"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

שליחה דורך ימי קדם »

מארגען קומט עמטליך ארויס די בוך פונעם געוועזנעם חסיד, עבי שטיין, אין ענגליש. די טיטל פונעם בוך איז "Becoming Eve" (ווערן חוה), פארופענדיג אויף עבי'ס נייער מיטלער נאמען, חוה.

די בוך ווערט פובליצירט דורך "סיעל פרעס" (Seal Press), א חלק פון די אינטערנאציאנאלישע דרוקער, Hachette Book Group. זיי זענען איינע פון די "גרויסע-6" די גרעסטע אלגעמיינע דרוקערייען.

די בוך איז געשטעלט אלס אן "ערציאונג" מעשה, געווידמעט בעיקר אויף עבי'ס אינגע יארן אין חסידישען וויליאמסבורג, און שפעטער אין די וויזניצער ישיבה אין קייאמישע לעיק (גיבערס). וואו מען קען ליינען דא, רעדט די בוך אויך וועגן עבי'ס רעבישער אפשטאם.

מען קען די בוך באקומען אין אלע אלגעמיינע געשפטען, און אויך אויף עמעזאן: https://www.amazon.com/gp/product/1580059163
אויף עמעזאן די בוך איז שוין היינט די #1 בעסט סעללער (רב מכר) אויף די טעמע פון "חסידיזים".
Becoming Eve Wiki Image.jpg
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אסאך פין די וואס פארען אפ חלומען פין מאכן א בוך וואס וועט זיי ברענגען כבוד און געלט. ב"ה אז איינער איז עס געלונגען. יעצט דארף מען ליינען וויפיל ליגענט ער/זי האט דארט געמוזט אריינלייגן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
רימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 391
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:12 pm
האט שוין געלייקט: 1302 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1322 מאל

שליחה דורך רימון »

וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

רימון האט געשריבן:וואונטשן מיר אים\איר פיל הצלחה און דער טייטל פונעם ביכל איז זייער פיין.
כ'האב אבער א שאלה, פארוואס זאל איך מיך נעמען די מי צו ליינען דעם ביכל ווען די ערשטע פאר ווערטער, די טעגליין אויפ'ן דעקל איז פארפירעריש און בכוונה געשריבן מיט פארגרייזטע נויאנס.
וואס איז פשט זיך באקרוינען אלס ארטאדאקס ראביי, מיט וואס גענוי איז ער געווען א ראביי ביי די ניינצן יאר? איז יעדע יונגערמאנטשיקל א פיפטע זין פון עפעס א רביש אייניקל אין וומס וואס האט ניטאמאל א שול אן "ארטאדאקסישע ראביי"? איז יעדער בחור'ל וואס קריגט די הוראה אין ישיבה א ראביי? אין מיינע אויגן איז עס געשטופט א פאלשע נאראטיוו פאר די דראמא שבו און אז דער דעקל איז אזוי וואס קען איך שוין ערווארטן פונעם ביכל.
ווי נידריג מיינע ערווארטונגען זענען געווען האב איך געהערט פון איינעם וואס האט ריוויוט דעם ביכל אז ס'איז א דיזעסטער.


גוט געזאגט. עס פארגייט פשוט די אפעטיט צו ליינען רוב ביכלעך נאכן זעהן ווי מען קען שרייבן וואס מען וויל אן דעם וואס איינער פון די שרייבער, רעדאקטארן וכו זאלן אפילו וויסן וואס זיי שרייבן. ער גייט שוין ארום א לאנגע צייט האלטן דרשות מיטן זעלבן טיטל און קיינער האט אים נאכנישט געפרעגט "וואס מיינט דו ביזט געווען א ראביי?" "ווי אזוי האסטו באוויזן צו ווערן א ראביי פאר די ניינצן?" "ווי אזוי האבן דיינע חסידים, קאנגרעגענטס אדער וואטעווער רעאגירט ווען דו האסט זיי איבערגעלאזט?" איך רעד דאך שוין נישט אז אויף זיין געוועזענע בלאג יעקב אבן האט ער געשריבן זאכן וואס זענען זיך סותר מיט זיין יעצטיגן נערעטיוו. איך וויל נאר וויסן, אז אזעלכע פשוטע ליגנטס קען מען פארקויפן, ווי אזוי קען מען גלייבן רוב ביכער?
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 328 מאל

שליחה דורך אדונינו »

לבי ובשרי האט געשריבן:אדער Eve אדער Chava?
כ'בין צעמישט

אין ענגליש הייסט חוה Eve.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

און וויזוי הייסט קראנקע זכר?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עס איז א קליינקעפיגקייט פון מענטשן נישט צו קענען אקצעפטירן קיין חידושים.

עיבי חוה שטיין (האלט אז זי) איז כהיום א פרוי, זי טוט זייער פיל זיך אליין צו מאכן שפירן גוט און צו ברעכן די אנגענומענע סיסטעם פון אראפקוקן און באקריוודען טרענסדזשענדערס. יעצט האט זי ארויסגעגעבן א בוך פון איר לעבנסביאגראפיע וואו צווישן אנדערע זאגט זי אז זי איז געווען א ראביי (וואס איז נישט ווייט פון אמת, זי איז געווען א שטיק צייט א שטעלפארטרערטער מגי"ש אין ישיבת בית הלל אין מאנסי ווי אויך האט זי געלערנט מיט בחורים אין גיבערס בחברותא) און אז זי איז זייער פרייליך פון די וועג וואס זי האט זיך אויסגעקליבן.

דא אין דעם אשכול האט מען באריכטעט אז זי גיבט ארויס די ביכל, וועמען גייט אן וואס איר האלט איבער די טרענסדזשענדער נושא בכלליות? מען איז נישט דן דא טרענסי'ס מען רעדט פון די ספעציפישע ביכל וואס איז היינט ארויס.

בדרך אגב: חוה שטיין האט גאר אסאך אויפגעטון אין איר הינזיכט וואס זי שטופט און פראקלאמירט, זי איז אין א געוויסן זין א גרויסע היר"א, ווייל זי האט איבערגעלעבט אומדערטרעגליכע היע"ט פון איר פאמיליע און פון אירע באקאנטע, ספעציעל געהערנדיג צו די רבי'שע קרייזן, און הערט אייך ביטע אויף משוגע מאכן, זייט אקצעפטירנד און אפענע קעפ.
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

מרס. שטיין איז א זשעני. זי"י האט אונטערגעצינדן א מערכה צו זי"י איז געווען א ראביי, אבער ווי ס'שיינט איז יעדער דא מסכים א לעדי איז זי"י. געוואלדיג.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

יא לעדי, נישט לעדי, איינעם גייט עס אן? איז בכלל נוגע פאר נארמאלע מענטשן וואס גענוי זי איז?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יעצט קען זיי צוריק טוישן און ווערען א זכר, און זיך רופען אדם, און ארויסגעבן חלק ב' פין איר ביכעל, ווערען אדם, אדער נעשה אדם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

וואו איז דער בעש"ט?

111 (2).jpg
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 349
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
געפינט זיך: נישט ווייט
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך אברך משי »

כ'זעה אז ס'הערשט אביסל א מיספארשטענדעניש צווישען די פארשידענע צדדים, איז, לאמיר קלאר מאכן: קיינעם גייט גארנישט אהן און יעדער איז בארעכטיגט צו זיין וועלכע מין זיי ווילן (אנטשולדיגט נישט געשריבן זי"י מיט שטרעכלעך)
די נקודה וואס [tag]רימון[/tag] האט ארויסגעברענגט און מאנכע האלטן ווי עם צוגלייך, אז ס'פארהאן אזוינע מענטשן וואס ווען דו רעדסט מיט זיי צוויי מינוט כאפסטו גלייך אז ער איז א מגזם, נישט אז ער זאגט ממש ליגנט ח"ו, אבער ער לייגט א דגוש אויף זאכן מער ווי זיי זענען מודגש באמת, ער'ז גורע און מוסיף כאוות נפשו וכרוחב דמיונו, און ועל כולנה לייגט ער זיך אלס אין סענטער פון די ענינים (דעס איז אלעס איין שניט מענטש) ווי למשל "פרעג נישט וואס איז דארט געווען" און ממש "יעדער איינער איז צוגעקומען צו מיר" "איך האלט אין איין צוריק הערן פון מענטשן ווי מעכטיג ס'געווען", וכן הלאה על זה הדרך. אפי' אויב איין מענטש האט גערעדט צו עם פילט ער ביי זיך ווי "יעדער" רעדט צו עם, און ווען ער הערט עפעס פון איין מענטש ווערט עס אז ער האלט אין איין הערן, וד"ל.
לעניננו, שטיין איז געווען א שטילע היימישע יונגערמאן וואס האט אויסגעקליבען א אנדערע מהלך - דעפינעטלי א חידוש וואס איז ווערד צו באשריבן ווערן, אבער ווי ס'שיינט פון די דעקל איז משמע אז זאכן ווערן ארויסגענומען פון פערספעקטיוו, פשוט לתועלת הענין צו מאכן די זאך מער פארביג ווי ס'איז. אין די צייט וואס ער איז געווען א לייטישער ישיבה בחור און כולל יונגערמאן וועט ער זיך אבער אנגעבן אלס א "ראביי" וואס געט אביסל דעם רושם פאר א דרויסנדיגער אז מ'רעדט דא פון איינער וואס איז אויף הרב אפרים וואקסמאן'ס בלעטל אדער פילייכט ווי בורשטינער רבי. ולפי זה, וועט זיין גאנצע געשיכטע לויפען אויף דעם מהלך. אויב האט ער אמאל צוריק געהערט א רמז קל פון עפעס א דריטע קאזין (ווייל פון זיין משפחה האט ער מן הסתם כמעט גארנישט געהערט דירעקט נאכ'ען זיי פארלאזען אויף אזא שענדליכע אופן) בנוגע זיין טויש, וועט ער דעס באשרייבן אלס "שרעקליכע היעט" וואס ער האט געליטן און געכאפט פון זיין "אייגענע משפחה".
ווייל אין די מינוט וואס אזא מענטש איז דא דיר צו פארקויפען עפעס און דיך משכנע זיין אז דו זאלסט קויפען זיין געשיכטע, וועט ער נישט זשאלעווען קיין גוזמאות כיד ה' הטובה עליו, און מיט אביסל רעכט, ווייל אויב ער זאל שרייבען נאר דברים כהוייתן וואלט עס געווען א דינע קונטרס'ל פון דריי עמודים. טא וואסזשע טויג דיר דעם גאנצן ביכל. פאר א נאוועל איז עס גוט, אבער פאר היסטארישע פאקטען גלייבט זיך שווער אז מ'קען בויען אויף זיינע ווערטער.
בכל אדם יש דבר יקר שאינו נמצא בשום אדם אחר! (רבי פנחס מקוריץ זי"ע)
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

שליחה דורך יהודי פשוט »

בת קול האט געשריבן:פון ליינען דעם פריוויו האט מיר אויסגעזעהן אז ער מיינט דאס אז ער איז ערצויגן געווארן, נאך פון פארן געבורט אלץ א צוקומפדיגע רבי. זייענדיג די ערשטע זון נאך 5 טעכטער, האט זיין טאטע געלייגט פיל האפענונג אויף אים, אז ער וועט איבערנעמען זיין רביסטעווע.
אן ערפארענע ליינער קען ליינען צווישן די שירות און נעמט נישט אן א טיטל אזוי literal.
וואס איז לגמרי שקר! זיין טאטע איז נישט קיין רבי און זיין זיידע איז נישט קיין רבי, נישטא גארנישט וואס איבער צונעמען, זיין טאטע האט געלייגט אויף איהם די זעלבע האפענונג ווי אויף אלע אנדערע קינדער
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איר טאטע איז פאלטישאנער רב אין בארא פארק.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מאך זיכער האט געשריבן:איר טאטע איז פאלטישאנער רב אין בארא פארק.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%9E%D7 ... 7%99%D7%9F

דאס איז זיין/איר זיידע. זיין/איר טאטע איז ניטאמאל ממלא מקום.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מפיל קינד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמעי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

שליחה דורך שמעי' »

דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

שמעי' האט געשריבן:דוכט זיך מיר אז ער רופט זיך אב"ד סאווראן.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

א לעצטיגע זאך. אין יענע יארן האט ער דאס אויך נישט געהאט.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

אבטולמוס האט געשריבן:1. וואו שרייבט דער בעש"ט אליין אין א "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו אז ער האט געלערנט מיט אחיה השילוני? מיר האט זיך געדוכט אז דער ערשטער מקור איז פון זיין תלמיד אין "תולדות יעקב יוסף".

נאך א קייט אין די רינגעלע פון זיינע שקרים! די בעל שם הקדוש זי"ע שרייבט אין זיין באקאנטן "היסטאריש-אויטענטישן" בריוו צו זיין שוואגער רבי גרשון קיטוב'ער און איך ציטיר:
בר"ה שנת תק"ז ל' עשיתי השבעת עליית הנשמה כידוע לך וראיתי דברים נפלאים במראה כי הס"ם עלה לקטרג בשמחה גדולה אשר לא הי' כמוהו ופעל פעולתיו גזרות שמד על כמה נפשות שיהרגו במיתות משונות ואחזתני פלצות ומסרתי ממש נפשי ובקשתי ממורי ורבי שלי שילך עמי כי סכנה גדולה לילך ולעלות לעולמו' העליונים וכו'

חסידים האבן אנגענומען אז דאס גייט ארויף אויף אחיה השילוני, געבויעט אויף דעם וואס די הייליגע תולדות שרייבט אז אחיה השילוני איז געוועהן די רבי פונעם בעש"ט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

אבטולמוס האט געשריבן:3. פארוואס האט עבי'ס מאמע אנגעטון די שווארצע שטרימפ נאכדעם וואס איר קינד איז אראפ פון דרך

נאך א ליגענט
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך האב יעצט געענדיגט ליינען. Truly inspirational.

Definitely recommend it.

א זייטיגע פוינט- סאיז גאר פאזיטיוו איבער זיין יוגנט און משפחה.
.I got voices in my head.
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: "ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

שליחה דורך או אינו »

ונבנתה העיר האט געשריבן:וואו איז דער בעש"ט?

111 (2).jpg
Unfortunately Sometimes it's dead, and that's part of the quote!
פארשפארט