משה מענדלסאהן (רמ"ד)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה האט געשריבן:פאר פרישע בלוט איז גענוג די רוסישע גרים.

גדליה: אזוי ווי רומן זדורוב. וועלכער שרייט אז ער איז אומ-שולדיג. און מ'האט איהם פארמשפט' בלויז פאר זיין א רוסישער אפשטאמיגער...!

אדער דער צווייטער ..."צדיק"...בייזשענערי. וועלכער איז ארומגעגאנגען און זיך אנגעגעבן אלס שיפוצ'ניק. און ער האט בארויבט און געמאכט פייערס ביי איינזאמע פרויען...!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אינטערעסאנט איז אז אין רעפארם איז טאקע משה מענדלסון אזוי ווי להבדיל ביי די ארטאדאקסן רש"ה און ביי די סאטמורים רעב יואל טט"ב.

ווען איז די רעפארמער כ"א כסלו?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גדליה: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך קוילער זיך ממש פאר געלעכטער. ווען דו פארגלייכסט ר' משה מענדעלסאן/דעסויער צו סאטמאר'ע רב הרה"צ ר' יואל טייטלבוים זי"ע...!

ס'איז מעגליך אז ר' יואל'יש האט נישט געוואוסט די אלע סייענטיפיק זאכן אדער געקענט די אלע שפראכן וואס ר' משה מנדלסון האט געקענט. און איך בין אויך מסכים מיט די רוב וועלט אויף ביידע זייטן פונ'ם ספעקטרום. איינס אז רמ"ד איז געווען אן ערליכער איד. און וואס ער האט געטון איז געווען מיט גוטע כוונות. און איך געב איהם טאקע אפ דעם פארדינטן רעספעקט דערפאר. אבער ס'וועט זיין די העכסטע גראד פון אבסורדאליטעט צו לייגן רמ"ד אין איין ליגע מיט דעם סאטמאר'ע רב. ס'איז פונקט אזוי ווי ווען איינער זאלל פארגלייכן דעם ערליכן שוסטער אדער שניידער פון די שטאט ראדין מיט דעם חפץ חיים...!

לאמיר נאר אנכאפן איין קליינע נקודה. וואו ס'כאפט א חילוק פונ'ם סאטמאר'ע רב מיט רמ"ד. דער סאטמאר'ע רב. טראץ די אלע שארפע ארויסטריטן און מערכות און מחלוקות וואס ער האט אנגעפיהרט. צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט איהם און זיין דרך. האט ער אויף קיין האלבן פראצענט אדער א חלק אחד מני אלף נישט געמיינט צו אריינכאפן געלט אדער כבוד...! פארקערט. ער האט געליטן די גרעסטע בזיונות כדי זיך צו האלטן פעסט ביי די שיטה אין וואס ער האט געגלייבט בכל נימי נפשו...! אויסער דעם איז ער געווען א מנהיג וואס האט אויפגעבויעט א גרויסע קהילה פון גארנישט...! און ער האט געהאט צייט און דאס הארץ אויסצוהערן א יעדן פארצרה'טן יחיד. און געבן איהם די ריכטיגע עצות...!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ר' בערל: כ'מישט מיך נישט אריין אין דעם וויכוח צוישען אייך און גדלי' נאר כ'וויל מיך יא קריגן מיט אייך דאס וואס איר שרייבט

1) "פארקערט. ער האט געליטן די גרעסטע בזיונות כדי זיך צו האלטן פעסט ביי די שיטה אין וואס ער האט געגלייבט בכל נימי נפשו...!"

דאס איז נישט אמת, ווייל ער האט געהאט גענוג א גרויסע מיליטער מיט זיך און וואס האבן מיט געשריגן מיט עם און נאך זייטיגע קליינע רבי'לך מיט חסידים מיט עשירים אויסגעשפרייט אין אמעריקא און אין יוראפ וואס האבן אויך משמיע קול געווען זיין שיטה און געווארפן גרויסע געלטער און געשמירט די רעלסן און אויפן שפיץ פון דעם אלעם האט ער אויך געהאט דער איד הקדוש מיט א גאנצע אפאראט פון פראפעסיאנאלע שרייבערס וואס זענען געווען גרייט פיר און צוואנציג שעה א מעת לעת צו צושטעלן די נויטיגע אינפארמאציע.

2) "אויסער דעם איז ער געווען א מנהיג וואס האט אויפגעבויעט א גרויסע קהילה פון גארנישט...!"

איז אויך ווייט איבער געטריבן צום בעסטן, און א ליגענט וואס מ'האט שטענדיג פרובירט צו פארקויפן פארן המון עם, ווייל ס'האט פשוט שענער אויסגעזעהן אזוי.
סאטמאר איז פון די איינציגסטע חסידות וואס איז צוריק געקומען נאכן קריג מיט די מערסטע מענטשן, אדרבה גיי קוק וויפיל עלטערע איר האט געקענט וואס זענען צוריק געקומען, איך אליין האב געקענט אסאך עלטערע אידן אודים מוצלים מאש וואס זענען ארויס געקומען באלד נאכן קריג און וואס זענען געקומען דא קיין אמעריקא און די וואס האבן נישט געקענט קומען ווייל אמעריקע האט נישט אריין געלאזט פליטים נאר דע וואס זענען געווען אין די פי לאגערן, זענען זיך צופארן לארבע כנפות הארץ, ווי אורוגוויי, בראזיל, טשילע, ענגלאנד, קאנאדא ועוד. און ווען דער רבי איז געקומען פון א"י קיין אמעריקע איז ער נישט אנגעקומען בארץ לא זרועה, ווי דער עלטערער דור וויל אונז פארקויפן, און כ'גיי נישט יעצט אריין אין די אידישקייט חלק, וואס דאס איז אויך א שקר מעיקרא, כ'באצו מיך נאר לגבי דאס וואס איר זאגט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. נאר איך נעם טיילווייז יא אן און טיילווייז נישט דיינע באהויפטונגען פון פאקטן...!

איבער די גערעכטיגקייט פון די מיטלען וואס די תלמידים/חסידים פון סאטמאר'ע רעבי'ן האבן אנגענומען וועלל איך מיך יעצט נישט מתוכח זיין. ווייל דארט זענען מיר מיט זייער א סאך זאכן אויף איין פעידזש. אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז וואס דער סאטמאער'ע רב האט געטון. צי יא גערעכט. אדער נישט. האט ער דאס נישט געטון מיט'ן ציהל צו מאכן געלט. אדער אריינהייבן כבוד. ווייל די בזיונות אין די אמעריקאנער גאס אויפ'ן סאטמאר'ע רב און זיין קהילה זענען געווען זייער גרויס...! אויך. די סאטמאר'ע קהילה אלס קהילה איז א רייכע קהילה. אבער דער סאטמאר'ע רב פערזענליך האט נישט איבערגעלאזט קיין שום פארמעגן פון ריעל עסטעיט אדער געלט...! דאס זענען פאקטן. ואין להתוכח על זה...!

מצב נומער2... אז ער האט אויפגעבויעט זיין קהילה פון גארנישט. דאס איז אויך א פאקט. ווייל ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע. און ער איז איינגעשטאנען ביי החסיד ר' פליישמאן, ז"ל. האט ער נישט געהאט קיין מנין. א איד א באקאנטער האט פארציילט פאר מיין טאטע. אז אין אנהייב ווען דער סאטמאר'ע רב איז געקומען קיין אמעריקע. איז געווען א סאך מאל וואס מ'האט איהם אריינגערופן משלים צו זיין מנין. ספעציעל ביי של"ס. ווייל דער עולם דאהי (אפילו די שומרי שבת) האט נישט געהאלטן דעם זמן פון ר"ת. און דער איד איז נאך דאמאלס געווען א בחור...! אמת..." דער איד"... האט א סאך צוגעהאלפן צו פארשפרייטן די שיטה פון סאטמאר. ער האט אויך געפיטערט דעם עולם מיט פאלשע פראפאגאנדע און א סאך ליגנט. ס'איז נאך דאמאלס, ליידער נישט געווען קיין אינטערנעט. און מ'האט געקענט איינרעדן פאר'ן עולם הוריות מיט בוריות...(מיין שוויגער'ס א ווארט.)...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין אויך א לש"ש איד וואס ליידט בזיונות פאר׳ן אמת. ווייל איך קום דאך אין ק"ש און מ׳ווארפט חצים און בליסטראות, זאגאר גאנצע אשכולות געעפענט, מיר אוו מיינס אראפ צו רייסן.

בקיצור, דון מינה ואוקי באתרה. די אמעריקאנער גאס איז דא נישט וויכטיג, דער הייליגע טיב לבב זי"ע האט געבויט זיין אפאראט אויף די אופן פון קנאות, פונקט ווי יעדער בויער. און עס איז אים געלונגן. וואס דען זאל ער טון? ווערן א ראביי? א שוסטער? דאס וואלט טאקע געווען ׳בדם לבבו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דרייטס נישט קיין קאפ. נאכ'ן זיך צוקריגן מיט'ן בעלזער רב, איז דער רבי געווען אינגאנצן צובראכן, ס'הייסט אז ער האט געהאלטן ביים אויפגעבען די גאנצע מערכה. נאך די נשא תורה און איסור אויפ'ן כותל, האט דער עולם זיך פארשטעקט פאר בושות. דער רבי האט געהאט גענוג זאכן אויף וואס צו בויען א פארטיי, ביי-האר, סיעמס, רעדן אידיש, רבינו תם, צדקה, קדושה, לייקענען חסידישע מעשיות, נשתכח תורת הבעש"ט. ווען דער רבי וואלט געוואלט בויען א פארטיי דורך קנאות, וואלט ער זיך געקענט צאמשטעלן מיט די נטורי קרתא, כאטש נישט רעדן קעגן זיי.

ר' בערל: ביזט גערעכט אז ממש אין אנפאנג האט דער רבי קוים געהאט מנין, אבער מיט די צייט איז דער אלטער עולם צוריקגעקומען. אין תשכ"א האט סאטמאר זיך געציילט ביי 4,500 נפשות, ארום האלב פון זיי זענען געווען חסידים נאך פון סאטמאר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נעוואדע איז ער געווען צובראכן, ווייל ער האט געמיינט אז עס וועט אים געלונגן און דער צד וועט זיגען, ווייל אלס איז נאר יד המשמשים באמצע. ווען ער האט געזען אז זיין גאנצע טעזע איז הבל הבלים, און נישט משמשים זענען די נידון נאר די מנהיגים זעלבסט, האט מען שנעל געמוזט צולייגען נאך פרקים און נפתולים צום טעזע.
אבער חיים ליעבערמאן׳ס בוך האט אים נישט געשטערט קיין כי הוא זה. די חצים און בליסטראות זענן נישט געקומן פון בעלזא אין א"י, נאר פון אמעריקאנער אידען אין אמעריקא. און דאס איז נישט געווען קיין מסירות נפש מצדו.

און די לייכטסטע וועג צו בויען א ביזנעס איז מיט קנאות אין א"י. בייהאר דארף מען אפשערן, ציונות דארף מען גארנישט טון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)

ציונות איז דאן געווען גאר פאפולער, און די וועלט איז געווען פיל גרעסער ווי די פאר חוץ לארץ'דיגע התאחדות מעמבערס וואס זענען מיטגעשטאנען מיט אים, די אידישע און חסידישע וועלט איז געווען קעגן אים.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

יעקב מענטש האט געשריבן:@זוכער.

איך פראביר צו פארשטיין דיין תגובה.

אויב איז גארנישט געבליבן פון די טשערנאביל גזע פון ווי האט דער סקווערער פארשאפט אזויפיל חסידים? ער האט רעקרוטירט גרים? (די מושג האט נאך נישט עקזעסטירט פאר די העלבראנץ עפאכע).

פון טשערנאבילער חסידות'ן זענען כמעט אלע אומגעקומען. סקווירא'ער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע איינער אליין - און האט געמאכט א בית המדרש, און האט צוגעצויגן אלערליי חסידישע אידן און דערנאך געמאכט א שטעטל און געצויגן מענטשן וועלכע זענען דערנאך געווארן סקווירא'ער חסידים.

די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט? און דו גיבסט קרעדיט פארן סקווערער ווייל זיי זענען נישט געגאנגען צו אים, נאר צו סאטמערער? (ס'איז סייווי א נארישע שמועס, אבער לאמיר פארשטיין די שיחת חולין דא...)

סאטמארער רבי איז אנגעקומען קיין אמעריקע און האט שוין געהאט אסאך מעריצים און אפילו חסידים וועלכע האבן אים אפגעווארט מיט א רויטן טעפיך בתופים ומחולות. און דאס אז ער האט גענומען חסידים פון קלויזנובערג, מונקאטש און בעלזא איז אויך נישט קיין גרויסער קונץ, ווייל די אלע דריי האבן גענומען פון זעלבן טייג, אונגארישע אידן, און פאר א מונקאטשער איד פון דער היים וועלכער איז געבליבן דא אן א רבי, פארוואס זאל ער נישט גיין קיין סאקמיר. פון קלויזנבורג און בעלזא האט אויך אביסל גענאשט אדער פיל ווייניגער.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

יעקב מענטש האט געשריבן:די אלע וואס זענען געקומען קיין סאטמער פון מונקאטש, בעלזא, און קלויזנבורג, האבן איבערגעלאזט זייער חסידות און זענען געקומען צו 'אים' און ס'איז 'נישט' זיין קרעדיט?

איך ווייס נישט וועגן בעלזער וואס האבן אפגעלאזט בעלזא לטובת סאטמאר, אבער לגבי די מונקאטשע און קלויזנבורגע קומט זיך קרעדיט פאר זייערע רביס. וד"ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ציטירט פון אליעזר צווייפל׳ס שלום על ישראל.
בייגעלייגטע פיילס
שלום על ישראל - אליעזר צווייפל
שלום על ישראל - אליעזר צווייפל
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

לעיקוואד האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד, איך האב נעבעך אייביג געמיינט אז רמ״ד (וואס חת״ס רופט עם אן)מיינט רשע משה מנדלסון

קודם כל, טוהט זיך א גרויסער מחלוקת צו דער חת"ס האט בכלל געשריבען ספרי רמ"ד אדער ספרי חמד, דהיינו סתם ספרי חול וחשק, און אפילו נאכדעם וואס דער אריגענעלער צוואה איז בנמצא איז דער ספק נאכנישט נפתר געווארען.

בכל אופן, אפילו לגירסא רמ"ד, איז פשוט ביותר אז דאס איז נישט ר"ת רשע, מדארף זיין א תמים מופלג צו טראכטען אז דער חת"ס זאל שרייבען א ר"ת וואס אלעמאל מיינט עס ר' מיט אזא כוונה, אז מוויל שרייבען רשע שרייבט מען עס דאך ארויס, נישט מיט א ר"ת שמשתמע לתרי אפי, ניין?

מדארף בודק זיין ווי דער חת"ס איז זיך מתייחס צו עם אין אנדערע געדריקטע בריוון וכו'.

מיטן פילן רעספעקט [tag]לעיקוואד[/tag] איז עס אומעגלעך אז דער חתם סופר האט געמיינט ספרי חמד. יעדער וואס האט שוין אמאל געזען די צואה ווייסט אז עס איז געשריבן אויף גראמען. יעצט בשלמא אויב עס שטייט בספרי רמ''ד, שטימט עס מיט די המשך ''אל תשלחו יד''. אבער אויב די גירסה איז בספרי חֶמד, ווי שטימט די אויספיר ''אל תשלחו יד''?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זוכער האט געשריבן:די שאלה איז, העט ווען רבי יואל טייטלבוים געווען א קינד פון די ראדזמינער גזע, וואלט עמיצער געקוקט אויף אים?

זייטס נישט קיין FOOLS, ער איז געווען א שריד פון סיגוט און נאכדערצו איז פון אונגארן געבליבן די סאמע מערסטע האלאקאוסט סערווייווערס.
ער איז געווען א זעלטן-כאריזמאטישער מענטש, און האט באוויזן אוועקצונעמען הונדערטער חסידים פון מונקאטש, קלויזנבורג און בעלזא. פון דעם איז באשטאנען זיין חסידות, פון פרעמדע חסידות'ן.

דער סקווירא רבי האט מעגליך באוויזן א פיל גרעסערע קונץ. פון טשערנאבילער גזע איז כמעט נישט געבליבן קיין אידן נאך די קריג, און דער סקווירא'ער רבי האט אנגעהויבן פון אלף מיט זיראו מענטשן און געבויעט א הערליכע מלוכה - מיט זיינע צען פינגער ואשתו הרבנית טראנע.

זוכער: אין סקווירא זענען דא א סאך אלטע בעלזער חסידים. אויך, א סאך אונגאריש אפשטאמיגע חסידים. ס'קוקט אויס א ביסל מאדנע. סקווירא איז א רוסיש חסידות. או רוב זענען אונגערישע אידן. ס'איז פונקט אזוי ווי אז דער פאפע'ר רבי וועט האבן רוסישע חסידים...!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

בקיצור די קריגסטוך נישט מיט מיר. סאמאר איז נישט געווארן רשכבהג ווייל די עולם האט עם גענומען נאר ווייל 56 איז געווארן טויזענטע מענטשן און די מוסדות זענען געווען אוועילעבעל. גראדע אפאר יאר פריער האט שוין זיין נפיו אלעס פארלוירן. די סיבה דערפאר יש כמה שיטות בזה ואכמ"ל...
מיינונגזאגער

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך מיינונגזאגער »

א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיינונגזאגער האט געשריבן:

ר׳ יודל ז"ל איז געווען א ראש ישיבה ביים קלויזענבערגער זצ"ל אין פערינוואלד, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק מדבק געווען אין זיין רבי׳ן סאטמאר רב זצ"ל
דאס זעלבע ר׳ מרדכי לייב טירנויער איז געווען קלויזענבערגער רבי׳ס גבאי, דערנאך צוריק צו זיין רבי׳ן
פארשטענדליך אז די אלע זאכן האט וויי געטון, ער האט אפילו געאפפערט פאר׳ן רבי׳ן צו ווערן ראש הישיבה ביי אים, אבי עס זאל בלייבן ביי אים
מן השמים האט מען אנדערש געוואלט

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה

דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן

Sent from my iPhone using Tapatalk
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
מיינונגזאגער האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:[quote="cictim"]די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל
פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן.
סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן

Sent from my iPhone using Tapatalk[/quote]ניין, בי קיו אי איז געבויעט געווארן אין די כ׳ס אדער פריער, קלעמענטע איז אין די ל׳ס

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
פארשפארט