עמטליכער טיילונג אין גור

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער רבי פון לובלין האט גע'עפענט זיין קרעמל בחיי דער רבי ר' מיילע, און דער צווייטע האט מוחה געווען און איהם פארשיקט פון זיין געגענט. ווי די מעשה גייט מיט די דזשעלינע שלישקעס און דער חלום פון לך לך מארצך, מיט אברהם אבינו מיט סטראקעס. ר' בונם האט אויך אזוי געטון צום רבי פון לובלין. און אלע זענען געווען געזונט און שטארק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווי פונקטליך ליגט מיין טעות?

דער חוזה האט אנגעהויבען פירען רעביסטעווע ווען דער ר"ר מיילעך האט געלעבט, און דער ר"ר מיילעך האט נישט מסכים געוועהן. עס איז טאקע נישט באשריבן אסאך, אבער דאך א פאקט וואס איך האב געהערט ביי מלוה מלכה'ס פין פארצייטישע אידן.

לויט ווי איך האב געהערט האט דער חוזה איבערגעבעטן דער ר"ר מיילעך און געטענה'ט אז ער לערנט נאר אויס דאס וואס דער ר"ר מיילעך האט געלערנט, און ער האט עס אנגענומען. און דער סיבה פארוואס דער חוזה האט בכלל דאס געטוהן, איז געוועהן ווייל דער ר"ר איז געווארען עלטער, איז ער שטארק נתפרסם געווארען, און עס איז געקומען א גאר גרויסע עולם, וואס האט נישט פארשטאנען דער תורה פין דער ר"ר מיילעך, און האבן גארנישט קונה געוועהן דארט, האט ער אנגעהויבן אין פירען.

הגם עס זענען מיטגעגאנגען מיט אים גרויסער תלמידים, ווי ר' דוד'ל לעלובער.

איך האט אמאהל געזעהן א מעשה ערגעץ אין א מעשה ביכל וואס שרייבט א גאנצע מעשה ווי דער ר"ר מיילעך איז אליין געפארען רעדן וועגן דעם צו געוויסע גרויסע תלמידים.

קען זיין עס איז דא מער צו דעם וואס מען פארציילט נישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער רבי פון לובלין האט גע'עפענט זיין קרעמל בחיי דער רבי ר' מיילע, און דער צווייטע האט מוחה געווען און איהם פארשיקט פון זיין געגענט. ווי די מעשה גייט מיט די דזשעלינע שלישקעס און דער חלום פון לך לך מארצך, מיט אברהם אבינו מיט סטראקעס. ר' בונם האט אויך אזוי געטון צום רבי פון לובלין. און אלע זענען געווען געזונט און שטארק.


דער איד הקדוש מיינט איר אוודאי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווי האט נאר דער רבי געזאגט, קלו וקלו דברי אלקים חיים. דער רבי פון לובלין האט אנגעהויבן פירן בחייו פונעם רבי ר' מיילעך, פארוואס פונקטליך ווייס איך נישט, מסתמא ווי אישתישבי זאגט. יארן שפעטער האט דער יוד הקדוש זיך נישט געטראפן דאס פלאץ צווישן די פשוטע אידן אין לובלין, האט ער געמאכט א חבורה פון מבקשים, אריינגערעכנט ר' בונים, דער קאצקער, דער רי"ם, און נאך ביי זיך אין פערשיסחע איבערלאזנדיג דעם ראפשיצן רב איינער אליין. פארשטייט זיך אז ס'איז אלץ געווען תחת דגלו פונעם רבין פון לובלין, און זיי פלעגן צוזאמען פארן קיין לובלין. יארן שפעטער ווען דער קאצקער איז געווארן דיפרעסט און זיך איינגעשפארט האט דער איזביצער אפגעפוצט מיט'ן עולם איבערלאזנדיג קוים מנין. למעשה זענען די אלע דריי געשעהענישן געווען אנדערע סארט זאכן אינגאנצן, און די נייע ראש ישיבה מאוומענט איז מער אויפ'ן גאנג פונעם איזביצער'ס מרידה ווי מ'קומט אפיציעל ארויס קעגן דעם רבין פערזענליך, אבער הצד השווה שבהן אז ס'נתרבה געווארן חכמת הפאליטיק אויפ'ן וועלט, ויאכלו חסידים וישבעו.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס איז מיט דער מעשה פון צוויי הונדערט ווייסע בעקישעס אין לובלין?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'בערך די זעלבע אמת ווי די מעשה אז דער איזביצער איז אוועק פון קאצק מיט 70,000 חסידים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... &start=100

א גרויסע ליסטע פין 122
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וויפיל פון זיי זענען געגאנגען ווייסע בעקישעס בחייו פון זייער רבי, און וויפיל פון זיי האבן זיך צאמגעטראפן דארט אויפאמאל?

אבער די עכטע קשיא איז וואו פונקטליך קומט די גאנצע שמועס אהער, איז טאקע נישט דא קיין נייעס איבער די יעצטיגע פרשה אז מ'דארף איבערקייען אלטע שטותים?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נישט באמת דא קיין גרויסע ענינים.

אין גער איז דא 15000 מענטשן, און ר' שאול האט אפשר פופציג מענטשן.

אפילו עס זאל זיין א עכטער טיילונג ווי ער זאל האבן טויזענט מענטשן און העכער, וואס פארקויפט ער אנדערש אז פאר אונז זאל זיין א שמחה. די זעלבער תקנות און משוגעתן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

איך בין נישט קיין גורע חסיד. און איך בין אויך נישט אזוי באקאנט מיט גור. איך קען אבער יא אויסרעכענען מער ווי פופציג מענטשן וואס זענען אויף שאול'ס צד. סאו, אויב ווילט איר סתם ארויפדרייען די רעטאריק דאן טוה עס אין די צימעס אשכול און לאז די דאזיגע אשכול געמאך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איך האב געהערט מבית פשעווארסק איז אז דער רבי פון לובלין האט אנגעהויבען פיהרען אין לאנצהוט און דאס האט וויי געטון דער רבי ר' מיילעך. איינער פון די וואס האבען אפגעלאזט דער רבי ר' מיילעך צו גיין צום לאנצהוטער איז געווען א איד ר' דוד'ל דזשעלינער. דער רבי ר' מיילעך איז געפארען קיין דזשעלין איהם צוריק צו ברענגן. ער האט גערעדט מיט דער ר' דוד'ל וואס האט געזאגט אז ער נוצט דער לאנצהוטער אלס א לייטער צוצוקומען צום רבי'ן ר' מיילעך. (דער שיניאווער רב איז נישט געפאלען דער אויסדרוק, זאגענדיג 'א השגה פון א חסיד צו נוצען דער רבי פון לובלין אלס א לייטער!') די פרוי פון דער ר' דוד'ל האט אנגעגרייט א סעודה פאר דער רבי' ר' מיילעך, אבער זי האט נאר געהאט אביסל קארטאפעל און מ עהל אין שטוב, האט זי געמאכט שלישקעס (א מאכל וואס מ'האט געהאט אמאל, קען זיין היינט אויך), און בשעת'ן אנגרייטען האט זי געוויינט און געדאווענט אז עס זאל געלונגען. יארען שפעטער, ווען דער רבי ר' מיילעך איז געווארען אלט און שוואך, האט ער נישט געוואלט עסן. די שטוב מענטשן זענען געווען באזארגט און מ'האט איהם געפרעגט וואס וויל ער עסן, האט ער געזאגט, ' ווען מ'וואלט געהאט פון די דזשעלינער שלישקעס, וואלט גוט געווען'. מ'איז געפארען קיין דזשעלין צו בעטן די רעצעפט, און זי האט פארציילט די מעשה, האבען זיי געזאגט 'דאס קענען מיר נישט נאכמאכען'.
עכ"פ דער רבי ר' מיילעך האט מקפיד געווען און ער האט געהייסען דער רבי פון לאנצהוט אוועק פארען פון געגענט. ער איז געפארען קיין לובלין און ער האט דארט נישט געהאט קיין אכסניא, איז ער געשלאפען אין ביהמ"ד. אין מיט'ן נאכט איז איהם אברהם אבינו געקומען אין חלום, זאגענדיג אז זייט אברהם אבינו איז ער די ערשטע צו האבען די נסיון פון לך לך מארצך אזוי ווי איהם. און דער רבי פון לובלין האט מעיד געווען אז אברהם אבינו איז געגאנגען א ספאדיק און סטראקעס, אזוי ווי די רביס פון דעמאלס.
די זיינען די מעשה'לעך וואס איך האב געהערט מפה קדשו פון דער רבי ר' ברוכ'ל (לרפו"ש)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טוב ויפה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 17, 2018 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך טוב ויפה »

איינער האט ארויס די סטארי מיט די צוויי גור'ע חדרים אין בארא פארק? ס'האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם איצטיגן פאליטיק אבער עפעס דרייט זיך עס מיט דעם
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איך האב געהערט מבית פשעווארסק איז...

...אבער זי האט נאר געהאט אביסל קארטאפעל און מ עהל אין שטוב, האט זי געמאכט שלישקעס (א מאכל וואס מ'האט געהאט אמאל, קען זיין היינט אויך)...


The moral of the story is....

אז מיסעס ליטוואק איז א געזונטע בעלע בית'טע און שיקט זעלטען איר בן תורה איינקויפען נאכטמאל אין א טעיק אוט.

ווייל אויב יא, וואלט ער געוויסט אז שלישקעס קען מען נאך האבן היינטיגע צייטען...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז מיר אויך שווער געווען ווען איך האב דאס געהערט פון ר' ברוכ'ל, ווייל איך האב שוין געהאט שלישקעס ביים מאמע אין שטוב. עס איז גארנישט אזוי געשמאק, א פלעינע טרוקענע מאכל. אפשר ווען מ'רופט עס אן gnochi האט עס אן אנדערן טעם. עכ"פ נישט איך האב עס אזוי געזאגט, נאר ר' ברוכ'ל לבית פשעווארסק.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פרוביר גנאטשי אין אן איטאליענער רעסטורטנט. וטעמו נאך בעסער ווי צפיחת בדבש.

אפשר האט די מן אין מדבר אזוי געטעיסט...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אויב מען מאכט שלישקעס מיט אביסל שמאלץ און עס איז קריספי איז עס גאר גוט. אפשר איז דאס געוועהן די שלישקעס פין ר"ר מיילעך.

בכלל אופן, בין איך שוין בכלל מסופק אין די ליטווישקייט פין דער בודאפעסטער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

לא ברעש ה'. ר' שאול האט שטילערהייט געמאלדן פאר די עלטערן אז זיין חדר וועט געעפנט ווערן ווי געפלאנט.

די חדר שטייט שוין אקטיוו אינעם בנין 'תפארת השמחה' אויף רחוב רש"י 44.

פארשטייט זיך אז עס באשטייט נאכנישט פון קיין פולע קלאסן, אבער אז ס'האלט שוין דא איז עס א ריזיגער דערגרייכונג.
חיים יואל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 310
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2018 5:23 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך חיים יואל »

איסר האטלקי האט געשריבן:לא ברעש ה'. ר' שאול האט שטילערהייט געמאלדן פאר די עלטערן אז זיין חדר וועט געעפנט ווערן ווי געפלאנט.

די חדר שטייט שוין אקטיוו אינעם בנין 'תפארת השמחה' אויף רחוב רש"י 44.

פארשטייט זיך אז עס באשטייט נאכנישט פון קיין פולע קלאסן, אבער אז ס'האלט שוין דא איז עס א ריזיגער דערגרייכונג.

דאס איז אין ירושלים?
די פראבלעם ביי ר׳ שאול איז, אז א טייל פון זיינע מענטשן וואוינען חצור / ערד / קרית גת / אשדוד.
זעהט נישט אויס אז ער עפענט חדרים אין די אלע שטעט, מילא האבן זיי מורא צו גיין צו ר' שאול..
אין חצור & ערד איז נישטא קיין היימישע ת''ת און מיידל שולע, חוץ די ריזיגע גערער ת''ת און מיידל שולע.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער אינערליכע מחלקות אין גור פארמאגט טיפע היסטארישע ווארצלן.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער דריטער אדמו''ר לבית גור דער אמרי אמת, האט צוויי מאל חתונה, זיין ערשטע פרוי איז געווען רעבצין חיה ראדא ע''ה – א טאכטער פון רבי נח שחור ע''ה. פון איר זענען אים געבוירן געווארן די צוויי רביס דער בית ישראל ז''ל און דער לב שמחה ז''ל. רעבצין חיה ראדא איז נפטר געווארן אין יאר תרפ''ב.
ווען דער אמרי אמת איז שוין געווען 56 יאר אלט, האט ער געהייראט זיין פּלימעניצע רעבצין פייגא, א טאכטער פון הגאון רבי יעקב מאיר בידערמאן ע''ה, א איידעם פונעם הייליגן שפת אמת זי''ע. אינעם עלטער פון 60 יאר איז אים געבוירן געווארן זיין יונגסטער זון דער פני מנחם ז''ל.

רעבצין פייגא איז געווען שטארק אינטעלעקטואַל און געבילדעט, זי איז אויך געגאנגן אין א שייטל און געווען היפש אנגעפיקעוועט מיט ציונות. אפגעזען פון דעם האט זי פארט פארמאגט גאר א שטארקער איינפלוס אויף איר מאן, דער אמרי אמת. די שארפע גערער חסידים האבן דאס נישט געקענט דערליידן. אין רעזולטאט איז איר זון דער פני מנחם געווען שטארק דערווייטערט אין גור אין יארן וואס זיינע צוויי ברודער דער בית ישראל און דער לב שמחה האבן געקעניגט.

נאכן הסתלקות פונעם לב שמחה אין יאר תשנ''ב - האט זיין זון דער איצטיגער רבי זאל זיין געזונט הגה''צ רבי יעקב (ב.ש.כ.מ.ל.ו.) שליט''א, געזאלט איבערנעמען די ראביסטעווע, ער האט אבער אפגעטרעטן פאר זיין פעטער דער רבי דער פני מנחם, אפגעזען פון די פרעמדקייט וואס די גערער חסידים האט געשפירט צום פני מנחם. און בלויז נאכן הסתלקות פונעם פני מנחם - האט זיך דער קרוין אומגעקערט צו איר ארגינעלער ארט, און דער רבי דער שושנת יעקב שליט''א האט זיך געזעצט אויפן קעניגליכער שטיל, צו די גרויס צופרידנקייט פון די אלטע גורער חסידים.

אין דער צייט וואס די באליבטע רביס די הייליגע קינדער פון די ערשטע רעביצן זענען געווען פארנומען מיט קדושה און נדל''ן, איז דער פארפיינטער זון דער פני מנחם געווען איין שטיק תורה און געפאדערט בלויז תורה. ער האט זיך נישט צופול געספראוועט מיט קיין קדושה זאכן, און געלט האט אויך נישט פארנומען ביי אים קיין גרויס ארט.
זיין זון רבי שאול, דער אייניקל פונעם פארפיינטעטע רעבצין פייגא איז א גאון עצום און א שטארק ליבעראלער מאן, ער איז ביי די מיינונג אז די אלע קדושה תקנות וועלכע זענען אין אלגעמיין אוועק געשטעלט געווארן דורך זיין פעטער דער רבי דער בית ישראל ז''ל, זענען נישט אקטועל פאר די היינטיגע יונגעלייט. אבער די מערהייט פון די חסידים קלאמערן זיך ווייטער מיט די אייניקלעך פונעם ערשטע און באליבטע רעביצן...

דאס איז מערווייניגער די אונטערלאגע פון די גאנצע גורע פאליטיק....[/justify]
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:רעבצין פייגא איז געווען שטארק אינטעלעקטואַל און געבילדעט, זי איז אויך געגאנגן אין א שייטל און געווען היפש אנגעפיקעוועט מיט ציונות. אפגעזען פון דעם האט זי פארט פארמאגט גאר א שטארקער איינפלוס אויף איר מאן, דער אמרי אמת.

לויט ווי איך האב געהערט איז דער אמרי אמת שוין געווען אנגעפיקעוועט מיט ציונות פון פריער, קען זיין אז דערפאר האט ער איר געהייראט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמער ר' שאול האט געהאט א געלעגנהייט איבערצונעמען א גרויס חלק גור (און ער וואלט געהאט ווען ער ווארט שטיל נאך 10-15 יאר) האט ער עס יעצט דערלייגט.
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:טאמער ר' שאול האט געהאט א געלעגנהייט איבערצונעמען א גרויס חלק גור (און ער וואלט געהאט ווען ער ווארט שטיל נאך 10-15 יאר) האט ער עס יעצט דערלייגט.

די געלעגענהייט וואס ער וואלט געהאט האט ער נישט דערלייגט, די מענטשן וואס וואלטן געגאנגען צו איהם'ן אחר אריכות ימיו ושנותיו פונעם קאזין זיצן איצטער אויכעט בצער מערת עדולם (לשון ה'בית יעקב' על זקינו האיזשביצער) און ווארטן מיט געדולד, ובבוא העת וועלן זיי גיין ווי זייער הארץ באגערט, און זייער מיינונג האט זיך נישט געטוישט, רובא דרובא פון זיי האבן מיט-געהאלטן רוב רדיפות וואס ר' שאול איז אדורך, און זיי פארשטיין אז 'באו מים עד נפש'.

ווער ס'זאגט דיר אז ר' שאול האט יעצט פארלוירן דאס ביסל אוהדים וואס ער האט נאך געהאט, בעט איך דיר, נעם עם אין א זייט, און פרעג עם זיין מיינונג אויפ'ן פני מנחם (אבי הגר"ש)

{רמז: ווער ס'האלט פונעם טאטן פארשטייט די מהלך פונעם זוהן, ווער ס'מיינט אז די זוהן האט געמאכט א טעות האלט אז די גאנצע פני מנחם סומאטאכע איז געוועהן אן עקסידענט}

ס'זענען אלץ פאראן יוצאים מן הכלל, אבער דאס איז די כלל.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב כ'האב קיין טעות זענען קיינער פון דעם רבינס קינדער נישט עפעס אזוי "אויסגעקנויטן". במילא נאך דער רבי גייט וואלטן א שיין ציבור גערער זיך אהין געשיידט. יעצט אז עס ברעכט א מחלוקת קען מען זיי אראפמאלן אלץ א כת מורדים, שווארצע, מתנגדים וכו. אויטאמאטיש מאכט עס שווערער פאר א סך גערער (אזוי אויך פרעמדע) זיך צו אידענטיפיצירן מיט א כת מורדים.

כ'בין נישט אויסגעקאכט. כ'קלער נאר אזוי
פארשפארט