אין יו"ט'דיגן קיאסק

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

אין יו"ט'דיגן קיאסק

שליחה דורך קאווע קריטיק »

די מאגאזינען למיניהם זענען אלע אינדרויסן מיט פארגרעסטע ביילאגעס און פארמערטע צאל בלעטער ווי קיינמאל בעפאר, אין צוגאב איז צוגעקומען דריי נייע מאגאזינען צום נייעם יאר.
איך עפן דעם אשכול פאר אן איבערזיכט אין קיאסק, א קריטישע אויג אויף די ליטערארישע ווארע פון היי יעריגן סוכות סעזאן.
שעמט אייך נישט מיטצווטיילן אייערע הערות'לעך, קריטיק אבזערוואציעס אדער אייער הנאה פון סיי וועלכן ארטיקל, פראיעקט, קאלום, ביילאגע איר ליינט אין סיי וועלכן יו"ט נומער פון סיי וועלכן אויסגאבע, אנגעהויבן פון דאס אידישע ליכט און געענדיגט ביי אונזער וועקער.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

מען האלט נאך בעפאר יום טוב, און איך האב נאכנישט געליינט אלעס, אבער פון מיין ערשטע בליק שטייט אונזער ״וועקער״ איבער אלעם. רייך אינטערעסאנט, און מעכטיג.

וואס באדערט מיר פון די מאמענט איז אז זיי האבן 5 ארטיקלעך איבער רבנים. קרם אן, איינס וואלט געווען גענוג, צוויי וואלט מען דורכגעשטופט, אבער 5? פאר וועלכע סיבה.

די וואך בילדער אויסגאבע האב איך שטארק הנאה געהאט פון זייער בילדער קאלום ״יום שכולו שבת״ ווי זיי האבן פאטאגרעפירט 24 שעה אין שומר שבת אין בארא פארק.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

#1
לאנג לעבן זאל קאנקורענץ

"בליק" און "וואך" זענען ווי באקאנט אין ביטערן קאנקורענץ וואס ברענגט אז זיי זענען אין געיעג נאך באמבאסטישע אויפרייסן (!) וואס זאל איבערששטייגן איינער דעם אנדערן.
דער ריוח איז געוויס פארן קליענט, די וואך האב איך נאכנישט עספיעט צו ליינען אבער אין בליק האב איך באגעגנט א גאר ווערטפולע פראיעקט, א הונדערט בלעטערדיגע איבערזיכט איבער דער הווה און עבר פון איסט סייד, דער געוועזענער ירושלים דאמעריקע איידער וויליאמסבורג האט איבערגענומען זיין ארט.
די ביילאגע איז פון גאר הויכן קוואליטעט, סיי בכמות און סיי באיכות, כמעט וואס לא נראה כבושם הזה, מיט בלעטער אויף בלעטער אנגעשטאפט מיט רייכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען און אין באגלייטונג פון אטעם פארכאפנדע בילדער. דער פראיעקט איז אהערגעשטעלט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער.
זילבער האט זיך שוין לאנג באקאנט געמאכט אלס א זעלטענער כתבא רבה, דענקער און היסטאריקער בשורה הראשונה. זיינע רייכע ארטיקלען און פראיעקטן זענען שוין ערשינען אין דער פארגאנגענהייט אין קינדליין און מאמענט צווישן אנדערע. אין א לעצטיגן אינטערוויו האט ער אויך אנטפלעקט אז ער איז געווען אינטעגראל אין תוכנפולער "ידעתי" אויסגאבע פארלאפענעם פסח וועמענס זון איז ליידער פריצייטיג אונטערגעגאנגען.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

#2
קריגל איז האלב פול

מתחילה האב איך נישט גערעכנט צו קריטיקירן קנקן, נעמענדיג אין באטראכט אז עס טראגט דעם נאמען פון א יחיד, אבער ליינענדיג דעם עקסטרעם פאזיטיוון און לדעתי איבערגעטריבענעם איבערזיכט אויף קנקן אין וועקער וועל איך עס באלאנסירן מיט מיינע איבערזיכטן. כ'פארשטיי אז לערנער האט געזוכט די פאזיטיווע זייט וועלנדיג געבן דעם שאנס, אבער דאך קען מען נישט איגנארירן עלאמענטארע פעלערן און די קאנסטראקטיוו קריטיק דארף געזאגט ווערן.

כ'האב גערעדט מיט נאך מבינים און געהערט דאס זעלביגע, דער קנקן איז קלאר נישט נאכגעקומען די ערווארטונגען. נישט נאר די הויכע ערווארטונגען פון בעטן חי שלמים, אריינשטעלן אין ספרים שאפע, די זעלבסט פראקלאמאציע אז עס קומט "אריגינעלע פארש ארבעט" און די פילצאליגע אנדייטונגען במישרין ובעקיפין אז די האלי-גרעיל גייט לאנדן און ס'קומט ענדליך די ענדגילטיגע ישועה פאר די היימיש ליטערארישע וועלט, נאר איך רעד פון די פשוטע ערווארטונגען וואס עס ערווארט זיך פון סיי וועלכע אויסגאבע וואס סערווירט סיי וועלכע מאטעריאל, אז די ניווא זאל פשוט נאכקומען די געווענליכע נארמאלע סטאנדארט.
פותחין בשבח, איך בין איינשטימיג מיט לערנער אז דער עצם ערשיינונג פון קנקן איז באגריסנדווערד, און דעם רעדאקטאר קומט זיך אסאך קרעדיט פאר זיין גוטן ווילן, פאר די שיינע גראפיקס און פאר אלעם גוט וואס קנקן ענטהאלט.

דא עקא, איז אבער דער פראיעקט לעת עתה שטארק געשלאגן בחסר ויתר.
קודם כל האב איך גרויס ביקורת אויף דער שפראך פון קנקן. לערנער מאכט אוועק דעם שפראך סטיל באקרוינענדיג דאס אלס א זשאנער, א גאליציאנער אידיש (האט מען אין גאליציע געשריבן "עם" אנשטאט "אים"?); כ'בין נישט באהאוונט אין דער אריגין פון שפראך און דיאלעקט אבער שרייבן אין אן אויסשפראך אנדערש ווי געוווענליך אידיש ליינער זענען געוואוינט איז נישט קיין אויסגעהאלטענער מהלך, פונקט ווי קיינער וועט נישט נוצן א דייטיש אידיש פון צאינה וראינה אין די פריע ניינצן הונדערט יארן. אויך זאל מיר דער מגיה כללי אנטשולדיגן אבער אויסער טייפאס איז נישטא קיין איין גראמאטיש אויסגעהאלטענע פאראגראף אין דעם גאנצן חיבור.

בלאט נאך בלאט זעט מען אז דאס איז נישט דורך די האנט פון א פראפעסיאנאל און איז געשריבן דורך אן אמאטור. ער הויבט אן דעם פארווארט און באלד איז ער אויף דעפענסיווע צי דער יעצטיגער אויסשטעל פון קנקן גייט זיין דער צוקונפט אדער נישט. אין ערשטן מאמר איבער דעם זונ'ס געבורטסטאג האב איך געטראפן כשרון און אפילו אפנהארציגקייט מיט'ן מיטטיילן א פערזענליכע אנעקדאט, אבער צום סוף קומען זיך די דריי דימענסיעס (ספק שהחיינו, ספק בר מצוה, ספק מאגאזין) נישט גענוג גוט צוזאם, סיידן שוואנצונעס אז הלכה'דיגע שאלה איז אנטשידן געווארן דורך אדמו"ר מבאבוב, נישט דער העכסטער אויטעריטעט פאר א הלכה'דיגן ספק, און א שטיקל רענט קעגן אלע צייטונגען און אז קנקן גייט זיין די לעזונג.
בכלל מאנגלט קנקן אין רעדאגירונג און עס פעלט קאמפאזיציע אין די פאראגראפן וואס מאכט עס זאל זיך נישט ליינען פליסיג. כ'האב שווער געקענט קאנצענטרירן ביים ליינען דער קבלת שבת ארטיקל, און אינמיטן א היסטארישע שילדערונג איבער דער חיד"א אין טיר גארטן פלירט ער מיט די ליינער איבער דעם זיידנס עלטער זיידנס חול המועד האלטן. אינמיטן דער קבלת שבת מחקר פארט ער אריין אין פסודא-סייענס פארוואס די פאטשערייען ביי בואי בשלום איז שטערקער ווי ביי כל נדרי (טומער א טובה), די טענץ זענען אפילו שטערקער ווי די זיבעטע הקפה שמחת תורה (זינט ווען איז דער זיבעטער הקפה אן עסק?) און שטעלט אוועק אן אבן מוסד אז ביי מזמור שיר ליום השבת שמועסט קיינער נישט אין שול (אין מיין ביהמ"ד איז גראדע יא דא א שמועסער).

בלעטערנדיג הין און צוריק האב איך שווער געקענט אידענטיפיצירן דעם אוידיענץ, געוויסע קאפיטלען האבן מיר צוריקגעטראגן אין כיתה ח' אדער שפעטסטנס שיעור א', אן אפעל אין פאדאווע איז פשוטע טייטש איבערזעצונג אויף א הלכה'דיגע שאלה וואס מ'טרעפט טויזנטער אזעלכע אין די תשובות; דער מאמר איבער שהחיינו האט מיר דערמאנט פון א בר מצוה פשעטל פון א 12 יעריג בחורל אין אידיש, אבער נאר די ערשטע האלב, גמרא און ראשונים אין טייטש, אן די כאפ און אויספיר פון רבי עקיבא אייגער...
ליבלי הילשאו איז געשיכטע אויף קינדליין שטייגער (אן די כמו פראפעסיאנאלע רעדאגירונג פון קינדליין) נישט קיין קאפיטל היסטאריע; אף ברי איז קיין פיוט קאלום נאר טייטש אויף בלויז צוויי בתים פון זעקס. ווילסט טייטשן דעם פיוט אין אידיש, זייער געניאל, אבער ענדיג צו.
דער כראניק איבער דעם לבוש קומט נישט נאך די סטאנדארטן פון א פשוטן תולדות געשריבן אין דער איד דורך ר' יעקב יהושע וויינשטאק אדער אין דער בלאט דורך ברכי' אילאוויטש. איך פארשטיי אז ער ווארפט אריין קענדיס דא און דארט, אריגינעלע נאטיצלעך, בילדעלעך, פוס נאטיצן און דאס גלייכן, אבער דאס קען נישט קומען אויפ'ן חשבון אז אן ארטיקל דארף האבן א ראש תוך און סוף, און כאטש מינימאל דעקן די נושא וואס עס בארירט. בכלל פעלט קאליר, אלע ארטיקלען דעקן די זעלבע תקופה, זענען אויפ'ן זעלבן שניט און מיט ענליכן תוכן, דער טויש איז בלויז אין קאלום נאמען. דער חיד"א אין טיר גארטן איז א האלבע אומפראפעסיאנאלע ארבעט, ס'וואלט געווען א שיינע אנעקדאט ווען עס קומט מיט א מחקר איבער דעם טיר גארטן, אדער אן איבערזיכט אויף די דראמאטישע רייזעס פון חיד"א. אזוי איז עס אן איינציג פאר'יתומ'ט שטיקל הערינג אויפ'ן געהענגל, מאכט נישט קלוגער דעם ליינער צופיל און מאנגלט אין קאנטעקסט.
ווי א קאמישער אויספיר צום סוף ענדיגט זיך דער קנקן מיט'ן עלטסטן אקסי-מאראן אין דער היסטאריע, אז מיר האפן אז די הצלחה וועט נאך זיין העכער אלע ערווארטונגען...

די גרעסטע פרעכקייט איז אנפילן א 108 זייטיגע אויסגאבע מיט 24 בלעטער אין לשון קודש איבער דער יחוס פון מהר"ל, ס'ווייזט א היבשע אראגאנץ פון רעדאקטאר און אפילו חוצפא, צו ווידמען אזויפיל ארט, אין אזא טייערע אויסגאבע, פאר עפעס וואס אזוי ווייניג האבן דערין אינטערעסע פשוט אז עס זאל נישט זיצן אין קאמפיוטער, ווי דער רעדאקטאר האט זיך פארענטפערט.

אונטערשטע שורה, קנקן האט קלאר אריגינעלקייטן אבער דערווייל קומט עס נישט נאך די ניווא פון א פשוטן רעדאגירטן צייטונגס ארטיקל אדער א חסידיש געשריבענעם מחקר איבער סיי וועלכע טעמע אין א קובץ; דער רעדאקטאר איז קלאר א טאלאנטפולער יונגערמאן מיט א פיס אין אונזער רייכן עבר, און קנקן האט אסאך פאטענציאל טאמער דער רעדאקטאר וועט ארויסקריכן אביסל פון אייגענעם קעסטל, זיך לאזן לערנען, אריינמישן מענטשן מיט ערפארונג און נישט זינגען דעם מיי-וועי-אר-די-היי-וועי-לידל אויף אזא הויכן טאן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע קריטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

קאווע קריטיק האט געשריבן:אין בליק האב איך באגעגנט א גאר ווערטפולע פראיעקט, א הונדערט בלעטערדיגע איבערזיכט איבער דער הווה און עבר פון איסט סייד, דער געוועזענער ירושלים דאמעריקע איידער וויליאמסבורג האט איבערגענומען זיין ארט.
די ביילאגע איז פון גאר הויכן קוואליטעט, סיי בכמות און סיי באיכות, כמעט וואס לא נראה כבושם הזה, מיט בלעטער אויף בלעטער אנגעשטאפט מיט רייכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען און אין באגלייטונג פון אטעם פארכאפנדע בילדער. דער פראיעקט איז אהערגעשטעלט געווארן דורכ'ן טאלאנטפולן שריפטשטעלער הרב שמעון שלמה זילבער.

איך האב טאקע געקויפט די בליק נאך וואס איך האב געהערט פון די פראיעקט. ס'איז א הערליכע ארבעט, איך דערווייל אדורך געליינט האלב. עס איז זייער אינהאלטסרייך, דעטאלירט און אינטערסאנט.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

קאווע קריטיק האט געשריבן:#2
קריגל איז האלב פול


אמן, וכן יהי רצון. מסכים מיט יעדע ווארט.

באלד אויפן שער-בלאט כאפט ער א שמועס מיט די ליינער. נו נו, כל זמן שמזקיני"ן...

כ'האב זיך באלד דערמאנט אין זיין אדמו"ר הפוסק, דפסיק פומי' מגירסא, מיט וועמען כ'בין אמאל געפארן צוזאמען אין אן אויטא, ווען ער האט פארדרייעט דעם דרייווער א קאפ צי מען קען נישט באקומען א שטראפע...

האמת אגיד, כ'מיין נישט אים, כ'מיין זיך. כ'האב שטארק ארויסגעקוקט דערויף, און געהאפט דארט אריינצולייגען א היסטארישע סוגיא וואס כ'האב לעצטענס געלערנט.

ווי זאגט ער, אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו. (אה... זיינע גע'הרג'עטע מליצות, תסתכל בקנקן מה שיש בו.)
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
פרישע נייעס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 6:56 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך פרישע נייעס »

יא איך מיין אז די ווארט אז קונקערענץ ברענגט ביזנעס קען מען יעצט סט טאקע סכות שטארק דערקענען ווען יעדער פראבירט צו צושטעלען אינטערעסאנטע זאכן
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

#3

ארי נוהם האט געשריבן א רעצענזיע בלויז פון דעקל פון "אינטערעסאנט", איך האב עס יא געקויפט און געליינט וועל איך דורכלויפן די בלעטער מיט א קריטישע אויג.
די ערשטע זאך האב איך ווי נאטירליך געליינט דעם אריינפיר, צו פרובירן כאפן דעם דופק און געדאנקענגאנג פון די ארויסגעבער און וואס איז די וויזיע און ווי עס שיינט מוטשעט זיך דער רעדאקטאר מיט קאמפריהענסיע צו פארשטיין און פארשטיין געבן וואס ער וויל און וואס ער טוט. אויך זעט זיך א שטארקע פאראנויע אז מ'זאל אים חלילה נישט אפ'פסל'ען. אויך וויל ער שטארק איבערצייגן די ליינער איבער זיין אויסגעהאלטנקייט און מיט א שטארקע איבערצייגונג אז דאס איז די סאמע וויכטיגסטע פאקטאר פאר אים.

ער הויבט אן מיט'ן איבערגענוצטן ווארט אז ביכל איז ראשי תיבות כל באי' לא ישובון וואס ער ברענגט פון ויואל משה (דער ויואל משה אליין שענקט עס פאר "דורשי רשומות"), ער ברענגט ארויס אז מאנכע אויסגאבעס דרוקן ציונות און זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן, אין אידיש איז טאקע נישטא דער פראבלעם (איז דאך גוט) אבער אין ענגליש יא (דעמאלט גיב ארויס א מאגאזין אין ענגליש).
ער פירט אויס אז ער לייגט א דגוש אויף הגהה (נאך א מזל) בשעת וואס ער כאפט אריין א גראמאטישן גרייז אין זעלבן פאראגראף שרייבנדיג "ארטיקלן" (עס קומט "ארטיקלען" ווי דער כלל איז אלעמאל ווען א קאנסאנאנט לויפט בעפאר א ל' און דערנאך דער עי'. נאך ביישפילן זענען קווענקלען, מעקלען ועוד) און שליסט זיינע ווערטער מיט דער געווענליכער הבטחה צו מעלין בקודש זיין מיט נאך אינטערעסאנטע ארטיקלען. דער מאגאזין האט שוין אצינד, פאפיר, טינט, כשרות, הגה. וויזיע? נישט אזוי קלאר.
א גרויס טייל פון די ארטיקלען זענען ריין תורה'דיג און צוויי קאלומס הרב מלאך און הרב מייזעלס זענען שטארק גליונות סטיל. די שאלה איז צו מענטשן דערווארטן גליונות סטיל חומר אין א מאגאזין נאכדערצו וואס געווענליך באקומט מען די מאטעריאל פאר אומזיסט. הרב מייזעלס קאלום האט נאך א פראבלעם, אז ס'איז נפלאות הבורא צוזאמגענומען פון ספרים, ווילאנג מ'שרייבט עס אין לשון קודש און עס איז אין ספרים שאנק פארשטייט יעדער אז ס'איז לויט דער אינפארמאציע וואס איז דעמאלט געווען באוואוסט וכדו', איינמאל מטייטשט עס איבער אויף אידיש און מ'נעמט אלטע מיטאסן און סתם שטותים און מ'שטעלט עס פאר ווי פאקטן, ווערט א פראבלעם. הרב מלאכ'ס קאלום האט א פראבלעם אז זיינע שיעורים זענען דא צו באקומען אין געדרוקטן פארמאט וועכנטליך.

כ'האב מיך נישט גענומען די מי דורכצוליינען דעם ארטיקל פון חפץ חיים בעיון ווייל אויסער וואס נוהם שרייבט איז עס אויסגעדראשן און אלט און איז גארנישט נתחדש געווארן יעצט, איז די טעמע מתחילה נישט געווען קיין טעמע, ווען נישט דער באקאנטער ליאזנער בעקער וועלכער איז הוחזק שקרן און טענה'ט אויף א בילד פון ר' משה'עלע שינאווער (מיט א פלאטשיקן הוט) אז דאס איז גאר דער חפץ חיים, און דערנאך וואס ס'איז ארויסגעקומען די ווידעא פון חפץ חיים (פיר יאר צוריק) האט די גאנצע וועלט געזען אז נישט נאר ער איז א בלאפער נאר אויך א משוגענער טענה'נדיג אז די ווידעא איז גאר א ראי' צו אים.

דער אינטערוויו מיט חיים ארוכים האף איז באצאלט, ווייל מ'טאר (כמעט) קיינמאל נישט דרוקן קיין סעלף פראמאטעד ארגאניזאציעס אדער נאן פראפעטס וואס האבן א מארקעט בודזשעט אויב קריגט מען נישט באצאלט.

ווען אימער א רעדאקטאר גיט ארויס א מאגאזין מוז ער זיך אליין ענטפערן די שאלה וועלכער חלל ער טוט ערפילן? אינטערעסאנט האט געמאכט א קלארע ארגומענט פארוואס עס איז נישט קיין פראבלעם דאס צו קויפן, ווייל עס האט נישט קיין ציונות. אבער דאס אליין איז נישט גענוג מאסגעבנד, און א סיבה פארוואס נישט איז נישט גענוג סיבה פארוואס יא, אויסער דעם פאקט אז עס איז דא נאך אויסגאבעס וואס האבן נישט קיין ציונות.
דער רעדאקטאר זאל זיך שטעלן אין שפיגל און אליין פרעגן די פראגע וואס האב איך געברענגט ניי צום טיש וואס איז נאכנישט דא אין "דער איד" אדער אין די אומזיסטע גליונות לכבוד שבת. נאך וואס ער קומט ער אויף מיט עפעס פריש דארף ער זיך פרעגן די צווייטע פראגע, צי איז דא א קליענטעל דערפאר, און די דריטע פראגע צי דער קליענטעל איז גענוג גרויס אז ער זאל קענען אנגיין פאר'ן לאנגן טערמין.
די טעמעס ארטיקלען און קאלומס וועלן אין צוקונפט מוזן זיין גענוג ניי, גענוג לייכט (דער ארטיקל איבער מחזור המפורש איז אן אויסמוטשענדע געליין איבער פיוט) און גענוג אריגינעל אז עס זאל נאכקומען דעם נאמען און הויכן-באר זיך אליין געשטעלט: אינטערעסאנט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

קאווע קריטיק האט געשריבן:הרב מייזעלס קאלום האט נאך א פראבלעם, אז ס'איז נפלאות הבורא צוזאמגענומען פון ספרים, ווילאנג מ'שרייבט עס אין לשון קודש און עס איז אין ספרים שאנק פארשטייט יעדער אז ס'איז לויט דער אינפארמאציע וואס איז דעמאלט געווען באוואוסט וכדו', איינמאל מטייטשט עס איבער אויף אידיש און מ'נעמט אלטע מיטאסן און סתם שטותים און מ'שטעלט עס פאר ווי פאקטן, ווערט א פראבלעם.

:like
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

לאמיר האפן אז מר. קריטיק נעמט זיך נישט צום וועקער ווייל אויב יא זעמיר אלע אויף צרות
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע קריטיק: ייש"כ. דיין ריוויו איבער'ן ..."קנקן שאין בו"...איז מורא'דיג.

איך ווילל דא ספעציעל ארויסהייבן דעם פרט איבער דעם הייליגן ליאזנער. ער איז, וואס מ'רופט ..."אינטעלעקטשועללי דיס-האנעסט"...זיין סטעיטמענט איבער די פאפולערע בילד פונ'ם חפץ חיים קומט נישט מכח עם הארצות. נאר מכח איפכא מסתברא. און שווינדל. און די איינציגע וועלכע האבן עס אפגעקויפט זענען די ליינערס און שרייבערס פון ..."דער איד"... זיי האבן אויך ליעב אייביג צו גיין אקעגן דעם שטראם. אויך ווייל ס'איז עולה בקנה אחד מיט זייער אגענדא.

כ'מיין אז צו זאגן אז דאס פאפולערע בילד פונ'ם חפץ חיים. פון וואו ס'שיינט ארויס דאס איידלקייט און קדושה, איז גאר פונ'ם בוטשער פון ראדין, דארף מען זיין א חסר דעה אדער א ליגנער און א פעלטשער...! בכלל. דעם הייליגן ליאזנער'ס האנדלען מיט אנטיקס איז אויך א געשעפט וואו ס'איז דא א סאך שקר. ביודעין ובלא יודעין...!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ער שרייט נאכאלץ אזוי?! די ווידעאו האט דאך קלאר געוויזן אז דאס איז יא דער חפץ חיים!!
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

נאך וואס דער ניו יארק טיימס האט פארעפנטליכט מיט אייניגע וואכן צוריק א גאר אינטערעסאנטער בילדער עסיי וויאזוי די צייטונג גייט טעגליך אין פרינט, האט דער איד נאכגעמאכט די איידיע און אהערגעשטעלט א שיינע בילדער פראיעקט לכבוד יו"ט וואס ווייזט די פארצווייגטע אונטערנעמונג פון אפדרוקן דעם איד וואך איין וואך אויס מיט בילדער דורך די טאלאנטפולע לענטשעווסקי פאטאגראפיסטן.
דער טיימס פראיעקט ווערט גערופן "דער טעגליכער נס" ווייל גיין אין פרינט מיט א צייטליכער אויסגאבע איז ווירקליך א נס ווען הונדערטער דעטאלן דארפן פאלן אין פלאץ אין דער צייט וואס מ'איז אין געלויף קעגן דעם זייגער. אבער פאר מיר איז עס נאך געווען אינטערעסאנטער ווי די טיימס פראיעקט ווייל מילא די טיימס איז דאך א ריזיגע פירמע... אבער ווען מ'ריקט אוועק די פורהאנגען פון הינטער די קוליסן פון אזא פיצל צייטונג ווי דער איד איז שטוינענד וואס פאר אן ארבעט דאס איז צו זען די צייטונג וועכנטליך אויף די פאליצעס.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קאווע קריטיק האט געשריבן:נאך וואס דער ניו יארק טיימס האט פארעפנטליכט מיט אייניגע וואכן צוריק א גאר אינטערעסאנטער בילדער עסיי וויאזוי די צייטונג גייט טעגליך אין פרינט, האט דער איד נאכגעמאכט די איידיע און אהערגעשטעלט א שיינע בילדער פראיעקט לכבוד יו"ט וואס ווייזט די פארצווייגטע אונטערנעמונג פון אפדרוקן דעם איד וואך איין וואך אויס מיט בילדער דורך די טאלאנטפולע לענטשעווסקי פאטאגראפיסטן.
דער טיימס פראיעקט ווערט גערופן "דער טעגליכער נס" ווייל גיין אין פרינט מיט א צייטליכער אויסגאבע איז ווירקליך א נס ווען הונדערטער דעטאלן דארפן פאלן אין פלאץ אין דער צייט וואס מ'איז אין געלויף קעגן דעם זייגער. אבער פאר מיר איז עס נאך געווען אינטערעסאנטער ווי די טיימס פראיעקט ווייל מילא די טיימס איז דאך א ריזיגע פירמע... אבער ווען מ'ריקט אוועק די פורהאנגען פון הינטער די קוליסן פון אזא פיצל צייטונג ווי דער איד איז שטוינענד וואס פאר אן ארבעט דאס איז צו זען די צייטונג וועכנטליך אויף די פאליצעס.


נישקשה, א "איד" געבט זיך אן עצה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מישנדיג אין אקטיווע, כאפ איך א בליק אינעם דיזן אשכול פון אויבן ביז אראפ.

[tag]קאווע קריטיק[/tag]'ס ווערק איז אבנארמאל.

כ'האב חלילה נישט קיינע אינטערעסע קעגן די מחברים פון די אויבנדערמאנטע ליטעראטור, נאר, פיין געשריבן, צום פינטל, קריטיק ווי ס'ברויך צו זיין און אייניגע שטריכן פאזיטיוויטעט ווען ס'פעלט זיף אויס אויפן ריכטיגן ארט.
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

נו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

יא, ביטע!
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

פון דאס ביסל וואס איך האב געליינט האב איך שטארק הנאה געהאט פון דריי אויסגאבעס, מאמענט, וואך און בליק

לדעתי איז מאמענט דאסמאל געשטיגן גאר אסאך מער ווי פאריגע יו"ט אויסגאבעס, גאר קנאקעדיגע ארטיקלען אין ביידע ביכער, און אין ביידע ביילאגעס (נפשי און לבלר)
א בליק האט צוגעשטעלט גאר אינטערעסאנטע ביילאגעס, סיי גור, סיי מח' לש"ש און סיי אנטווערפן, מ'דערקענט די השקעה עצומה און רייכקייט פונעם אינהאלט
א וואך האט מיך איבערראשט מיט זייערע ביילאגעס, סיי אפריקע און סיי בילדער פון סאטמאר רב (כ'בין נישט קיין בילדער ליבהאבער, אבער אלס 'זשאב' איז עס געווען גוט)
קינדליין איז אויך געווען גאר גוט, און די נייע צוריקצווועגס אין איטאליע איז געווען אויף א נייע סטיל אבער זייער אינפארמאטיוו און מיט אסאך טשיקאווע שטריכן

איך וואלט אבער געגעבן דעם הויפט מעדאל פאר מאמענט


(סארי פארן נישט אדורכגיין ארטיקל-ארטיקל, דאס איז אויסשליסליך דער פעלד פון אונזער מייסטער קריטיקירער [tag]קאווע קריטיק[/tag])
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

[list=][/list]
קאווע קריטיק האט געשריבן:נו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.

וואס איז די פראגע בכלל? זיכער אז יא. אבער שוין!
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
היטשער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 15, 2018 8:00 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל

Re: אין יו"ט'דיגן קיאסק

שליחה דורך היטשער »

קאווע קריטיק האט געשריבן:נו, איינער האט עפעס געליינט דורכאויס דעם יו"ט?
זאל איך שרייבן מיינע אבזערוואציעס? אז דער עולם וועט אויסדרוקן אינטערעסע וועל איך פארצייכענען מיין אפשאצונג אויף דעם יעצטיגן סעזאן אין קיאסק.
נעוואדע אזוי!
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

אדאנק אלע טייערע חברים פאר'ן ארויסווייזן אינטערעסע און אנטשולדיגונג פאר די פארשעפטיגונג צוליב טרדות הזמן וצוק העיתים אבער ווי די גוטער בוך זאגט בעסער שפעטער ווי קיינמאל.

קינדליין איז סאליד


קינדליין האט צוגעשטעלט גאר א לייטישן פראדוקט לכבוד יו"ט. כ'בין בכלל א חסיד פון קינדליין ווייל ער נעמט דעם ליינער ערנסט און לייגט אריין די מאקסימאלסטע כוחות צוצושטעלן א קוואליטעט פראדוקט. פיל מאל נעמט ער עס אפילו אווער די טאפ, א בחינה ווי פארשידענע קאלומס און ארטיקלען קומען מיט פריש געמאלענע קאריקאטורן און בילדער וואס קאסטן שווערע געלטער און זענען בכלל נישט קיין מוז און ער טוט עס גוטוויליג. א ביישפיל איז דער אינטערוויו מיט ראטנשטרייך וואס איז געקומען באגלייט מיט זיסע קאריקאטורן און מאלערייען. פארוואס זאל זיך א רעדאקציע אריינלאזן אין אזעלכע הוצאות ווען ס'איז בכלל נישט נייטיג און דער ארטיקל קען גיין אין דרוק אן דעם? ס'איז זיכער נאר ווייל זיי שעצן דעם ליינער און ווילן אים געבן די מערסטע פאר זיין געלט. קינדליין האט כמעט נישט קיין אנאנסן און זייער זעלטן אדווערטאריעלס צי דאס גלייכן און זייערע פארדינסטן זענען באזירט מייסטנס אויף די צאלונגען פון דעם איינקויפער. אזא מאדעל ווייזט אויף גאר א שטארקן קאנפידענץ און זעלבסטשאץ אינעם אייגענעם פראדוקט וויסנדיג אז מ'קען זיך דעקן פון די ליינער טאקע ווייל די ליינער שעצן די ארבעט.

די הויפט ביכל פון קינדליין איז געווען ווי יעדע וואך נאר מער, נישט קיין גרויסע חידושים אבער דאך שיין און פול און לכבוד יו"ט איז ערשינען אזויפיל ווי דריי אינטערוויוס. זילבער האט אינטערוויואירט זיין זיידן, א שיינעם אינהאלטסרייכער שמועס איבער דער היסטאריע פון דער אידישער לעבן אין מאנטיווידעא אין אורגוויי אין די פריע כ' יארן. א קליינע הערה: אין וויליאמסבורג עקזיסטירט נישט קיין "הרב לייטנער" נאר דער איקאנישער "רבי אברהם" וואס סתם רבי אברהם איז געווען רבי אברהם לייטנער פאר צענדליגער יארן. שפירא האט אינטערוויואירט דעם אלעמען באקאנטן בדחן ר' יוסף חיים ראטנשטרייך פון סקווירא. ראטנשטרייך האט שוין גענאסן פון אן אפהאנדלונג דא אין קאווע שטיבל אין א צייט וואס ס'איז זיך אים געקומען פארדאמונג אבער עס נעמט נישט אוועק דעם פאקט אז ער איז א געלונגענער בדחן וואס פארשטייט אונטערצוהאלטן א זאל. דער שמועס איז געווען א שיינער טיפישער קינדליין קשיא-און-תירוץ שמועס סיידן די סיידבאר מיט וויצן לכבוד יו"ט איז געווען שוואך. ווייזט אויס אז כוחו איז נאר בפה ווען ס'איז ממש לייוו, ווידעראום די געשריבענע וויצן האבן פארלוירן דעם טעם אינטערוועגנס.
וועבער האט אינטערוויואירט אן ארגענטינער אפשטאמיגער פון קרית יואל. אנדערש ווי פארגאנגענע ימים טובים איז נישט געווען קיין שום באצאלטע (אדער נישט באצאלטע) פראמאשענעל אינטערוויו פון מתמידימ'ס צי דאס גלייכן.

אלס ספעציעלער יו"ט פראיעקט, איז צוגעקומען א שיין ביכל מיט צענדליגער זייטן געמאלענע קאריקאטורן פון בארימטן מעלער יוני גרינשטיין. די קאריקאטורן זענען געווען צוקער זיס, כ'האב נישט געקענט כאפן דעם מעסעדזש פון יעדן איינציגן ווייל ליידער האב איך נישט אזא גוטן קאפ ס'איז אבער דאך געווען גאר געשמאק צו באבאאכטן. ווידעראמאל איז עס מסתמא די טייערסטע ביילאגע וואס סיי וועלכע אויסגאבע האט געהאט דעם יו"ט, ווייל אינו דומה סיי וועלכע פראיעקט צו דינגען א וועלט-קלאסישע מאלער אהערצושטעלן "צענדליגער" מאלערייען און ווידעראמאל איז קינדליין ווער עס האלט ווערד דעם ליינערס דאלאר.

צוריק-צו-וועגס האט געהאט נייע שפילער ווען אלע דריי אנטיילנעמער אין די פריערדיגע נסיעות זענען דאסמאל נישט געווען טייל דערפון, אנגעהויבן מיט קוואדראט וועלכער איז סתם אזוי צעריסן מיט די קינדליין שטאב, זילבער וועלכער איז ווארשיינליך גע'סנאבד געווארן צוליב זיך ארויסשטעלן פראמינענט אינערהאלב "א בליק" פראיעקטן און גאלדבערגער ווייסעך נישט פארוואס. לכבוד דער יעצטיגער נסיעה האט זיך הרב פאנעט מתיר געווען זיך צו לאזן בילדערן און ער פיגורירט פראמינענט אויף צענדליגער בילדער.
די ערשטע אין דער סעריע האט גענאסן פון שארפע קריטיק אין איינער פון די פריערדיגע וועקערס אלס עקסטרעם שלאבערישע ארבעט, עס האט זיך פיל פארבעסערט במשך די יארן אבער די ווינעציע פראיעקט איז דאסמאל געווען איבערראשנד רייך, ממש א כלילת יופי איבערשטייגנדיג פי כמה סיי וועלכע פריערדיגע צוריק-צו-וועגס פראיעקטן מיט הערליכע שילדערונגען און היסטארישע קאפיטלען, גאר אינטערעסאנטע קרישקעלעך אינפארמאציע, נוצבארע טיפס פאר'ן טראוולער (די פאראנויע פון הרב פאנעט אז מ'גייט אים באראבאווען איבער די איטאליענער גאסן האט מיך געמאכט לאכן...), מוגה און רייך געשריבן, די פאראגראפן זענען געזעצט און שארף מיט BOLD אותיות דארט ווי נייטיג, אויגפארכאפנדע בילדער פון די אור אלטע שולן און די הערליכע ווענעציע גאסן, אלעס פאלט אין פלאץ א ברכה צו מאכן, ממש א פרי עץ הדר פון א פראיעקט אויף אן אויסערארדנטליכן פארנעם. איראניש ווי אייניגע קאפיטלען האבן געטראגן דעם נאמען "א בליק וכו'" און איראניש ווי קוואדראטס אבסעסירטע "פאדאווע" האט געטראפן זיין ארט אין דעם פראיעקט...

קינדליין האט טאקע נישט געהאט קיין "באמבע" אויף יו"ט אבער זיי זענען בכלל נישט אין די באמבע-ביזנעס און זוכן נישט צו ברענגען דעם אריגינעלן אויפרייס וואס קומט פיל מאל מיט פארציכטונג אויף קוואליטעט נאר ליבערשט האלטן די ניווא הויך און צושטעלן קוואליטעט פון זייער גאטונג אויפ'ן העכסטן קאליבער.

דאס איז עס אויף דער מינוט, די נעקסטע רעצענזיע וועט בלי"נ זיין דורכאויס דער וואך אויף "די וואך" אי"ה אויב די צייט וועט ערלויבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאווע קריטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

שכח פארן אריינקומען און מיר ווארטן פאר די רעשט.
קינדליין האב איך נישט געקויפט דעם יום טוב ממילא ווייס איך נישט וועגן די יום טוב אויסגאבע אבער די ברענגסט גיט ארויס די קינדליין מהלך פון באמת פרובירן צוצושטעלן פאר די ליינער און לאו דוקא מיט באמבסטישע אויפרייס מאטריאל.

ווער זענען געווען די באטייליגטע ביי די ווינעציע נסיעה חוץ פון פאנעט?

אגב וואס איז די מעשה מיט קוואדראט און קינדליין? ער שרייבט מער נישט פאר זיי?
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דעם פארגאנגענעם יו"ט סוכות האבן דער בליק און מאמענט געהאט די בעסטע ארטיקלען. די נסיעה קיין אנטווערפן פון דער בליק איז געווען זייער אינטרעסאנט און באלערנד. אויך די באשרייבונג אין מאמענט איבער די 3 טווערסקי ברודערס פון מילוואקי איז געווען זייער אינפארמאטיוו און באלערנד.

דער מאמענט, (כדרכו) האט א סאך שטותים און ווערדלאזע ארטיקלען אויך. למשל די באשרייבונג איבער דעם אזוי-גערופענעם ..."מחנך"... פון ארץ ישראל וואס א יעדער רייסט זיך צו כאפן א שמועס מיט איהם. דער ארטיקל איז כולו שטותים והבלים. ס'איז א שאד די צייט וואס מ'ברענגט אן דאס צו ליינען. בתוך שאר הדברי הבל זאגט דער אזוי-גערופענער מחנך אז יונגלעך דארפן שוין קענען ש"ס ביי די בר מצוה. ער זאגט אפילו אז מ'קען עס לערנען אן רש"י. ווען איך האב דאס געליינט האביך עס אוועקגעווארפן. אז א מענטש וואס הייסט א מחנך זאלל רעדן אזעלכע שטותים וואס א בר בי רב דחד יומא ווייסט אז ס'איז נישט מעגליך. וויאזוי קענמען בכלל לערנען אן עמוד גמרא אן רש"י...?!
פארשפארט