פארשטיין די קוק ווינקעל פון צדיקים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

פארשטיין די קוק ווינקעל פון צדיקים

שליחה דורך הדסים »

מען הערט אמאל ביי א קופקע, אדער דא אויף ק"ש, טענות אויף רבנים אויף א זייער אינטערסאנטע אופן.

זיי לאזן נישט האבן קיין אינטערנעט, ווייל זיי וועלן פארלירן קאנטראל אויפן ציבור. שירים ושיעורים איז אסור, ענדערש זאל מען קומען צו מיר אין ביהמ"ד. אא"וו.

איך קען נישט אלע אדמורי"ם, רבנים, און עסקנים פערזענליך, אבער איך קען געוויסע. און איך קען זאגן קלאר, אז זיי אלע מיינען עס זייער ערנסט. און לאמיר קלארשטעלן, איך רעד נישט דא פון עפעס א אונטערן באוואוסטזיין מחשבה וואס האט מעגליך עוואלווט דורך די דורות. און איך רעד אויך נישט פון די מיינונג פון די מענטשן ארום דעם צדיק. איך רעד דווקא פון די מחשבה פונעם צדיק צו זיך אליין. ווען א צדיק וויל למשל ארויסגעבן אן איסור אויף א אומ'צניעות'דיגן בגד, וואס טראכט ער באמת? דאס איז די ריכטיגע זאך לעשות נחת רוח לבורא ב"ש.

איך וואלט עס געקענט זאגן פשוט פון מיין אייגענע עקספיריענס מיט אזעלכע אידן, און אפילו אויך פון מיין אייגענע עקספיריענס אלס בחור אין געוויסע זמנים. אבער עס וואלט נאך געקענט זיין א סברא אז אנדערע צדיקים האבן נישט אייביג אזעלכע ריינע מאטיוון. דארף מען נישט מער ווי כאפן א בליק אין די פסיכילאגיע ריסערטש אויף רשעים ווי רוצחים און רויבערס, און מען זעט קלאר אז ווען איינער נעמט יענעם'ס געלט, האלט ער אז דאס איז ריכטיג, אא"וו.

איז לאמיר נעמען א משל. ווען מען באגלייט א צדיק מיט א מאטארקאדע, ווייסט ער אוודאי אז ס'איז אלעס נארישקייטן. איז וואס טראכט ער צו זיך אליינס? עפעס אזוי: עס איז דאך נישט קיין איסור, און די אלע אידן ווילן עס טון, און באמת פלעגט זיין אזוי איינגעפירט צו אפגעבן כבוד פאר רבנים, צו אריינגעבן אהבת התורת און כבוד התורה אין די אידישע הערצעלעך. (איך ווייס איך בין טאקע נישט ווי יענע רבנים, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער).

איך האב לעצטנס געטראכט אויף אזעלכע מעשיות וואס מען פארציילט, אדער בריוון וואס מען זעט, פון צדיקים וואס האבן געזאגט אויף זיך עליתי למרום וכדומה. קען זיין אז עס געווען א חלום, און זיי האבן עס אליין געגלייבט מיט אן אמת. מ'דארף קוקן אויף יעדע מעשה פאר זיך, און זען צו עס שטימט. (פארשטייט זיך אז געוויסע צייטן קען א צדיק האלטן עת לעשות לה', און מען דארף זאגן שקר יעצט).

וואס האלטסטו צדיק?
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

אבטולמוס האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איז לאמיר נעמען א משל. ווען מען באגלייט א צדיק מיט א מאטארקאדע, ווייסט ער אוודאי אז ס'איז אלעס נארישקייטן. איז וואס טראכט ער צו זיך אליינס? עפעס אזוי: עס איז דאך נישט קיין איסור, און די אלע אידן ווילן עס טון, און באמת פלעגט זיין אזוי איינגעפירט צו אפגעבן כבוד פאר רבנים, צו אריינגעבן אהבת התורת און כבוד התורה אין די אידישע הערצעלעך. (איך ווייס איך בין טאקע נישט ווי יענע רבנים, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער).

דאס וואלט געווען א ריכטיגע סברא ווען דער צדיק זאל ווען טראכטן אזוי פארשטענדליך און ברייטליך אויך ווען יונגעלייט ווילן האבן א סמארטפאון זיך צו מאכן גרינגער דאס לעבן, ווילן גיין מאכן א דעגרי אין א חרדישן קאלעדזש, ווילן גיין צו א שבתון, אדער ווען א ווייבל וויל האבן א סנוד, אדער וויל דרייוון. אין יעדן אספעקט פון לעבן וואס איז נוגע פלעינע מענטשן זענען ביזי מיט'ן "זיז כל שהוא" בכל חומר הדין, אבער פלוצים ווען עס קומט צו זייער געלט און כבוד ווערן זיי פארשטענדליכע נארמאלע מענטשן, און פארשטייען אז דער המון "דארף עס האבן", און ממילא וועלן זיי לאזן "דעם עולם זיך אויסגעבן."

אסאך זאכן וואלטן געווען בעסער ווען מענטשן זאלן דן זיין אנדערע אזויווי זיך אליין. אבער עס מיינט נישט אז זיי ווילן יענעם קאנטראלן/פייניגען בכוונה, ס"ה קענען זיי בעסער פארענטפערן ווען זיי ווילן עפעס. הלוואי וואלט איך געקענט דן זיין לכף זכות אנדערע, אזויווי איך טרעף תירוצים פאר מיינע מעשים.

אגב, וואס האלטסט וועגן צדיקים וואס האבן פארציילט וועגן מלאכים וכדומה?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אבטולמוס האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איז לאמיר נעמען א משל. ווען מען באגלייט א צדיק מיט א מאטארקאדע, ווייסט ער אוודאי אז ס'איז אלעס נארישקייטן. איז וואס טראכט ער צו זיך אליינס? עפעס אזוי: עס איז דאך נישט קיין איסור, און די אלע אידן ווילן עס טון, און באמת פלעגט זיין אזוי איינגעפירט צו אפגעבן כבוד פאר רבנים, צו אריינגעבן אהבת התורת און כבוד התורה אין די אידישע הערצעלעך. (איך ווייס איך בין טאקע נישט ווי יענע רבנים, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער).

דאס וואלט געווען א ריכטיגע סברא ווען דער צדיק זאל ווען טראכטן אזוי פארשטענדליך און ברייטליך אויך ווען יונגעלייט ווילן האבן א סמארטפאון זיך צו מאכן גרינגער דאס לעבן, ווילן גיין מאכן א דעגרי אין א חרדישן קאלעדזש, ווילן גיין צו א שבתון, אדער ווען א ווייבל וויל האבן א סנוד, אדער וויל דרייוון. אין יעדן אספעקט פון לעבן וואס איז נוגע פלעינע מענטשן זענען ביזי מיט'ן "זיז כל שהוא" בכל חומר הדין, אבער פלוצים ווען עס קומט צו זייער געלט און כבוד ווערן זיי פארשטענדליכע נארמאלע מענטשן, און פארשטייען אז דער המון "דארף עס האבן", און ממילא וועלן זיי לאזן "דעם עולם זיך אויסגעבן."

עיין ערך cognitive dissonance, וידוע הטייטש על אוי לנו מיום הדין אוי לנו מיום התוכחה, פראקן וועט מען זיי נישט פאר'ן אסר'ן סנודס, פראקן וועט מען זיי פאר'ן אסר'ן פאר יענעם וואס פאר זיך וואלטן זיי מתיר געווען.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הדסים האט געשריבן:
אבטולמוס האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איז לאמיר נעמען א משל. ווען מען באגלייט א צדיק מיט א מאטארקאדע, ווייסט ער אוודאי אז ס'איז אלעס נארישקייטן. איז וואס טראכט ער צו זיך אליינס? עפעס אזוי: עס איז דאך נישט קיין איסור, און די אלע אידן ווילן עס טון, און באמת פלעגט זיין אזוי איינגעפירט צו אפגעבן כבוד פאר רבנים, צו אריינגעבן אהבת התורת און כבוד התורה אין די אידישע הערצעלעך. (איך ווייס איך בין טאקע נישט ווי יענע רבנים, אבער וואס טוט מען נישט פאר די קינדער).

דאס וואלט געווען א ריכטיגע סברא ווען דער צדיק זאל ווען טראכטן אזוי פארשטענדליך און ברייטליך אויך ווען יונגעלייט ווילן האבן א סמארטפאון זיך צו מאכן גרינגער דאס לעבן, ווילן גיין מאכן א דעגרי אין א חרדישן קאלעדזש, ווילן גיין צו א שבתון, אדער ווען א ווייבל וויל האבן א סנוד, אדער וויל דרייוון. אין יעדן אספעקט פון לעבן וואס איז נוגע פלעינע מענטשן זענען ביזי מיט'ן "זיז כל שהוא" בכל חומר הדין, אבער פלוצים ווען עס קומט צו זייער געלט און כבוד ווערן זיי פארשטענדליכע נארמאלע מענטשן, און פארשטייען אז דער המון "דארף עס האבן", און ממילא וועלן זיי לאזן "דעם עולם זיך אויסגעבן."

אסאך זאכן וואלטן געווען בעסער ווען מענטשן זאלן דן זיין אנדערע אזויווי זיך אליין. אבער עס מיינט נישט אז זיי ווילן יענעם קאנטראלן/פייניגען בכוונה, ס"ה קענען זיי בעסער פארענטפערן ווען זיי ווילן עפעס. הלוואי וואלט איך געקענט דן זיין לכף זכות אנדערע, אזויווי איך טרעף תירוצים פאר מיינע מעשים.

אגב, וואס האלטסט וועגן צדיקים וואס האבן פארציילט וועגן מלאכים וכדומה?

הדסים: איך האלט אז דו מיינסט עס נישט ערנסט. ווייל ווען די רבנים און רעבעס. די וועלכע אסר'ן אלעס וואס דער עולם פרובירט צו טון בהיתר. און בויען אויף איסורים וקונמות וחרמות. און אין די זעלבע צייט ווען ס'קומט צו זייער כבוד און תענוגים אדער געלט איז אלעס אויף די וועלט מותר. און א יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט עס. ממילא איז נישט שייך קיין לימוד זכות...!
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

איך מיין אז סדא איין פאנדאמענטעל חילוק, הדסים רעדט פון צדיקים, עטס רעדטס פון רעבעס.

קענסט אונז מסביר זיין הדס פון וועלכע 'צדיקים' די רעדסט?
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

בערל טראכט איך מיין עס נישט ערנסט, ריעל פעיק טראכט איך רעד פון אנדערע צדיקים. אבער איך מיין עס זייער ערנסט, און ווען איך זאג רשעים און צדיקים רעד איך פון אזעלכע וואס ווערן אנגערופן אין די וועלט אזוי. (כאטשיג ע"פ האמת איז נישט דווקא א צדיק בעסער פון א רשע).

איז לאמיר קלאר מאכן. איך זאג אז מען קען פארשטיין די פערספעקטיוו פון א סיריעל קילער, דאס מיינט נישט אז ער איז גערעכט, און מען קען נאכאלץ האבן טענות אויף אים. אבער אויב איינער וויל קענען משפיע זיין אויף א רוצח, דארף ער קודם פארשטיין זיין קוק ווינקעל.

און די אשכול האב איך געוואלט ארויסברענגען, אז א רבי איז ביי מיר גארנישט ווייניגער פון א רוצח אדער א גנב, און מען קען אויך פארשטיין זיין פערספעקטיוו. און עס איז מיר זייער אינטערסאנט זיך אריינצולייגן אין זייער מצב, און פראבירן צו פארשטיין וואס זיי האבן געטראכט אין געוויסע מצבים וואס זעט אויס גאר מאדנע.

אויך האלט איך אז עס קען זיין נוגע למעשה, אויב איינער פראבירט צו האבן א השפעה אויף א צדיק, און ער זאגט אים מען דארף געבן אביסל פרייהייט, מען דארף נישט אזוי פייניגען, מען דארף נישט אזוי קאנטראלן, וכדומה. טראכט יענער צו זיך, ער איז סתם אן אויפגעקלערטער, אונז האנדלען דא איבער די עתיד פון כלל ישראל, אנז טוען אלעס לש"ש, און דו זאגסט פרייהייט שמייהייט. אבער אויב רעדט מען זייער שפראך, טירחא דציבורא, כבוד הבריות, עת לעשות, אין גוזרין וכדומה, איז דא סאך א בעסערע טשאנס צו עפעס אויפטון.
פארשפארט