כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
הגם אז די טעמע ווערט שוין דערמאנט אין אנדערע ערטער אויך אין שטיבל, פון דעסטוועגן האלט איך אז עס פארדינט אן עקסטער אשכול.
די יו"ט האב איך גע'עפענט אן עוז והדר משנה ברורה חלק ב', ומה רבתה הפתעתי אז סי' ר"מ און רמ"א האט מען גענצליך אויסגעשניטען. עס איז באקאנט אז פסקי תשובות האט געמאכט אן עקסטער קונטרס אויף די סימנים, אבער דא עגזיסטירט עס אין גאנצען נישט.
האב איך גע'עפענט א משנה ברורה מהדורת דרשו, און דארט האבען זיי געדרוקט די משנה ברורה, אבער אן קיין שום תוספת. אין אלע אנדערע סימנים האבען זיי פסקים שונים מפי רבנים שונים, ריכטיג און נישט ריכטיג אראפ געברענגט, אבער אויף די סימן איז עס שא שטיל.
הערסט הרב קארו? האסט געמאכט א מיסטעיק מיט'ן שרייבען די סימנים, און באמת דער מיסטעיק האט ער געלערנט פון דער טור וואס האט שוין געשריבען די סימנים. אשרי חלקינו אז מיר האבען פארזארגערס וואס צענזורירען די תורה, און אזוי קען יעדער טון וואס ער וויל, אין די עניינים האט ער נישט וואס צו זוכען אין די תורה ואיש הישר בעיניו יעשה. ממש כ'ניאקישקייט אין די סערוויס פון ליבערליזם.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
אויף וויפיל איך בין מסכים אויף דער חוצפה פין אויסשניידן סימנים צוליב אזעלכע שטותים, אבער דא בין איך גראדע צופרידען, ווייל איך דארף נישט אז די הלכות וויפיל גער און תולדות אהרן זענען גערעכט, זאלען זיין אויבגעפסקנט פאר יעדער. נאכדעם וועט מיין טאכטער אדער אייניקעל קיינמאל נישט הנאה האבן אין לעבען.
ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
ואם תאמר, פין ווי ווייס איך אז זיי וועלען אויסארבעטן די הלכה ווי גער? חזקה שליח עושה שליחותו, און כידוע איז המחמיר האט זה משובח.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
איך האב טאקע געמיינט די משנה ברורה המבואר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:59 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
Re: כ'ניאקישע צענזור אויף די תורה
וואלסט אפשר געווען גערעכט אויב דעם ווארט "ישגלנה" ווערט געטיישט אזוי ווי דו מיינסט. מיר דאכט זיך אז עס איז א מחלוקת אויב עס מיינט טאקע די מעשה פון באהעפטיגען "כמכחול בשפופרת", אדער כפרש"י אז את איז די זעלבע לשון פון "פלגש" און עס האט א מיינונג ווי "מיוחדת לו". אויב איך האב נישט קיין טעות, ס'דארף זיין א רמב"ן אין חומש אז געוויסע זאכן (און די מעשה זיווג איז איינער פון די משלים) האבען נישט קיין פונקטליכען ווארט אין לשון הקודש זיי אויסצוזאגען.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אלץ האט זיך אנגעפאנגען מיטן פארדרייען ישגלנה אויף ישכבנה, און פון דארט איז עס געגאנען אין ווייטער ביז וואו מיר האלטן היינט, ועוד היד נטויה...
בכל אופן, ווערטער וואס זענען כתיבן ולא קריין האבען מיר פון חז"ל. ס'איז זייער ווייט פון שכל צו זאגען אז זיי זענען שולדיג פאר די צודרייטקייט (אדער "כ'ניאקישקייט" כלשון ליטוואק) וואס געפונט זיך ביי די דערמאנטע מו"ל פון די ספרי הלכה. וואלט'ן די מענטשען געהאט זייערער וועג וואלט'ן זיי אויסגעמעקט די סימנים אין גאנצען פון שו"ע.
Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
פארשטייט זיך אז איך האב גערעדט לויט'ן פשוט'ן פשט אז די תיקוני "סופרים" האבן געמאכט עזרא "הסופר" וחבריו, כמבואר במדרש תנחומא פרשת בשלח סי' ט"ז, ולפיכך נקראו ראשונים (עזרא הסופר וחבריו) סופרים שהיו סופרים כל האותיות שבתורה. כ'האב נישט געזאגט אז זיי זענען שולדיג אין די מצב וואו ס'האלט היינט, אבער זיי האבן עס אנגעפאנגען, און די דאזיגע זאכן האבן א טבע צו ווערן מער עקסטערם ווי די צייט גייט פארביי, ועוד היד נטויה. הדא הוא דכתיב פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.
האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
אין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
כרם זית האט געשריבן:אין א''י רודערט זיך לעצטנ'ס היתכן די רעגירונג האט ארויסגענומען עקידת יצחק פון די דעי קעיר קריקעלעם זאגנדיג אז עס איז צו שרעקעדיג פאר יונגע קינדער, עפ''ל. וויל איך פארשטיין וואו זענען די קנאים געווען ווען מהאט ארויסגענומען געוויסע פרשיות פאר קינדער זאגנדיג אז עס וועט זיי נאר צומישן? (דאכט זיך אז כהאב אמאל געזען א בריוו פונעם מהרש''ם אנטקעגן דעם עס אנריפנדיג א משכילישע געדאנק.)
איינער הייבט אן פרשת תזריע פון שני און א צווייטער האט א פראבלעם מיט עקידת יצחק, הא לן והא להו.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.
האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח
באותו ענין. עס איז אמאל געווען א רבי וועלכע פלעגט פאסטן יעדן שני וחמישי און דערנאך פלעגט ער זיך איינשפארן אין צימער. די חסידים פלעגן רעדן אז דער רבי איז דאן זוכה צו גאר גרויסע גלוים. ויהי היום איינער פון די שוואנצן האבן מחלט געווען אז ער מוז זען ווי דער רבי איז זוכה צו די גרויסע גלוים. איז ער איז געגאנגן און זיך באהאלטן אינעם צומער. זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער ווי אויפן טיש איז צוגעגריייט אן אפגעבראטן עוף, ממש די גאנצע גוף אחוץ די פיסלאך און די קאפ. דער רבי קומט אריין, גייט צו צום עוף און פארוואנדלט אים אין א גל של עצמות...
האט דער חאסיד געזאגט אז ערשט יעצט האט ער פארשטאנען פשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה'', ודברי פי חכם כריין.
(מקור:כ''ק אדמו''ר מטאלנא שליט''א בוויקיליקס שלו)
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
כרם זית האט געשריבן:שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ'האב לעצטענס געהערט פון מיין חבר א וויזניץ מאנסי חסיד וואס ער האט געלערנט אין גיבערס, און דארטן איז געווען איינגעפירט אז די בחורים זאלן לערנען יעדן טאג דעם "צעטיל קטן" פון דעם הייליגען ר"ר אלימלך זי"ע - און סעיף ג' שטייט "גם בשעת אכילה וזיווג" יהרהר כנ"ל....
זעהט אויס אז דער רבי האט נישט מורא געהאט אז די בחורים וועלן מהרהר זיין פון זיווג.
האט זיך געמאכט ווי א בחור איז צוגעגעאנגען צום מגיד שיעור פרעגענדיג וואס מיינט זיווג ?
האט ער געענפערט אז זיווג מיינט "טרינקען" ודפח"ח
באותו ענין. עס איז אמאל געווען א רבי וועלכע פלעגט פאסטן יעדן שני וחמישי און דערנאך פלעגט ער זיך איינשפארן אין צימער. די חסידים פלעגן רעדן אז דער רבי איז דאן זוכה צו גאר גרויסע גלוים. ויהי היום איינער פון די שוואנצן האבן מחלט געווען אז ער מוז זען ווי דער רבי איז זוכה צו די גרויסע גלוים. איז ער איז געגאנגן און זיך באהאלטן אינעם צומער. זעט ער נישט מער און נישט ווייניגער ווי אויפן טיש איז צוגעגריייט אן אפגעבראטן עוף, ממש די גאנצע גוף אחוץ די פיסלאך און די קאפ. דער רבי קומט אריין, גייט צו צום עוף און פארוואנדלט אים אין א גל של עצמות...
האט דער חאסיד געזאגט אז ערשט יעצט האט ער פארשטאנען פשט אין צעטל קטן ''ולא יסתכל בשעה שבהמה ועוף מזדוגן זה עם זה'', ודברי פי חכם כריין.
(מקור:כ''ק אדמו''ר מטאלנא שליט''א בוויקיליקס שלו)
א לינק צום יומן פון די הייליגער טאלנער קענט איר אפשר אהער שטעלן?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עמעזאן האט געשריבן:דא האב איך געטראפן ווי מען קען דאס אראפלאדענען
איך האב נישט אן אקאונט דארט קען עס איינער אהערשטעלן?
די יומן וויאזוי עס איז נתפרסם געווארן
https://tlgur.com/d/8ekvXZzg
אנגעבליכע צענזור
https://tlgur.com/d/GdBZvmj4
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
לכבוד שבועות איז כדאי אנצומערקן באותו ענין, איבער די ניגון פון החזון יוסלע רוזנבלאט ז''ל ''וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען'', וואס אונזערע קינדער וואלטן אין א געווענטליכע יאר יעצט געלערנט אין חדר. אז אויך דא האט ידי הצענזור שולט געווען. בתוך הדברים פרעגט ער, ''ווער וועט אינז נביאה זאגן אויפן סעודוניו?'', און ער ענטפערט ''מרים הנבואה!''. וויינג ווייסן אז אויפן רעקארדירונג הערט זיך עס גאנץ אנדערש, קענטיג נשפע פונעם יידיש טעאטער, ''ווער וועט אונז טאנצן אויפן סעודניו? מרים הנבואה!''...
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
בלייבט נאר איבער צו וויסן וועלכע רבי האט משנה געווען פונעם ארגינעלעם ניגון.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לעיקוואד האט געשריבן:פלא. ביזט זיכער זיי האבן עס ממש אויגעשניטען נישט איבערגעלאזט אויף א צווייטער חלק וכדו'?
**
הסתכלתי במשנה ברורה עוז והדר שבאוצר החכמה וסי' רמ נדפס שם כרגיל. רק במשנ"ב המבואר שלהם השמיטוהו. כנראה שהם גם מבינים שהביאור נועד לתשב"ר וכל מי שמבוגר מבן י"ח שנה לא יהיה לו הוה אמינה להסתכל בביאור שלהם..
לעיקוואוד: דו ביסט 100% גערעכט. דער בית יהודא טייטש אויף חומש און רש"י איד געווען עטליכע דורות פריער פון דעם הייליגן עוז והדר שליט"א. ער ברענגט אויך נישט קיין טייטש אויף א סאך פסוקים וואו רש"י איז מפרש א סאבדזשעקט וואס יונגלעך אין חדר דארפן נישט לערנען. די רבי'ס לאזן ממילא אויס די רש"י'ס...!