז אסאך מער שייך (83.3%) אז איך בין נישט...
:!:

לויט ווי מיין השערה קומט עס אויס נאך ווייניגער (כ׳האב עס נישט אויסגערעכנט פונקט, אבער כ׳מיין עס קומט אויס ביי די 6 פראצענט).
אבער מ׳דארף דא צולייגן אין באטראכט די פראצענט פון אומ-היימישע יונגעלייט וואס וועלן זאגן אויף זיך אז זיי זענען היימיש.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: פראבאביליטי חלק ב

שליחה דורך מי אני »

ווען די סדר מאכט אויס הייסט עס א פערמוטעישן, וואס דעמאלטס איז די פארמולא:

קוד: וועל אויס אלע

 n!/(n-k)!

ווען די סדר מאכט נישט אויס הייסט עס א קאמבינעישן, וואס דעמאלטס איז די פארמולא:

קוד: וועל אויס אלע

 n!/(n-k)!(k!)


פארוואס? האט געשריבן: וויפיל צירופים פון שם הוי״ה זענען דא?

דאס איז שוין ״טריקי״. ווייל הגם דאס איז א פערמוטעישן וויבאלד די סדר צירופי האותיות מאכן אויס, זענען אבער דא צוויי ה׳ אותיות וואס מ׳קען נישט פונאנדערשיידן צווישן זיי ווועלכע איז ערשט און וועלכע צווייט, איז לגבם מאכט די סדר נישט אויס. אין אזא פאל מאלטיפלייט מען די דענאמינעיטאר/דיווייזאר אין די פערמוטעישן פארמולא ביי די פעקטאריאל פון צאל וואס איז געדאפלט; אין אונזער פאל !2, וויבאלד ה׳ איז דא צוויי מאל אין די ווארט.

אויב וואלט איך למשל געווען צוויי ה׳ס און דריי ג׳ס אינ׳ם ווארט אויף וואס איך וויל אויסרעכענען די פערמוטעישן, דעמאלטס מאלטיפליי איך די דענאמינעיטאר/דיווייזאר ביי סיי !2 און !3. דאס איז ווייל איך דיווייד עס אויך לויט וויפיל מאל ס׳קומט אויס די זעלבע.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אז מ׳האט גערעדט דא פונעם p-וועליוּ און וואס דאס באדייט איז דא אין דעם וואס מ׳רופט דעם עראָר/פאָלאָסיִ פון דעם טרענספּוֺיסד קאנדישענאל. דאס מיינט אז די p-וועליוּ באדייט בעצם די פראבעביליטי פון זעהן די אבזערוואציעס וואס איך האב געזעהן אָננעמענדיג אז די עפעקט איז וועגן דעם וואס איך זאג [די אָלטערנעט היפאטעזיע]; עס באדייט אבער נישט די פראבעביליטי פון דעם אז עס איז טאקע בעצם דא דעם עפעקט אָננעמענדיג די אבזערוואציעס וואס איך זעה - און דאס איז דער עיקר וואס איך וויל טאקע וויסן. אין אנדערע ווערטער, וואס דאס מיינט איז אז די p-וועליוּ געבט דיר נישט בעצם די פראבעביליטי פון דעם צי דיינע אבזערוואציעס האבן פאסירט ביי טשענס אליין.

דאס האט א שייכות מיט בּעיס׳ טעארעם אין דעם אז עס זאגט אז:
P(A|B) ≠ P(B|A
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
עגלה ערופה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 1:53 am
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך עגלה ערופה »

די באקאנטע קמע פון ר' יהונתן אייבשיץ ווי לויט ווי די מעשה גייט האט ער געשריבן א קמיע ווי ס'שטייט 45,760 מאל די ווערטער "עם ישראל חי לעולמי עד" צו מבטל זיין די גזירה צו פארטייבן די 45,760 אידן פון די שטאט מץ. (אויב די מעשה איז וואר ווייס איך נישט, אבער די קמיע איז זיכער אינטערסאנט).

בילד

אויב מ'הויבט אן פון די עי"ן אין די צענטער איז דא 45,760 וועגן וויאזוי צו ליינען די ווערטער.

אויב מ'נעמט איין פערטל קעסטל וועט מען אייבעג גיין ניין איין ריכטונג און זיבן די אנדערע ריכטונג. למשל, אויב מ'נעמט די אויבערשטע רעכטע חלק וועט מען אייבעג גיין ניין ארויף און זיבן רעכטס נאר איעדע וועג וועט זיין א אנדערע קאמבענאציע פון ניין ארויף און זיבן רעכטס.
אזוי אויך די אנדערע פערטל חלקים נאר דעמאלט וועט מען גיין אויף אנדערע ריכטונגען.

קומט אויס אז די סכום פון איין פערטל איז 16 טשוז 9. וואס דאס איז 16!/9!/7! (די נומערן קומען אויס פארקערט און כ'ווייס נישט וויאזוי עס צו פארעכטן). וואס דאס קומט אויס 11,440.
און אויב מ'מאכט עס מאל פיר וועט עס אויסקומען 45,760 וואס דאס איז די סכום פון אלע וועגן.
פארשפארט