זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

שליחה דורך לאשיצער »

חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח! :גוווט:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאשיצער האט געשריבן:חשוב'ע חברים,

איך האב מיר געלערנט ווען מען נוצט "אין" און ווען "און." אויך ביילייפיג ווען מען נוצט א פיריעד און ווען א קאמע.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א גוטן הרב לאשיצער. איך שרייב שוין כמעט נישט דא, אבער איינער האט מיר צוגעשיקט דעם לינק, האב איך מחליט געווען צו ענטפערן. מיר האט קאווע שטיבל נישט נאר אויסגעלערנט שרייבן יידיש, ספעלן, גראמאטיק, נאר די גאנצע היברו קיבאורד האב איך נישט געקאנט בעפאר כ'בין אהער אנגעקומען. דא האב איך מיך אויסגעלערנט וויאזוי צו ספעלן יידיש, טאקע די און\אין חילוק, און נאך אסאך וואס איך געדענק אליינס נישט. גיי צוריק צו מיינע ערשטע תגובות אין 2012 וועסטו זען אז כ'האב געספעלט ווי א באבע. (באבעס, נעמט עס נישט פערזענליך, איר שרייבט זייער גוט, ס'איז נאר אזא אויסווארט. כבודכן במקומן מונחת.)

כ'האב פונקט געשמיעסט מיט חבירים פאריגע וואך וועגן דעם עדיוקעישען YAFFED סומאטוכע, האב איך געזאגט אז נישט נאר לערענט מען נישט אויס ענגליש, נאר ניטאמאל תורה, יידישקייט, און די יידישע שפראך לערענט מען אויס. פון מיין כיתה אין ישיבה קען איך נישט ציילן דריי וואס קענען שרייבן א סענטענס (זאץ?) גראמאטיש אויסגעהאלטן אין עני שפראך. נישט יידיש, נישט ענגליש, נישט לשון קודש.

אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

געפילטע פיש האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?

איך ארבעט יעצט אויף א לינגוויסטישן ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש. איך האב אויסגעפארשט א קליינעם פרט פון אידישן ווערטער-סדר (וואס איך קען אייך שפעטער אויסזאגן) און באמערקט, דורך א סטאטיסטישן אנאליז, אז וואס לענגער מ'שרייבט אויף ק"ש אלץ מער ניצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע. איך וועל גערן שטעלן א לינק אדער PDF ווען דער ארטיקל וועט זיין פארטיק. דערווייל זוך איך עווידענץ אז ק"ש איז א פלאץ וואו נארמעס פון שרייבן אידיש פארשפרייטן זיך צווישן שרייבער, באוואוסטזיניג צי אונטערבאוואוסטזיניג. צי מעג איך, מיין אייער רשות [tag]געפילטע פיש[/tag], ציטירן פון אייער תגובה אין מיין ארטיקל?
שצם_חנכל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2013 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

שליחה דורך שצם_חנכל »

אויב כ׳מעג פרעגן, וואס מיינסטו ״אלץ מער נוצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע״, כלומר, וואס זענען די אינגער שרייבער קודם און וואס איז זייער עוועלוציע לויט דעם אנאליז?

אויכעט, איז די זעלבע אנאליז גילטיג אויף אונזער שוועסטער סייט אייוועלט?
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

עס איז מיר שווער צו געבן אן קאנקרעטע ביישפיל אבער דאס ערשטע מאל וואס איך האב מיר געדארפט ספראווען מיט שרייבן א פאראגראף אויף יידיש איז געווען אויף קאווע שטיבעל

אגב אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

mevakesh האט געשריבן:אגב אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל

אויב דו מיינסט דייווערסיטי איז ק"ש די ברייטערע און אייוועלט פון איין סארט.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

לאשיצער האט געשריבן:חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח! :גוווט:

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כ'ווייס אפילו נישט ווי אנצוהויבן ענטפערן די פראגע און וואס די ערפארונג אויף קאווע שטיבל באדייט, נישט בלויז איבער שרייבן נאר פשוט איבער די וועלט אויסקוק אין ידיעה און מושג אין סיי וועלכע טעמע. זאגן אז דאס פלאץ שארפט אויס גראמאטיש און שפראך איז א פרט, מיך האט עס פשוט געגעבן צו באקענען מיט א וועלט פון טערמינען, מושגים, יסודות, היסטארישע פאקטן, אלערליי ידיעות, ממש א וועלט.
איך געדענק נאך ווי היינט דאס ערשטע מאל כ'האב געזען דאס ווארט אנעקדאט, און א שמועס איבער אן אנעקדאטישע ראי' און כ'האב פשוט נישט פארשטאנען קיין ווארט, ביז כ'האב באקומען אן אנונג אין די מינדעסטע לאגיק און וויאזוי א געזעצטע שמועס דארף גיין און וואס מיינט אן ארגומענט און וואס נישט.
כ'וואלט נישט מגזם געווען אז מיין ערפארונג אויף קאווע שטיבל איז געווען כמעט ווי נאכאמאל געבוירן ווערן, אפגערעדט ווען ס'קומט צו שפראך איז עס געווען דאס ערשטע מאל וואס כ'האב געקענט נעמען די פעדער אין דער האנט אריין און שרייבן א זאץ אויף א זאץ און אייגנטליך זיך באנוצן מיט מיין שרייבערישן טאלאנט.
ס'איז שרעקעדיג ווען איך טראכט אריין אין דער נקודה ווי אלס בחור אדער קינד האב איך נישט געהאט די מינדעסטע געלעגנהייט צו שרייבן אף פאראגראף אחד זיכער נישט אין דער עפנטליכקייט להנות בהם בני אדם.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

אישתישבי האט געשריבן:ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

גראדע ליינט זיך דיין ערשטע תגובה היבש קינדעריש, און האט פילע עקסקלעמעישאן מארקס.
איך ווייס נישט אויב איר זענט פשוט עלטער געווארן, אדער אויב דאס האט מיט קאווע שטיבל.
.I got voices in my head.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אבי גערעדט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב זיכער גע'ענדערט מיין וועג פון שרייבען. ביז קאוועשטיבעל האב איך נישט געליינט כמעט קיין אידיש, אחוץ אין אלטע ביכער, און דאס אויך נאר אביסל. ממילא איז מיין אויסלייג געווען מער פארצייטיש. איך האב אויך פיהל געשריבען דעמאלס אין א וועג וואס איז קענטיג אז איך טייטש איבער אין קאפ פון לשוה"ק אדער ענגליש. געוויסע האבען מיר מעורר געווען אויף געוויסע גרייזען וואס איז געווארען ביי מיר איינגעבאקען, און די זאכען האבען זיך געטוישט.

טאמער דו ביסט שוין דא, [tag]לאשיצער[/tag], וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

ס'דא די וואס פראבירן זיך כסדר צו לערנען, דערנאך איז דא די וואס ווייסן אז זיי ווייסן שוין אלעס.....

ס'איז מיר א חידוש אז אסאך דא האבן געוויסט אזוי ווייניג אז זיי האבן ניטאמאל געקענט מבחין זיין ציווישן אין און און, אבער ס'גיבט חיזוק ווען מ'זעהט אז אפי' אן א גוטע חינוך קען מען אויסוואקסן א געפילטע פיש.

מיין צוויי צענט. די גערעדטער אידיש איז מער א מיקס מיט די היינטיגע ענגליש, און ווען ס'קומט עס ארויסצושרייבן איז א אידישע אויסלייג ווערט עס פראבלעמאטיש, דערפאר איז אין א וועג אסאך גרינגער מיט די צייט צו לערנען די אויטענטישע אידישע ווערטער וואס לייגן זיך אויס בעסער אויף א געשריבענע אידיש.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאשיצער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, פארוואס פרעגט איר די שאלה?

איך ארבעט יעצט אויף א לינגוויסטישן ארטיקל איבער דער שפראך פון ק"ש. איך האב אויסגעפארשט א קליינעם פרט פון אידישן ווערטער-סדר (וואס איך קען אייך שפעטער אויסזאגן) און באמערקט, דורך א סטאטיסטישן אנאליז, אז וואס לענגער מ'שרייבט אויף ק"ש אלץ מער ניצט מען א קאנסערוואטיווע (אייראפעיש-אידישע) גראמאטישע פארמע. איך וועל גערן שטעלן א לינק אדער PDF ווען דער ארטיקל וועט זיין פארטיק. דערווייל זוך איך עווידענץ אז ק"ש איז א פלאץ וואו נארמעס פון שרייבן אידיש פארשפרייטן זיך צווישן שרייבער, באוואוסטזיניג צי אונטערבאוואוסטזיניג. צי מעג איך, מיין אייער רשות [tag]געפילטע פיש[/tag], ציטירן פון אייער תגובה אין מיין ארטיקל?

ס'קען זיין אז שרייבן דא מאכט נוצן אן אנדערע גראמאטישע פארמע, אבער פאר מיר פערזענליך, און אסאך אנדערע איז שרייבן דא וואס גיבט אונז בכלל עפעס א גראמאטישן פארמע!

איבער ציטירן וואס כ'האב געזאגט, קיין פראבלעם האב איך נישט דערמיט, נאר א חבר וואס האט געזען מיין תגובה דא נעכטן איז צוריקגעגאנגען, און איבערגעלייענט מיינט ערשטע תגובות דא, און ער טענה'ט אז להד"ם*, אז כ'האב שוין געשריבן גוט פונעם אנהויב. איך געדענק אבער אז כ'בין נאכנישט געווען גוט, סא האיך יתקיימו שניהם? כ'קלער אז ס'פלעגט מיר נאר נעמען לענגער צו שרייבן ווייל יעדע צווייטע ווארט האב איך געדארפט סוירטשן און נאכזוכן די ריכטיגע אויסלייג. אבער פון מיין זייט, ציטיר אוועק. (דאס איז א פובליק פארום, כ'ווייס נישט אויב ס'פעלט אויס צו בעטן רשות)

___

*ר"ת לא היו דברים מעולם, א גמרא לשון אויף לייקענען אלעס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קורקלענד האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:ווי אנדערע ברענגען ארויס דא, איז א גרויסע עולם פין חסידישע אידן, זענען נישט געוואוינט צו שרייבן בכלל, ווייל מען האט מיט זיי נישט צופיל געלערנט שרייבען, נאר ליינען, ממילא האבן זיי א שווערע צייט צו קענען זיך ארויסברענגען ביים שרייבן.

אין בין זיכער אז אסאך שרייבערס דא געדענקען זייערע ערשטער תגובות ווי שווער עס איז אנגעקומן.

אבער דער לאשיצער זוכט לכאורה נישט דאס, ער האלט עפעס אז אפילו איינער וואס קען שוין שרייבן, טאמער ווערט ער א שרייבער דא, טוישט זיך זיין מהלך הכתיבה. און אויף דעם איז מיין תשובה, אויסדריקליך נישט, מיין מהלך איז געבליבן די זעלבע לאורך פין אלע מיינע ניקס דא.

ס'דא די וואס פראבירן זיך כסדר צו לערנען, דערנאך איז דא די וואס ווייסן אז זיי ווייסן שוין אלעס.....

.

אפילו די פארשטייסט נישט מיין כוונה, אדער פארדרייסטו וויסענדיג, עם כל זה ouch
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב זיכער גע'ענדערט מיין וועג פון שרייבען. ביז קאוועשטיבעל האב איך נישט געליינט כמעט קיין אידיש, אחוץ אין אלטע ביכער, און דאס אויך נאר אביסל. ממילא איז מיין אויסלייג געווען מער פארצייטיש. איך האב אויך פיהל געשריבען דעמאלס אין א וועג וואס איז קענטיג אז איך טייטש איבער אין קאפ פון לשוה"ק אדער ענגליש. געוויסע האבען מיר מעורר געווען אויף געוויסע גרייזען וואס איז געווארען ביי מיר איינגעבאקען, און די זאכען האבען זיך געטוישט.

טאמער דו ביסט שוין דא, [tag]לאשיצער[/tag], וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?

דאס איז א געוואלדיגער פלאן, נעכטן בשעת'ן לייענען א ביכל פין אמאהל האב איך געזעהן פיל ווערטער וואס מען ניצט נישט היינט, און דערפאר איז שווער צו פארשטיין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביבער האט געשריבן:
לאשיצער האט געשריבן:חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח! :גוווט:

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען

ביבער:מ'קען אייגנטליך נוצן ביידע לשונות. אויב מ'ווילל א ביסל חקרנ'ען קענמען מאכן א שטיקל חילוק צווישן ..."איינלערנען" און "אויסלערנען". ביי די צווייטע פאל נוצט מען ווען מ'לערנט זיך אויס עפעס שנעלל (על רגל אחת). און ביי די ערשטע פאלל, איז ווען ס'איז א לענגערע פראצעס. און ס'נעמט צייט ביז מ'לערנט זיך איין וויאזוי צו שרייבן לויט גראמאטיק...!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער דו ביסט שוין דא, [tag]לאשיצער[/tag], וואלט איך זייער געוואלט א ווערטער בוך פאר פארצייטישער אידיש. איך ליין געוויסע ביכער, און זיי האבען דארט ווערטער וואס מ'נוצט נישט היינט בכלל, מאנכע קומען פון פויליש אדער רוסיש, און מאנכע האבען א פארגרייזטע אויסלייג און עס איז זייער שווער געוואויר צו ווערן וואס זיי מיינען. טאמער מ'וואלט גע'עפענט אן אשכול דערוועגן, וואלסטו דארט רעאגירט?

מיטן גרעסטן פארגעניגן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

berlbalaguleh האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:
לאשיצער האט געשריבן:חשוב'ע חברים,
כאטשיג איך בין נישט קיין חסידישער איד פרוביר איך (אלס אן אקאדעמיקער) צו פארשטיין די חסידישע געזעלשאפט און (אלס לינגוויסט) בעסער צו פארשטיין די אידישע שפראך ווי זי ווערט היינט גענוצט אין דעם חסידישן ציבור. וויל איך אייך פרעגן: וויפל פון אייך שפירן אז קאווע שטיבל האט געשפילט א ראלע אין דעם וואס איר שרייבט היינט אידיש, אדער אין דעם וואס איר קענט בעסער די כללים פון אידישער גראמאטיק און אויסלייג? אויב קענט איר מיר געבן א קאנקרעטן משל פון א גראמאטישן כלל אדער פרינציפ אדער אויסלייג-ענין וואס איר קענט היינט בעסער אדאנק אייער שרייבן/ליינען תגובות אויף ק"ש וואלט איך געווען זייער דאנקבאר צו הערן פון אייך. ש'כוח! :גוווט:

אין חסידיש אידיש זאגט מען אויסלערנען

ביבער:מ'קען אייגנטליך נוצן ביידע לשונות. אויב מ'ווילל א ביסל חקרנ'ען קענמען מאכן א שטיקל חילוק צווישן ..."איינלערנען" און "אויסלערנען". ביי די צווייטע פאל נוצט מען ווען מ'לערנט זיך אויס עפעס שנעלל (על רגל אחת). און ביי די ערשטע פאלל, איז ווען ס'איז א לענגערע פראצעס. און ס'נעמט צייט ביז מ'לערנט זיך איין וויאזוי צו שרייבן לויט גראמאטיק...!

שיינער פשעטל אבער מען זאגט נישט איינלערנען.

אויסמאכן און איינמאכן איז צוויי אנדערע ווערטער.
און טאמער זאל איינער רופען איינגעמאכטס, אויסגעמאכטס, וועט ער נישט קענען טרעפען קיין קונים.
ווי אויך, איז נישט קיין גרויסע חילוק ווער עס טוט דא אויספירן, ווייל טאמער לאשיצער געווינט, טוט ער איינפירן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

איך מיין אז כ'האב טאקע געדארפט זאגן "אויסלערנען".
אויסלערנען זיך הייסט לערנען לערנען לערנען ביז מ'לערנט זיך עפעס אויס.
איינלערנען זיך הייסט דער פראצעס. אז איינער גייט מאכן אן עקזאמען אין עפעס א פרעמדער שפראך מוז ער זיך איינלערנען א לאנגע ריי ווערטער, ער זאל וויסן דעם באדייט פון יעדן ווארט.
אז איינער א ק"ש שרייבער רעכנט אויס אלע כללים פון דער אידישער גראמאטיק (וואס דאס איז נישט מעגליך) קען אן אנדערער זיך איינלערנען די רשימה כללים.
אזוי פארשטיי איך דעם חילוק (אבער אידיש איז נישט מיין ערשטע שפראך).
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

וואס כ'געדענק אויף די מינוט, איז אז כ'פלעג נישט נוצן קיינע פעריאדס אינמיטן א פאראגראף, און כ'פלעג ממלא זיין אסאך ווערטער מיט א ה"ה. (וצ"ע* ממ"ש ברכות זאגן פיר קינדער.)

פון כוכב'ס נקודה איז דאך אפגערעדט; ביים זמן שבת האט ער אנידערגעלייגט די לולקע, און געשריגען שבת! ער איז ארויף אויבן** און איך בין געבליבן אונטן.

--------
* ו'צריך ע'יון. א לומדיש לשון איבער אן ערוועקטע פראגע.

** דא איז נישט שייך דער אקספארד קאממע?
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

און אז דו רעדסט פון ערשטע שפראכן, כאפ איך מיר אז כ'האב צוויי: אידיש אין רעדן, און לשוה"ק אין שרייבן.

פארשפארט