בת קול האט געשריבן:הנוי והנצח האט געשריבן:ביבער האט געשריבן:גראדע איז עס יא אין די נאציאנאלע נייעס און דעס אז ס'איז א נייעס מיינט אז ס'איז א יוצא מן הכלל ווידער ביינונז ווייסן מיר דאך אלע אז דאס איז דער סטענדערד.
ס'איז אין די נאציאנאלע נייעס אזויווי יעדער נייעס'ל, אבער ס'ווערט נישט אויפגעשפילט און באזינגען אלץ א "סקאנדאל" און אלץ א פראבלעם מיט די פובליק סקול סיסטעם. קיינער נוצט נישט די מעשה אלץ א באווייז אז מען דארף רעפארמירן דעם סיסטעם. מען מאכט נישט קיין עסק דערפון און מען געבט עס נישט קיין באזונדערע attention. משא"כ ביים היימישן ארענע צוכאפט מען זיך אויף דעם ווי כאילו ס'איז די סקאנדאל פונעם יאר הונדערט, און מען בלאזט עס אויף מיט אלע קאלירן. און בעיקר, נוצט מען דאס אלץ א מיטל וויאזוי צו באוואשן דעם היימישן חינוך און ס'ווערט א "פראבלעם" וואס מען דארף באהאנדלען מיט די שטרענגסטע מיטלען. דאס איז דער חילוק.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk
גראדע איז עס ברייט באריכטעט געווארן. די סיבה פארוואס סאיז נישט קיין סקענדעל, איז ווייל קיינער בארעכטיגט איר נישט.
זי איז תיקף ארעסטירט געווארן און אפגעזאגט געווארן.
די סקענדעל ביי אונז איז אז די אביוזערס בלייבן אין די מוסדות, און אז זיי ווערן פראטעקטעד.
דיין אבזערוואציע איז נישט אמת. קיינער האט נישט בארעכטיגט די עצם מעשה פון דעם מלמד, מען האט נאר געהאט טענות פארוואס מען פארשפרייט דאס ברבים און מען מאכט דערפון אן עסק אין די אלגעמיינע גאס. ס'ברענגט נישט קיין שום טובה דאס מפרסם צו זיין, נישט פאר די תלמיד אויכעט, אזויווי איך האב שוין אויסגעשמועסט אויבן באריכות.
און די מוסד האט גראדע יא גענומען שריט אויף דעם, און מען האט באזייטיגט דעם מלמד לאנג פאר די קליפ איז ארויסגעקומען. מען באשיצט נישט אזוינע אקטן, מען באשיצט נאר די damage און תוצאות וואס קומען ארויס פון מפרסם זיין די זאך. ואדרבה, די וואס זענען עס מפרסם טוען אליין שוואכער מאכן די מערכה, ווייל יעצט וועט יעדער נאר מוחה זיין אויף די ליעקערס און מען וועט נישט דיעלן מיט די עצם אביוז. סאיז נישט דא קיין שום בארעכטיגונג פאר א היימישע איד צו גיין באשמוצן און צוגרינד לייגן א צווייטנ'ס לעבן בלויז דערפאר וואס יענער איז באגאנגען אן עולה. לא זו הדרך פון אן ערליכן איד. וואלסטו געוואלט אז מען זאל ארויסלייגן א ווידיאו פון דיר אין א שוואכע מינוט ווען דו רעגסט דיך און דו טיילסט מכות פאר א צווייטן? וואלט דאס איינער בארעכטיגט? ניין.
יא, ביי אונז איז דא א חיוב צו פראטעקטן א היימישע איד וואס געפונט זיך אין דעם מצב, ווייל אונז אלע ווערן אטאקירט און באשולדיגט. דאס איז אן אנגריף אויפן גאנצן ציבור און אויף אונזער מהלך החיים, און ס'האט נישט מיט דעם ספעציפישן מלמד. משא"כ אין די גוי'שע גאס וואס קיינער באשולדיגט נישט די ארומיגע געזעלשאפט צוליב אזא מעשה, דארף מען זיך נישט אננעמען פאר דעם טיטשער, ווייל דער גאנצער געשיכטע האט נאר מיט אים צוטון. ער איז נישט אויסגעשטעלט צו אזעלכע אטאקעס ווי דער היימישער מלמד און וועט נישט ליידן די זעלבע קאנצוווענצן.
Sent from my SM-G930P using Tapatalk