1)כהאב שוין אפאר מאל געשריבן יעדע עובדה וואס איך האב דא געברענגט פון די אהבת ישראל האט א גוטע מקור! כמעט אלעס שטייט אין ספר ״קדוש ישראל״ פון הרה״ח ר׳ נתן אלי׳ ראטה ז״ל די ספר האט הרה״ק ר׳ יודאלע האראוויץ מדזיקוב א אייניקל פון די אהבת ישראל איבערגעקוקט פאר א לאנגע צייט און יעדער ווארט דארט האט א מקור מוסמך... ווי אויך האט עס ר׳ מאטעלע איבערגעקוקט און יעדער איינציגסטער זאך וואס איז נישט געוועהן זיכער הונדערט פראצענט האט מען פון דארט ארויסגענומען. אזש ביז ר׳ נתן אלי׳ האט געזאגט פאר ר׳ מאטעלע אז באלד בלייב איך אן קיין ספר....
2)איך גלייב טאקע נישט די ברך משה האט איבערגעלאזט קיין אכצן שלימים סתם אזוי. נאר סאיז א דבר ידוע אז ער איז אלע יאהרן געוועהן א ביזנעסמאן און מסתם האט ער איבערגעלאזט א שיינע ירושה. אויב איינער וועט מיר יעצט קומען זאגן ערשט האנטיג אז סאיז נישט אמת בין איך גרייט צו טוישן מיין מיינוג. דערווייל לייקענט עס אבער קיינער נישט.
די רעשט פון דיין תגובה האב איך נאכנישט געליינט מסתם איז די סיפא מלא חכמה פונקט ווי די רישא...
איך זע עס איז נישט שייך זיך מתווכח זייל מיט דיר ווייל ווער עס זאגט אנדערש פון דיר מאכסטו אוועק, אבער וול דיר איינמאל ענטפערן דאס וואס די זאגסט אז ר' יודעלע האט געזאגט אז קדוש ישראל איז אמת האט אליין נישט קיין מקור, נאר פון דיר און די ביסט נישט באגלייבט לגבי וויניץ דער ברך משה האט אלס סיגעטער רב פרובירט צו מאכן ביזנעס בצנעה כדי נישט צו דארפן צוקומען צו מענטשן (ער איז געווען דער איינציגסטער רב וואס פלעגט נישט מאכן קיין מלוה מלכה פאר זיך) אבער קיינמאל נישט מצליח געווען צו סאך
ווען איך זאג דיר ערשטהאנטיג וועטו מיר גלייבן?
ס׳שטייט אין די הקדמה פון די ספר אז ר׳ יודלע און ר׳ מאטעלע האבן עס איבערגעקוקט און מגיה געוועהן. סאיז א באוואוסטע זאך.
אין די שמועסן פון ר׳ מאטעלע זאגט ער אליינס אז ער האט אלעס איבערגעקוקט און יעדע זאך נאכגעגאנגען. און יעדע זאך וואס האט נישט געהאט קיין גוטע מקור האט מען ארויסגענומען.
איך האב דאכצעך קיינמאל נישט געשריבן אז דער ברך משה האט געהאט ח״י שלמים. כהאב נישט קיין אהנונג וויפל געלט ער האט געהאט. כ׳ווייס נישט וואס דו האסט זיך פארטשעפעט אז איך גלייב דאס. איך גלייב אז ער האט געהאט א שיינע פאר דאללער ווען ער איז נפטר געווארן. אבער ס׳קען זייער מעגליך זיין אז ער האט נאר געהאט 5 מיליאן. אלעס איז מעגליך. איך האב נישט געציילט זיין געלט. ר׳ מאטעלע האט נישט איבערגעלאזט קיין גרויסע געלט. ער האט בכלל נישט געהאט קיין סאך געלט. סאיז סתם גערעדאכץ פון די גאס, דאס ווייס איך פון זייער נאנטע מקורות. אז דו וועסט מיר זאגן ווער דו ביסט און פון וואו דו נעמסט עס מילא. אבער דערווייל זאגסטו נישט פון וואו דו נעמסט עס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.
די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!
מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ. ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.
מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.
מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג
ר׳ ברוך בן ר׳ שלמה ניימאן ז״ל האט אסאך ווידעא רעקארדינגס פון ר׳ חיים מאירל דא אין אמעריקע ווי למשל תשליך אין וויליאמסבורג און נאך אסאך אנדערע. ער האט עס קיינמאל נישט ארויסגעגעבן נאר ער האט געלאזט מפעם מ׳זאל קומען צו אים אינדערהיים עס זעהן.
הנגיד ר׳ יחזקאל אביגדור איינהארן נ״י מאנסי. בן הרה״ח ר׳ זיידא איינהארן מוויליאמסבורג ז״ל האט אלץ בחור געטוהן א שטיקל, ער האט אריינגעלייגט אין די אמרי חיים׳ס שטיעל א טעפרעקארדער, און אויך אינדערהיים אין די chandelier האט ער אריינגעלייגט א ווייער און אפגעכאפט אויף טעיפ הונדערטער פריוואטע שמועסן, טישן וכו׳ וכו׳ קיינער האט נישט געוואוסט דערוועגן. נאר מהאט איינמאל געכאפט די ווייער. און די גבאים האבן גלייך גערופן א מיטינג זיי האבן מורא געהאט אז די ״מס הכנסה״ הערט זיך אינטער און האבן חושד געוועהן אז די איזרעאלי גאווערמענט ווילן וויסן וויפל געלט ס׳קומט אריין דארט וועגן שטייערן...
צוואנציג דרייסיג יאהר שפעטער האט ר׳ יחזקאל אביגדור׳ס זוהן. זיין בן יחיד געברענגט טעיפס אין די וויזניצער ישיבה אין מאנסי ווי ר׳ חיים מאירל פירט די סדר נאכט, ראש השנה דאווענען אין אמעריקע. די טעיפס זענען זייער קלאר און איז זינט דאן פארשפרייט געווארן איבעראל. די אנדערע הונדרעטער טעיפס איז קיינמאל נישט מפרסם געווארן און ליגט נאך אלץ ביי אים. ס׳דארף צוזיין העכסט אינטערסאנט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:גאר א אינטערסאנטע, היסטארישע ווידעא קליפ פון די הייליגער אמרי חיים מיט זיין זוהן ר׳ מוישלע און זיין איידעם ר׳ נפתלי חיים אדלער ז״ל אין שווייץ אין 1962.
די אנפאנג איז נישט אזוי קלאר. אבער צום סוף די לעצטע מינוט איז גאנץ קלאר. קוקטס וואס פארא הייליגע צורה דער מענטש האט געהאט!
מ׳זעהט דארט הנגיד החסיד ר׳ מאיר שלום ראזענבערג ז״ל דער וואס האט מנדב געוועהן די ערשטע וויזניצער ביהמ״ד אין שיכון וויזניץ. ווען ר׳ חיים מאירל האט אפגעקויפט שיכון וויזניץ אין בני ברק איז נישט געוועהן קיין געלט דעמאלטס. זיי האבן זיך זייער געמוטשעט. ר׳ חיים מאירל איז געפארן קיין אמעריקע און דא איז אויך נישט געוועהן קיין געלט. ווען ער איז צוריקגעפארן איז געקומען ר׳ מאיר שלום, א וויזניצער פון אינדערהיים א אייניקל פון די באוואוסטע פייערדיגע וויזניצער חסיד ר׳ יודל עביר ראזענבערג. ר׳ מאיר שלום האט נישט געהאט קיין קינדער און ער האט אנגעטראגן צוגעבן אסאך געלט אז מ׳זאל קענען ווייטער בויען די שיכון. ר׳ חיים מאירל האט אים זייער מכיר טובה געוועהן א גאנץ לעבן. ער פלעגט אים אויך קויפן יערליך חתן תורה און פלעגט ארויפגיין צו אים אין שטוב פאר די קידוש.
מ׳זעהט אויך אויף די קליפ די באוואוסטע גבאי. ש״ב הרה״ח ר׳ איטשע דוד רעזעמאוויטש ז״ל ב״ב- ב״פ. מחבר ספר ״ימים מקדם״ פאטער פון הרה״ח ר׳ מרדכי חנא רעזעמאוויטש פון ב״פ מחשובי חסידי וויזניץ-מאנסי.
מרן רבוה”ק ה’אמרי חיים’ וה’ישועות משה’ זי”ע בקיץ תשכ”ב בסט. מוריץ שווייץ. נראים: כ”ק אדמו”ר ה’זכר חיים’ מווישווא, חדב”נ הגה”צ מחוסט זצ”ל והרבנית שנישאו אז בשווייץ, הגה”צ מוהרנ”ח אדלר חדב”נ, הגה”צ משטראסבורג זצ”ל, הגה”צ ראש הישיבה שליט”א (בילדותו), הנה”ח מאיר שלום רוזנברג, ר’ ראובן אהרונוביץ ראש העיר ב”ב, המשב”ק רי”ד רזמוביץ, ר’ הערשיל גליצקי ז”ל מלוגאנו, ר’ שמואל מאיער ז”ל מוומסב”ג
און בכלל נאך די צווייטע וועלט קריג זענען די אידן געוועהן זייער רייך... מ׳האט זיי טאקע צוגענומען אלעס און און אויסגעהארגעט זייערע משפחות אבער איין זאך האבן די דייטשען געמאכט זיכער אז די אידן האבן געלט...
און גלייך ווען זיי זענען אנגעקומען קיין אר״י איז יעדער פלוצים נאך רייכער געווארן ווייל אין מדנ״י אין די פופציגער און זעכציגער יאהרן איז געוועהן עפעס א מוראדיגע שפע...
ר׳ חיים מאירל נישט נאר ער האט נישט געהאלפן די אידן זיך באזעצען אין אר״י ער האט נאך בארויבט יעדעמס געלט פונקט ווי משה רבינו מיט קורח... מיינסט קורח איז נישט געוועהן גערעכט? משה רבינו האט געגענבט געלט פון די אידן...
נישטא ווער ס׳זאל לאכן...
אז סאיז שוין יא געוועהן אמאל א אמתע מענטש קומען די ליטפאקס מיט די פארביסנע סאטמורים און דרייען ביצים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?
די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...

שבת, זאג עס נישט הויעך. ווייל יענער האט מער מצליח געווען פון אלע...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שבת אחים האט געשריבן:קענסט לאכן... וויזניצער חסידים האבן באמת געהאלטן אינדערהיים אז אויב די אהבת ישראל וואלט געלעבט נאך 15-10 יאהר וואלט די גאנצע אידישע וועלט געוועהן וויזניצער חסידים..
נאר די אידישע וועלט? וואס איז מיט די גוים?
די גוים גלייבן אין א צווייטע אידישע רבי (להבדיל אלף הבדלות) פרעג דיך נאך...
שבת, זאג עס נישט הויעך. ווייל יענער האט מער מצליח געווען פון אלע...
אמת! נישט געוועהן נאך א מענטש אויף דער וועלט אין די היסטאריע וואס האט געהאט אזויפיל נאכפאלגער!!! נישט געוועהן! עד היום שווערע ביליאנען.