א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

אמירה רכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

שליחה דורך אמירה רכה »

געווען א איד וואס האט אוועקגעגעבן שעות אריכות צו מהנה זיין אידישע קינדער. געווען א איד וואס האט אויסגענוצט זיין סטאטוס צו דערפרייען אידישע נשמות, שאפן ריידס פאר לעזער וויינשטאק און אויף שבת צו מאכן פאר בארדיטשובער רבי. געווען א איד וואס איז אלעמאל געווען גרייט אוועקצושענקען זיין פלאטפארמע פאר א מתחיל וואס הויבט אן א ביזנעס, א נייער חופה זינגער וואס זוכט מענטשן זאלן אים אויסהערן, א וויכטיגע צוועק וואס דארף א שנאר, סתם אזוי זיך מיטפרייען מיט יענעמ'ס שמחה אדער יענעמס קעדאקטשקע, פראקלאמירן צייטונגען וואס דארף קונדן, אדער געבן אטענשאן פאר די וואס קענען עס נוצן.

געווען א איד וואס האט געהאט דאס הארץ צו שענקען א שטימע, א שטימע פאר סיי וועמען און איבער סיי וועלכער ענין הצריך תיקון וחיזוק, א שטימע פאר דעם וואס באדערט אז די שולעס שפארן אפ און שיקן אהיים די קינדער על לא דבר, א שטימע פאר וועמען עס עסט ווען פארקינג ווערט צוגענומען אין די שווערסטע ערב יו"ט טעג, א שטימע פאר טיטשערס ווען זיי האבן נישט באקומען באצאלט אין שולע, א שטימע פאר א יחיד אין א געזעלשאפט וועלכע נויטיגט זיך דערין אזוי שטארק.

געווען א איד וואס פלעגט אריינברענגען א געשמאק אין חו"ר מדי שבוע בשבוע מיט אינטערעסאנטע חידות'לעך, טייטשלעך און שאלות און אפילו תורות פאר'ן שווער. געווען א איד וואס האט געצייגט א ביישפיל פון א סאטמארער בעל בית וואס איז עוסק על המחי' און איז טאקע פארנומען מיט "שטותים" אויף וואטסעפפ אבער איז יעדן פארטאגס אין ביהמ"ד נישט קיין חילוק ווען ער האט זיך געלייגט אדער ביי וועלכע "מעגא" אדער "נגידישע" חתונה ער האט זיך באטייליגט ביז די שפעטע שעה'ן. געווען א איד וואס האט געהויבן כבוד פון לומדי תורה און ווען ער האט געכאפט א באלעבאטיש יודל ביי דער גמרא האט ער זיכער געמאכט עס צו פאראייביגן אין א בילד.

געווען א יחיד וואס האט אויפגעבויעט א ווירטועלע קהלה אויף דער אייגענער האנט, געווען א יחיד וואס האט געמאכט שמייכלען אזויפיל טויזנטער מענטשן אזויפיל טויזנטער מאלן און היינט איז דאס אלעס פארגאנגען.

פון א מינוט אויף א מינוט איז דאס אלץ אין דער ערד געלייגט געווארן.

זיין חטא איז געווען נאכפאלגערשאפט. א יחיד וואס האט א פאלאושיפ, א כח, א ווארט, דאס איז די גרעסטע חטא אין אונזער געזעלשאפט, איי ער האט געשטופט דעם וואגן, איי ער האט פראקלאמירט יעדע ארונישע נאראטיוו און יעדע ארונישע טולקינג פוינט, איי ער האט געשווענצט ווען מ'דארף שווענצן און געפאטשט ווען מ'דארף פאטשן, איי אלעס איז געווען רעכט שברעכט, ערליכער פון ערליך, בילדער פון פרויען זענען געמעקט געווארן און אלעס האט געשטימט מיט די שיטה הקדושה ביז צו דער האר, כל זה איננו שוה לי, א חסיד האט א רעכט צו שטיין אויף די אכטע שטאק פארענטשע און זיך שאקלען אין מחזור'ל, א חסיד האט א רעכט צו זיין א שוואנץ, א חסיד האט אבער נישט קיין רעכט צו האבן א ווארט.

די פלוצימע אומקום פון אלתר גאלדבערגערס סטאטוס איז א טראגעדיע. געווען איין מענטש וואס האט גענוצט די טעכנאלאגיע אן קיין שום אייגענע אינטערעסן פשוט געבן לשם געבן אז יענער זאל האבן הנאה און פארגעניגן. אז דאס איז געזען געווארן ווי א ביין אין האלז פאר מאנכע איז דאס א ווייטאג. נישט בלויז א ווייטאג פאר די טויזנטער אידן וועמען ער האט מהנה געווען במישרין אדער בעקיפין, נאר ס'איז א פרישע פרעצעדענט אין טעראר און דערשטיקן דעם קול פונעם יחיד.

פירן א כללות'דיגע מערכה קעגן דער אינטערנעט, קעגן וואטסעפפ, קעגן סטאטוס, איז איין סארט זאך, דערנאך איז דא שלב ב' וואס גרעניצט זיך מיט פולקאמע רשעות און השחתה, דאס איז ווען מ'איזדעקעוועט זיך אויף א יחיד, ווען מ'דערשטיקט אים ביים האלז מיט שארפע נעגל, מ'קריכט אריין אין פריוואטן לעבן און מ'צילט די פיילן גראד אין פינטל.

און ווער עס האט נאר געהערט אלתר גאלדבערגערס געשיכטע וויאזוי מ'האט אים געברענגט צו שליסן זיין סטאטוס סאגא, ווי מ'האט גענוצט יונגע קינדער ווי פאנדלעך אויף א שאך ברעט, ווי מענטשן וואס האבן נהנה געווען פון דעם זעלבן שיסל האבן אצינד געשפיגן דערויף אן די מינדעסטע געוויסנביסן, ווי א בריוול וואס דערקלערט קאלטבלוטיג פאר א פאמיליע אז די קינדער ווערן ארויסגעווארפן אויף די גאס האט ניטאמאל א טעלעפאן נומער צו וועמען צוריקצורופן, ווי מענטשן וואס זיצן ביים רודער פארשלייערן זייער רשעות און ווילן נישט נעמען עקאונטעביליטי, ווען מ'הערט דער קורצער אבער הארצרייסנדער געשיכטע, קען מען נישט מער ווי פארקלאפן די צוויי הענט אין פיין און שאק.

היינט לאז איך א טרער, א טרער פאר לעזערל מיין ברודער, א טרער פאר'ן בארדיטשובער רבי'ן מיין ברודער, א טרער פאר יעדער איד וואס האט געמאכט א שמחה און הנאה געהאט זיך צו טרעפן אויף אלתר'ס סטאטוס, א טרער פאר די אלע וואס האבן גענאסן פון אים סיי וועלכע טובה, "לייג מיר דעם בילד", "שרייב מיר דעם מעסעדזש", "זיי מפרסם דעם מעמד", "כ'האב געעפנט א נייע ביזנעס טו א טובה לייג עס ארויף" וכהנה וכהנה. היינט לאז איך א טרער אויף מיר אליין וועלכער דארף זיך צו קוקן צו פרנסים המטילים אימה על הציבור און ווי יחידים המשתלטים על הציבור צעפירן זיך שוין ווידעראמאל די הענט אן דעם וואס זיי זאלן האבן סיי וועלכע מורא בשר ודם אדער דארפן אפגעבן סיי וועלכן דין וחשבון.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

שליחה דורך moneyminded »

ווי מען שמועסט אין סאטמאר מהר"א,
איז פשוט וועגן דער אלתר גאלדבערגער,
האט געפאמפט און געלייגט בילדער פון די נעפיו פון רבי'ן די ראש ישיבה חיים הערש פון בני ברק ,וואס איז געווארן א פלג און א חסידות בפני עצמה, האט מען געווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות נאכ'ן אים שוין ווארענען עטליכע מאל פון גבאי פישער דירעקט,
ווי באקאנט האט דער בלאט אין בחצרות סאטמאר און אנדערע נייעס אגענטורן באקומען דירעקטע מעלדונגען פון רבין'ס שטוב שוין א יאר צוריק אז מען טאר נישט לייגן קיין שום בילדער פון חיים הערש פון קיין שום מסיבה אדער ערגעצווי

אבי נישט צווישן אידן
טראכט א מוניט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 17
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2018 9:59 am
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 11 מאל

שליחה דורך טראכט א מוניט »

[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'האף אז מען מאכט זיך דא נאר משוגע.

א מין צודרייטקייט, שוין, נישט סטאטוס איז נישט סטאטוס, וואס איז די פיגרות דא? הער אויף מאכן דראמא און ווילדעווע נישט מיט פעטיציעס, ווילסט זען וויפיל מענטשן וועלן חתמ'ענען אז ער זאל נישט לייגן מער קיין סטאטוס?

וועמען די העל גייט דאס אן?
אמירה רכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 70 מאל

שליחה דורך אמירה רכה »

מאך זיכער האט געשריבן:כ'האף אז מען מאכט זיך דא נאר משוגע.

א מין צודרייטקייט, שוין, נישט סטאטוס איז נישט סטאטוס, וואס איז די פיגרות דא? הער אויף מאכן דראמא און ווילדעווע נישט מיט פעטיציעס, ווילסט זען וויפיל מענטשן וועלן חתמ'ענען אז ער זאל נישט לייגן מער קיין סטאטוס?

וועמען די העל גייט דאס אן?


יו אר מיסינג דע פוינט. יא צי נישט לייגן סטאטוס דארף זיין זיין אייגענע באשלוס, ווען עס קומט מיט טעראר וואס דיקטירט א מענטש אין זיין פריוואטן לעבן איז עס השחתה פון ערשטן גראד.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

שליחה דורך גראף »

איינער רעדט זיך טאקע איין אז דורך א פעטיציע גייט זיך איינער פון דער וועד אדער בית צדיקים טוישן זייער באשלוס? א פייג! ווי לאנג דו האלסט זיך א חלק פון די חסידות/קהילה גייסטע זיך מוזן בייגן און לייגן. אז זיי זאלן זיך טוישן נאך זאגן זייער גזירה ווערט עס שוין א הירוס הדת און מלחמת ה'.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

Re: א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

שליחה דורך moneyminded »

מאך זיכער האט געשריבן:כ'האף אז מען מאכט זיך דא נאר משוגע.

א מין צודרייטקייט, שוין, נישט סטאטוס איז נישט סטאטוס, וואס איז די פיגרות דא? הער אויף מאכן דראמא און ווילדעווע נישט מיט פעטיציעס, ווילסט זען וויפיל מענטשן וועלן חתמ'ענען אז ער זאל נישט לייגן מער קיין סטאטוס?

וועמען די העל גייט דאס אן?
וועלכע אשכול דא אויף קאווע שטיבעל פארשטייסטו יא ? אלעס די זעלבע קרעפ ,
We report and you decide

Sent from my SM-G960U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די וואס זיצן אויף די א. ג. ועד הרוחני לעבן אויף צאפן בלוט פון אנדערע. זיי מיינען נישט אויסריייסן אינטערנעט, סאושעל מידיע וכו' נאר בלויז קאנטראלירן און פאר דעם וועלן זיי זיך אינזדיקיווען אויף וועם זיי קענען און אויסזויגן פראבלעמען פון פינגער כדי זיי זאלן קענען אנגיין מיט זייער רשעות.
זיי האבן נישט ווער ס'הערט זיי אויס אינדערהיים. די ווייב פייפט אריין און די קינדער לאכן פון זיי אין די פויסטן. אסאך פון די רשעים האבן טאקע אפגעפארענע קינדער און די איינציגסטע סעטיספעקשן וואס זיי האבן איז דורך פייניגן אומשילדיגע עלטערן.
אני הקטן האב אויך געהאט אויסצושטיין פון די געמיינע בעלי גאה וואס האבן זיך אנגעטשעפעט על לא דבר בלויז ווייל איך בין א soft target. אבער ב"ה איך בין זיי בייגעקומען און ארויסגעקומען שטארקער ווי פריער.
בשעתו האב איך מיך איבערגעשמיעסט מיט מיין מורה דרך א חשובע אנערקענטע רב און ער האט מיר געזאגט אז ער פארשטייט נישט ווי א נארמאלע מענטש נעמט זיך אינטער צו זיצן אויף אזא וועד ווי מ'צאפט אידיש בלוט. ס'קען נישט זיין אז די חברה גלייבן אין שכר ועונש!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וועל קיינמאל נישט פארגעסן די נאכט ווען איינער פון די רוצחים האבן מיר אנגערופן זאגן אז זיי ווייסן בבירור גמור אז איך בין מחלל שבת און אז איך פיר אן א געוויסע אקאונט אויף פעיסבוק.

עס האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילנו און זיי האבן מיר געסטראשעט מיטן ערגסטן, ביז איך האב אריינגעמישט א רב וואס האט עס מיר געסעטלט.

דרך אגב, איך בין אן ארטאדאקסישער איד און איך האב נישט קיין פעיסבוק...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

*היינו טעמא ד'סטאטוס, היינו טעמא ד'קרבתנו* והיינו טעמא ד'שטערן/שפאקטיוו/א בליק וכו' וכו'

די שופרות פון אמאל זענען געליגען ביי אפאר געציילטע יחידים, וואס זענען אפיציעל געווען אויבען אן אידן, וואס האבן געזוכט קאנטראל, כבוד און געלט. און אויב איז ער געווען א בנש"ק, נישט קיין חילוק צו ער איז געווען קרא ושנה צו נישט, נאך אלס האט ער געפילט אז ער איז די סמעטענע ביי כלל ישראל, ער איז העכער יעדעם, זיין מיינונג איז מכריע אין אלעמען, און יעדער מוז זיין אינטערטעניג.

די אידן האבן גערעדט דרשות אין די בתי מדרשים, נאר זיי האבן גמעגט מאכן גענעראל פארזאמלונגן און אסיפת חירום, און זיי האבן קאנטראלירט די צייטונגן. ועל פיהם יושק, און אלעס האט געדארפט האבן רשות פון זיי.

מאת ה' היתה זאת, די וועלט איז געווארן פארגעשריטן, די שופרות, ספינס, מיט אפילו דרשות איז אריבער צום המון עם. דורך אימעיל, וואטסעפפ, טעלעגראם, האטליין'ס יו-טוב, ואחרון חביב, סטעטוס.

יעדער קען היינט זאגן זיין מיינונג, יעדער קען היינט אויפטוהן פארן ציבור, אפילו די מוסדות וואס אסר'ן אינטערנעט האבן אויך פארשטאנען און גענומען עדווענטידזש מיטן מאכן אנליין קאמפיין'ס.

וואס ס'איז געשעהן איז, מען דארף שוין נישט קיין רשות צו הענגען א צעטיל אין שול, מען דארף נישט פראטעקציע ביים וועד צו האלטן א דרשה אין בית המדרש, און מען דארף שוין נישט קיין סאך געלט צו קענען שרייבען אין דער איד/בלאט...

מער מענטשן קוקן סטעטוס ווי מענטשן קויפן דער בלאט, איד און צייטונג בענעזאם. מער מענטשן הערן אויס הרב מלאך אויף א יו-טוב לינק צו וואטסעפפ אדער טעלעגראם ווידיאו, ווי מענטשן וואס פארזאמלען זיך אין ביידע ארמארי'ס כ"א כסלו, מיט ספינקא חתונה.

עס איז נישט קיין שום וואונדער אז זיי האלטן מלחמה מיט א סטאטוס פון א יחיד, יענער פרעגט דאך זיי נישט אן וואס ער מעג יא לייגן און וואס נישט.

עס איז נישט קיין שום וואונדער אז זיי אסר'ן קרבתנו, ס'איז נישט זיי אדער זייערע מענטשן וואס רעדן, ס'איז נישט געווידמעט צו שטיפן זייערע אגענדע'ס אדער מהלכים, און ס'זענען אויך דא רעדנערס וואס פון אנדערע חסידות וואס מ'פירט שוין מערכות מיט זיי פאר צענדליגע יארן. (אפילו ס'דא רעדנערס וואס לאמיר זאגן, זיי זענען באמת נישט לפי רוחם, אסר'ן אן ארגענעזאציע וואס האט אויפגעטוהן א געוואלד די לעצטע צעהן יאר, אן רעדן מיט זיי, קלארט אלעס אויס).

עס איז נישט קיין שום וואונדער אז זיי האלטן ווארפן ארויס אלע ליין מאטריאל פון די געשעפטן, דארטן שרייבן אינגעלייט און אפילו עלטערע וואס פרעגן נישט אן ביים וועד אויף א יעדע ארטיקל. (די בילדער מאגאזינען איז מותר געווען אפילו מ'האט געזעהן רבנים - צו רע-בנים ווי זיי רופן עס, ווילאנג מ'האט זיי געגעבן די דעקל...).

יא! ס'איז א מלחמה פון מי בראש?! ווער האלט דעם שופר?!
Cp
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס

שליחה דורך אונטער חכם »

אקעי, גענוג מיט די נארישע קאנספיראציע טעאריעס, דאס קען מען פארקויפן אין די מידיא, איינער דא גלייבט עס?

יעדער ווייסט ווער עס פירט אן די אלע מערכות, עס איז נישט די מענטשן וואס שטייען בראש, עס איז אזעלכע מענטשן ווי ר' שאול יצחק ראבינאוויטש, אדער הערשל קלאר, זיי לויפן ארום, שלעפן די רבנים און מנהיגים, און די רבנים שטעלן זיך צו, ווייל מען קען דאך נישט זיין קיין לינקער.

עס איז רשעות? יא, אבער א קאנספיראציע שטיל צו מאכן יעדעם איינעם, נישט.

אמת, אז ווען דער איד האט די זעלבע ארטיקלען ווי די שטערן, אדער ווען שמואל ווידער שרייבט אויף די אינטערנעט, קענען די פרומע רודערערס גארנישט טון, אבער עס איז נישט ווייל זיי ווילן נישט, נאר ווייל זיי קענען נישט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חת"ם סופר: איך בין שטארק מוחה אויף דעם וואס דו ווארפסט ארויף בוקי וסרוקי אויף די צדיקי וגדולי הדור שליט"א. זאגנדיג (אדער שרייבנדיג) אז די צדיקי הדור האבן נישט מוחה געווען אויף די בילדער מאגאזינען. איך ווייס פאר א פאקט אז מהרז"ל שליט"א האט זייער שטארק מוחה געווען ווען א געוויסער וועכנטליכער אויסגאבע האט איהם ארויפגעלייגט אויף זייער דעקל מיט זיין ווייסע בעקישע במלוא הודו והדרתו. נאר וואס איז ער נעבעך שולדיג אז די מחוצפים וויללן איהם נישט פאלגן...?!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'האט היינט ארויסגעווארפען אלתר'ס קינד ווייל ער האט סטאטוס
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כ'קען נישט דעסיידן וואס איז הארבער, סטאטוס אדער טאטש סקרין?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

שוין א יאר כמעט וואס אלתר'ס סטעטוס גייט נישט אן. האב איך צוויי שאלות:
1. ווי קען זיין עס האט עס נאך קיינער נישט געמאכט אנאנים.
2. איך זעה נישט אז סטאטוס זאלן זיך האבן אפגעשטעלט סיי ווי.

גראדע ווייס איך איינער וואס איז עס גרייט צו מאכן אנאנימעס, אבער ער האט נישט קיין עקסעס צו אזוי פיל קאנטעקטס.

גראדע האט ער זייער א זיסער הומאריסטישע שפראך. ער האט זיך צו מיר אויסגעדריקט בזה הלשון: געווען אמאל סטעטוס לשם מצוה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלתר'ס סטאטוס גייט אן מיט א תוקף
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ווי וואס ווען ?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרעג עם פארוואס ער האט דיר אראפגענומען פון זיינע קאנטאקטן

אמת, ער האט אויפגעהערט פאר א קורצע תקופה אבער צוביסלעך צוריק אנגעפאנגן מער און מער היינט איז ער אין פולע שוואונג
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

C/P

כלל ישראל שפירט זיך ווי צאן בלי רועה, מלך הסטאטוס אלתר גאלדבערגער הערט אויף לייגן סטאטוס נאך א דירעקטע הוראה פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר.
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

הער איך אז מען האט אים נאכאמאל אפגעשטעלט מיט א פרישקייט.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היכי דמי האט געשריבן:הער איך אז מען האט אים נאכאמאל אפגעשטעלט מיט א פרישקייט.

איינער באגלייט נאך די פורצי גדר? איך האב געמיינט עס איז שוין לאנג פארביי.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברעיקינג

מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג יעצט געשלאסן א דיעל מיט אלתר גאלדבערגער אז ער קען צוריק עפענען סטעטוס אויב ער גייט קאמפיינען פאר האקול...
דאס ווייזט נאכאמאל אז מ'פארקויפט אונזער חינוך פאר געלט!!!!
פארשפארט