כ'האב זיך געקלערט צו מיך אז דא אויף קאווע שטיבעל רעדט מען אסאך וועגען טעותים וואס סייענטיסטען מיט עקעדעמיקער מאכען, האב איך זיך מתבונן געווען פארוואס טאקע קומט זיי זאלען מאכען אזאלכע נארישע טעותים ממש אזויפיל ס'האט נישט קיין ברעג.
איז אזוי, די זאך פון א טעות קען זיין צוויי סיבות: אז א מענטש איז זיך טועה, ער גייט אויף א קרומע וועג, און ער טייטשט נישט אפ ריכטיג א זאך, אדער קען זיין אז זיין מוח פארמאגט נישט די גיטע אינפארמאציע, און עס פעלט עם חסרון ידיעה, כאטשיג וואס ער טייטשט ריכטיג אפ די זאך.
יעצט די צוויי פראבלעמען איז נאר שייך ביי א גויאישע חכם, וואס ער איז נעבעך ממשש כעיור באפילה, און סיי ער קען זיך טועה זיין מיט הבנה, און סיי ער קען זיך טועה זיין אז ער ווייסט נישט אלעס, אדער זייער ווייניג.
לעומת זה א אידישע חכם, וואס ער לערענט די תורה הק', און ער טוהט אלעס דורך מיט די העכערע בליק פון א עהרליכע יוד, ביי עם איז נישט שייך קיין טעות.
פארוואס? קודם כל א יוד וואס לערענט תורה ביגיעה כל ימיו ווערט זיין מוח אויסגערייניגט און אויסגעלייטערט און ער פארשטייט אלעס אויף די טיפסטע אופן וואס איז שייך. במילא די ערשטע טעות איז נישט דא.
צווייטענס, א עהרליכע יוד א גדול בתורה האט ביי זיך אין קאפ אלע אינפארמאציע וואס איז שייך צו וויסען, ווי באלד די תורה איז כולל אין זיך אלע אלע חכמות פון די גאנצע וועלט, און אלע ידיעות וואס איז שייך צו וויסען, במילא פאלט אויך אוועק די צווייטע טעם פאר א טעות.
פארדעם זעהט מען אז סייענטיסטען מאכען טעותים, און זיי ציען צוריק פון זאכען וואס זיי האבען געזאגט פריער, אדער זיי עקשנ'ען זיך ביי זאכען כאטשיג ס'איז א טעות, ווייל זיי זענען פון די נעבעכדיגע חכמים וואס טוען אלץ דורעך מיט די אייגענע שכל, און פארדעם זענען זיי עלול צו מאכען א טעות.
מה שאין כן א גדול בישראל, א רב, א פוסק, א ראשון, א אחרון, כל שכן א תנא צו א אמורא, מאכט קיינמאל נישט קיין טעות, ווייל ער ווייסט שוין אלעס און ער קען שוין אלעס.
איי מיר זעען דאך יא אמאל אז א גדול מאכט א טעות?
די תירוץ איז אז זענען היינטיגע צייטען זייער נעבעכדיג, און אונז האמער נישט די קלארקייט פון אמאל, פארדעם דאכט זיך כאילו ס'איז דא קשיות מיט טעותים.
פארדעם זעען מיר אז אויף יעדע קשיא און סתירה און רמב"ם, צו אין גמרא, צו אין תוספות, צו אין שולחן ערוך, איז דא צענדליגע תירוצים, גג על גג, הערליך מיושב און אלץ פארענטפערט. ווייל ווי געזאגט די אלע טעותים איז נאר אחוזת עינים, ווען באמת קען מען אויף יעדע קשיא אויף רמב"ם טרעפען אין די ספר המפתח הונדרעטער תירוצים.
מיט דעם איז אויך זייער גוט מיושב פארוואס די סייענטיסטען, אויב כאפט מען זיי ביי א קלארע טעות, האבען זיי נישט קיין ברירה, נאר זיי ציען צוריק פון די טעות, ווייל זיי האבען נישט די עדווענטעזש פון וויסען אלעס און פארשטיין אלעס די בעסטע וואס איז שייך, במילא האבען זיי נישט קיין תירוצים אויף די קשיות און פארדעם קומען זיי אויף יעדע טאג מיט נייע מהלכים און חידושים.
דאס איז אויך איינע פון די טעמים פארוואס א עהרליכע יוד האט נישט קיין קשיות, ווייל קשיות קומט פון א נעבעכדיגע פלאץ פון נישט וויסען און נישט פארשטיין אלעס, און א עהרליכע יוד פארשטייט אלעס און ער ווייסט אלעס און ער קען אלעס, ובשם ה' נעשה ונצליח.
פארוואס גויאישע חכמים מאכען כסדר טעותים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
פארוואס גויאישע חכמים מאכען כסדר טעותים
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
הדסים האט געשריבן:עס קען זיין נאך א סיבה פארוואס גויאישע חכמים שרייבן אומריכטיגע אינפארמאציע, ווייל זיי זענען רשעים. און אפילו זיי ווייסן ס'איז שקר, ווילן זיי בכוונה אפנארן די עולם. משא"כ אידן וואס לערנען תורה.
עיין ערך אמונות הכרחיות...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אויכעט ווייל די תורה איז נישט אנגעהאנגען אין גארנישט פיזיש אדער אנגעוואנדן אין מקום אדער זמן, דערפאר איז עס אייביג אמת ויציב און עקספייערד קיינמאל אבער די גויאישע חכמות אפילו די פיליזאפיע הארורה איז תלוי און עקספערימענטס, אבזערוועישן, סוירקומסטענסעס און צייטווייליגע נארמעס/קאנסענסוס, וואס היינט עקזעסטירט עס און מארגן נישט, דערפאר איז שייך שקר טעותים און שינויים.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.