צו ווייזן פאר די צדוקים...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
צו ווייזן פאר די צדוקים...
[justify]ירושלים – דער הויפט שטאט פון יהודה אין די לעצטע יארן פון די אידישע אטומאנאמיע אין לאנד. ס'איז די נאכט נאך די ערשטע טאג פונעם יום טוב סוכות. די כהנים אין בית המקדש זענען אויסגעשעפט צום טויט, עס איז געווען גאר א לאנגער און שווערער טאג אינעם בית המקדש. מ'האט בלויז אין דעם איינצעלען טאג געקוילעט דרייצן שטירן, פערצן שעפסן, און צוויי ווידער... דאס איז נאך אפגעזען פון די אלע טויזענטער קרבנות וואס די מיליאנען עולי רגל האבן געברענגט... פארט האט זיך נישט אנגעזען קיין שום מידעקייט אין בית המקדש. באלד מוצאי יום טוב האבן זיך אנגעהויבן די פיבערהאפטיגע בעפארברייטונגן צום גרויסארטיגן שמחת בית השאיבה...
מ'האט אויפגעשטעלט מעכטיגע גאלעריען פאר די פרויען. דאס האט מען געטאן אויפן דערעקטער פארלאנג פונעם וועד הצניעות. נעמליך, אין די פארגאנגענהייט האבן מאנכע באריכטעט פאר די צניעות אויטריטעטן איבער געוויסע שטרויכלונגען וואס מאנכע פון די יונגווארג האבן אפגעטאן אינעם סאמען בית המקדש אין די הייליגסטע מאמענטן. אין רעזולטאט האט מען באשלאסן צו פארשפארן די פרויען אין האלצענע גאלעריען. דאן האט מען אויפגעשטעלט מאסיווע שטאנגן אויף וועלכע ס'האט געהאנגן פיר גאלדענע לעמפ פון ריין גאלד. פון די לעמפ האבן געהאנגן ספעציעלע שטריקענע לייטערס – אויף וועלכע די יונגע כהנים האבן זיך ארויפגעדראפעט מיט פלעשער בוימל. יעדע פלאש האט ערהאלטן אין זיך 120 לוג אויל. פאר קנויטן האט מען זיך באנוצט מיט אלטע אפגעריבענע לענענע הויזן פון די כהנים. און ווי נאר די ליכט זענען אויפגעגאנגן - האט א העליש ליכטיקייט ארום געכאפט גאנץ ירושלים, אזש ס'איז נישט געווען קיין הויף אין גאנץ ירושלים וועלכע איז נישט באלאכטן געווארן פון די העלישע ליכטיקייט. דער אידישער הויפט שטאט האט זיך געטינקן אין א ים פון ליכטיקייט, אזש א פרוי האט געקענט קלויבן ווייצלעך אין הויף...
דאן איז געגעבן געווארן די סיגנאל פאר די לויים אנצוהייבן מיט די מוזיק. די לויים זענען געשטאנען אויף די טרעפ וואס פירט פון עזרת ישראל צו עזרת נשים. זיי זענען געווען אויסגעשטאט מיט אומצאליגע מוזיקאלישע אינסטרומענטן פון יעדע סארט. א הערליכער פילהארמאנישער געזאנג און לויב צום הייליגן באשעפער האט זיך צוגאסן אין די עזרה, און דער גאנצער ארום איז מיטגעכאפט געכאפט געווארן מיט די כוואליעס פון פרייד און די אויסטערלישע דערהויבנקייט וואס האט דאן געהערשט אין בית המקדש, אזש מאנכע זענען גאר באהערשט געווארן פון א הייליגער גייסט פון די אומהויערע גרויסע שמחה און טענץ וועלכע האט דארט געהערשט. די גרויסע לייט פונעם פאלק האט זיך ארויסגעלאזט אין הערליכע טענץ מיט ברענעדיגע פאקלן אין די הענד. ספעציעל האט זיך אויסגעצייכנט דער גייסטישער פירער פון פאלק דער גרייז-גרויער זקן רבי שמעון בן גמליאל – ער איז געטאנצן מיטן גאנצן קראפט און דורכגעפירט מייסטערהאפטיגע קונצן וועלכע האבן גאר שטארק געהויבן די געמיטער. אזוי האט מען אפגעטאנצט א גאנצע נאכט מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט.
ווי נאר דער הון האט געקרייט האבן צוויי כהנים געשאלט מיט גראנדיעזע טראמפייטערס, און דאס שאלן האט פארגעזעצט דורכאויס די גאנצע וועג ביז צום טויער וואס פירט ארויס מזרח. ווי נאר זיי האבן דערגרייכט דעם טויער האבן זיי זיך ארויסגעדרייט צו מערב און געזאגט: אונזערע עלטערן וועלכע האבן זיך געפונען אויף דעם ארט האבן זיך אויסגעדרייט מיטן רוקן צום בית המקדש און זיך געבוקט צו די זון, זאגאר מיר זענען מיט אונזער אויגן צו ג-ט. מ'האט ווייטער געשפאנט צום שילוח פון וואו מ'האט אנגעשעפט דריי לוג וואסער מיט א גאלדאנעם עמער. דאן האט די גאנצע פּראָצעסיע געמאכט די וועג צוריק צום בית המקדש וואו מ'האט זיך שוין געגרייט צו שחט'ען דעם קרבן תמיד פון צופרי...
באלד מיטן שחט'ען דעם קרבן תמיד האבן די כהנים געגאסן די וואסער אויפן מזבח אינאיינעם מיט די טעגליכע נארמע וויין צו די שאלן פון פרייד וואס האט אפגעהילכט אין די גאנצע עזרה. איינע פון די פראמינענטסטע לויים וואס האט געדינט אין בית המקדש אין יענע עפאכע - רבי יושע בן חנניה, האט זיך אויסגעדרוקט – אז אין יענע טעג איז ער אינגאנצן נישט געשלאפן. איך בין געלאפן פונעם תמיד פון צופרי, צום דאווענען. פונעם דאווענען צו די קרבנות פון מוסף, און פון דארט צו תפילת מוסף. פון תפילת מוסף צום בית מדרש, און דאן צום עסן און טרינקן, דערנאך צו מנחה, און פון דארט צום תמיד פון מיטאג און דאן האט זיך אנגעהויבן די שמחת בית השאיבה...
ווי עס קוקט אויס איז דער גאנצער טראראם ארום דאס גיסן דאס וואסער נישט פארגעקומען אינעם ערשטן בית המקדש – ער האט זיך אין אלגעמיין אנגעהויבן ביי די ענדע פונעם צווייטן בית המקדש. ווארשיינליך איז דאס געווען בלויז צו ווייזן פאר די צדוקים וועלכע זענען געווען אָריגינעליסטן וועלכע האבן בלויז געלייבט וואס עס שטייט דייטליך ארויסגעשריבן אין די תורה, זיי האבן נישט געגלייבט אין די אינטערפארטאציעס אין די תורה וואס די חכמים האבן מקבל געווען פון סיני...[/justify]

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די צדוקים זענען געווען די אריסטאקראטישע שיכט וואס האט געוואלט די סיסטעם זאל ווייטער אנגיין, די עולם זאל שטאפען די כהנים מיט גאלד און בקר און די פאלק זאל הונגערען...
די הייליגע חכמים זענען בימים ההם געווען די רעפארמאטארן וואס האבען פראבירט צו מאכען אידישקייט אזוי אז די המון עם זאל עס ליב האבען.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
אגב ר' קאך לעפעל, שיין באשריבען.
פון וואנען נעמט איר אז די שמחה איז טאקע געקומען פון די זיג קעגען די צדוקים? פשטות איז עס א חלק פון ושמחת בחגיך
כ'זאג נישט, א זיג קעגען די צדוקים איז אויך נישט אוועקצומאכען...
פון וואנען נעמט איר אז די שמחה איז טאקע געקומען פון די זיג קעגען די צדוקים? פשטות איז עס א חלק פון ושמחת בחגיך
כ'זאג נישט, א זיג קעגען די צדוקים איז אויך נישט אוועקצומאכען...
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
גדליה האט געשריבן:די צדוקים זענען געווען די אריסטאקראטישע שיכט וואס האט געוואלט די סיסטעם זאל ווייטער אנגיין, די עולם זאל שטאפען די כהנים מיט גאלד און בקר און די פאלק זאל הונגערען...
די הייליגע חכמים זענען בימים ההם געווען די רעפארמאטארן וואס האבען פראבירט צו מאכען אידישקייט אזוי אז די המון עם זאל עס ליב האבען.
קומט אויס אז די הייליגע חכמים בזמן הזה זענען די צדוקים פון בימים ההם...
זעט אויס די חכמים האבן צום סוף מודה געווען צו די צדוקים...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:ערשט כ'האב געשריבן א נארמאלער ארטיקל. און שוין קומסטו אריין בייסיג ווי שטענדיג.
צווייטנס איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט. קוק אויף וויקפידיע און קום אריין מיט א זאכליכע יסוד, און אזוי פילייכט וועלן מיר האבן די זכיה צו פארשטיין דיינע טיפזיניגע רייד....
דער רמב"ם זאגט אין הקדמה צום פירוש המשניות אז די אלע הלכות אויף וואס ס'דא א מחלוקת (וואס דאס איז כמעט אלע הלכות) זענען שפעטערדיגע ערפינדונגען, און אפילו די וועלכע זענען יא מוסכם (וואס גיי ווייס צו אפשר אויף זיי אויך פלעגט אמאל זיין א חולק) זענען נאר די הלכות אליינס מקובל מסיני, אבער די דרשות נישט. די אלע דרשות פון חז"ל מיט וואס די גמרא איז פול זענען געבאקן געווארן אויפ'ן פלאץ, ס'נאר תירוצים צו פארענטפערן די מנהג המקובל אדער א סברא וואס איז זיי איינגעפאלן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
לויט ווי איך פארשטיי איז די חילוק צווישן די צדוקים און די פרושים געווען, אז די פרושים האבן געהאלטן אז מ'קען בייגן די תורה לויט'ן געברויך פונעם דור, מ'קען צולייגן מצוות צוצוגעבן א געשמאק צו אידישקייט, מ'קען בארגן מנהגים פון די גוים וואס דער עולם האט א געשמאק דערין, מ'קען מאכן גזירות און גדרים צאמצוהאלטן די זאך, און מ'קען - טיילווייז אדער אינגאנצן - מבטל זיין מצוות וואס זענען שוין עבר עליהם הכלח.
די צדוקים פון די אנדערע זייט זענען געווען פון די סארט אידן וועלכע האלטן זיך צום שולחן ערוך, אז ס'שטייט געשריבן קענסטיך האקן קאפ אין וואנט, מאכן נייע מצוות און מנהגים, מאן דכר שמיה. זיי האבן געהאלטן אז אונז האבן מקבל געווען א תורה פון גאט און וואס ער האט געהייסן דאס דארף מען טון, און וואס ער האט נישט געהייסן דארף מען נישט טון, ווי איך האב אמאל געהאט פון די הויפט רב פון די קראים "מצוות רק האל יכול לתת לאדם, ומי יכול לבוא ולצוות עליו או שלא נגיד להתיר לו דבר כזה או אחר מלבד הקב"ה"".
די צדוקים פון די אנדערע זייט זענען געווען פון די סארט אידן וועלכע האלטן זיך צום שולחן ערוך, אז ס'שטייט געשריבן קענסטיך האקן קאפ אין וואנט, מאכן נייע מצוות און מנהגים, מאן דכר שמיה. זיי האבן געהאלטן אז אונז האבן מקבל געווען א תורה פון גאט און וואס ער האט געהייסן דאס דארף מען טון, און וואס ער האט נישט געהייסן דארף מען נישט טון, ווי איך האב אמאל געהאט פון די הויפט רב פון די קראים "מצוות רק האל יכול לתת לאדם, ומי יכול לבוא ולצוות עליו או שלא נגיד להתיר לו דבר כזה או אחר מלבד הקב"ה"".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 26
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 16, 2019 10:59 am
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל