עפען איך דא אן אשכול פאר די אלע זאכען, כולל צוויי וואס איך האב היינט געזען.
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20190127/103472962ce4a7fdfcf6cdcef257a48f.jpg)
![בילד](https://uploads.tapatalk-cdn.com/20190127/4a2b97bfbaa4280cc8efed1a17fc2582.jpg)
.מי אני האט געשריבן:דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית
מי אני האט געשריבן:דא איז א חלק פון א תשובה וואס איינער האט אים געפרעגט ״פאר א חבר״ (ער האט זיך אבער שפעטער מודה געווען), אין ח״ד סימן קמא, וואס איז ערגער א בעילת נדה ישראלית צו א בעילת נכרית.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען. איך טראכט אייביג אז 'כי פנה יום' מיינט רוב טאג איז אריבער, אבער נישט די גאנצע. אבער 'השמש יבא ויפנה' גייט נישט אויפ'ן טאג נאר אויפ'ן זון, און דאס איז ביים שקיעת החמה, עפ"י פשטות. דער א"ר פארענטפערט אז עס גייט אויף סוף שקיעה, אבער די מחזורים דרוקן דער ט"ז, אזוי ווי דער מ"ב ברענגט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי דו ביסט אויפגעוואקסען, אבער די הלכה איז שוין אין ט"ז. ממילא דארף מען עס ערשט אפלערנען.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
די חילוק צווישן מיר און דיר איז אז דו ביזט סטאק געווארן ביים ט"ז, ואין בודקין מן הט"ז ולמעלה, דארף מען אזוי פארקרומט מאכן דאס קאפ ביז מ'רעדט זיך איין אז מ'פארשטייט עס. אונז האט מען אויסגעלערנט אז יעדער קען מאכן א טעות, אפילו משה רבינו.
אישתישבי האט געשריבן:מען שטייט אויף דער ערשטער טאג סליחות פאר דער עלות, ווייל מען זאגט "בקומם בעוד ליל". אין אסאך קהילות זאגט מען מוצאי שבת און מען האט זיך בכלל נישט געלייגט, ממילא איז מען נישט אויפגעשטאנען.