קען זיין מען האט שוין גערעדט דא ערגעצוואו איבער דעם, אבער נישט וואס איך האב באמערקט, איך מיין אז עס איז א גרויסע נייעס אז עס פארדינט א באזונדערע אשכול.
די וואך דינסטאג, נאוועמבער 12 למספרם גייט פארקומען א רייכע אווענט אין איינע פון די האטעלן אין מאנהעטן, ווי אידישע פילאנטראפן וועלן אויפטרייבן געלטער פאר טראמפ יר״ה.
די אווענט ווערט אראנדזשירט דורך הנגיד המרומם ר׳ אליעזר שיינער, און לויט א באריכט האט ער אויפגעטריבן אפאר מיליאן דאלאר. עס קאסט $25,000 אריינצוגיין, (פארשטייט זיך מען דארף זיין געלאדענט פון בעפאר.) און מענטשן וואס גיבן גרעסערע סכומים, קענען מיטברענגן עטליכע מענטשן.
אין די פראגראם פון די נאכט איז אריינגערעכענט א דרשה פון הרב דזשעקעבסאן.
ווער עס ווייסט מער דעטאלן ווערט געבעטן צו באריכטן.
אידישע פילאנ׳טראמפ׳יסטן וועלן זיך טרעפן מיט טראמפ
דער אשכול פארמאגט 45 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן