נאטן פון גבורה די אויער הערט
אויף טענער פון חסד ווי אייניג פארקערט
קלאנגען פון שירה
הארמאנישע סתירה
נישט שטערט.
א פאדעם רויט אויף וויסע פערד
אויף פארבן טויט אבסטראקט פארקערט
דעם מעלערס בחירה
ארויסברענגען סתירה.
מער ווערט.
דעם איך קאנטראסטיש פארלוירן צעמישט
איך זיך דראסטיש די טויערן וואס קושט
א בת קול פון סתירה
אני בעל הבירה
חסד אנטדעקט.
ער ביי א ווינקל צעמישט פארוויינט
זי און די טונקל מיך נישט געמיינט
א בשורה פון סתירה
תפארת פון גבירה
טרערן אפמעקט.
דער קעניג פון ליכט פון טראן אפטרעט
די לבנה'ס געזיכט נאך פלאנעט נישט זעט
די פראכט פון יצירה
די שיינקייט פון סתירה
אנטפלעקט.
ווען מים אויף אש ער גייט און קריג
ווען עפר אויף רוח פלאנירט א זיג
מיט אחדות פון סתירה
אויפפלאם די מדורה
זיי קליג....
ו
די פראכט פון סתירה
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
די פראכט פון סתירה
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
Re: די פראכט פון סתירה
דער בריטישער פילאזאף פרענסיס הערבערט ברעדלי האט דאס גענומען נאך א שטאפל ווייטער און דאס געברענגט אלס א ראיה צו ספיריטועליזם. דהיינו, ער האט גע׳טענה׳ט אז די איידיעס וואס אונז האבן פון, און ווי אזוי אונז פערסיוון, רעאליטעט, זענען אינהערענטלי אנגעפילט מיט סתירות. און ער איז געווען ברור אז רעאליטעט בעצם מוז זיין איינס אלס אחדות (א מאניסטיק אויסקוק). אבער פארט האט ער נישט געוואלט מדחה זיין איידיעליזם לגמרי, ווייל לגבי עפיסטעמאלאגיע (בנוגע אונזער סענטשיענס און באוואוסטזיניגקייט) האט ער געהאלטן אז דאס איז דער אמת, און דעמאלטס (האט ער געהאלטן) איז עס מקושר צו אנטאלאגיע; ווייל די רעאליטעט אן דעם ווי אזוי עס זעהט אויס צו אונז איז ״זיכער גארנישט״. די אין ולאו ורפיא בידיה האט אים געשטופט צו אזא סארט פשרה פון אן אנטאלאגישע ספיריטועליזם (וואו סתירה און אחדות קענען עטוואס מער גיין האנט-ביי-האנט). (אווערסימפליפייד.)
(דער פילאזאף דזשאן מקטעגארט האט אויך געהאלטן ענליך מכח ענליכע סיבות, הגם ער האט זיך יא געהאלטן פאר אן עפיסטעמאלאגישן ריעליסט.
ועיין עוד כאן.)
(דער פילאזאף דזשאן מקטעגארט האט אויך געהאלטן ענליך מכח ענליכע סיבות, הגם ער האט זיך יא געהאלטן פאר אן עפיסטעמאלאגישן ריעליסט.
ועיין עוד כאן.)
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
מי אני האט געשריבן:דער בריטישער פילאזאף פרענסיס הערבערט ברעדלי האט דאס גענומען נאך א שטאפל ווייטער און דאס געברענגט אלס א ראיה צו ספיריטועליזם. דהיינו, ער האט גע׳טענה׳ט אז די איידיעס וואס אונז האבן פון, און ווי אזוי אונז פערסיוון, רעאליטעט, זענען אינהערענטלי אנגעפילט מיט סתירות. און ער איז געווען ברור אז רעאליטעט בעצם מוז זיין איינס אלס אחדות (א מאניסטיק אויסקוק). אבער פארט האט ער נישט געוואלט מדחה זיין איידיעליזם לגמרי, ווייל לגבי עפיסטעמאלאגיע (בנוגע אונזער סענטשיענס און באוואוסטזיניגקייט) האט ער געהאלטן אז דאס איז דער אמת, און דעמאלטס (האט ער געהאלטן) איז עס מקושר צו אנטאלאגיע; ווייל די רעאליטעט אן דעם ווי אזוי עס זעהט אויס צו אונז איז ״זיכער גארנישט״. די אין ולאו ורפיא בידיה האט אים געשטופט צו אזא סארט פשרה פון אן אנטאלאגישע ספיריטועליזם (וואו סתירה און אחדות קענען עטוואס מער גיין האנט-ביי-האנט). (אווערסימפליפייד.)
(דער פילאזאף דזשאן מקטעגארט האט אויך געהאלטן ענליך מכח ענליכע סיבות, הגם ער האט זיך יא געהאלטן פאר אן עפיסטעמאלאגישן ריעליסט.
ועיין עוד כאן.)
איז מעגליך אביסל קלארער ארויסציברענגען דיינע טיפע פילאזאפישע רייד? איף וויל פשוט פארשטיין ווער נאך איז ציגעקומען צו מיין הנחה...
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די פראכט פון סתירה
אפילו ווי אזוי איך האב עס אראפגעברענגט איז עס צו בקיצור און (זייער) אווערסימפליפייד...
די קרוקס פון וואס ער זאגט/האלט (ווי אזוי איך פארשטיי) איז אז ער איז בעצם קעגן פארעמס פון דועליזם, דהיינו אז אין די יצירה זאלן זיין צוויי אפגעטיילטע זאכן און עס איז נישט בשורשו איינס. ער האלט אויך אז די אלע סתירות אין אלעם איז מכח די איידיעס אין אונזער באוואוסטזיין ווי אזוי אונז פערסיוון זאכן און רילעיטן צו זיי, דעריבער איז ער בעצם קעגן דעם אז די עצם יקום און עקזיסטענץ [אנטאלאגיע] איז מכח איידיעליזם [אז די מציאות איז נאר די איידיעס וואס אונזער מח און קאנשיסנעס זאגט אונז, און עס איז נישטא עפעס חוצה לה]. משא״כ אויב נעמט מען אן מאטעריעליזם/ריעליזם [אז די מציאות איז אומאפהענגיק פון אונזער באוואוסטזיין] דעמאלטס איז בעסער, ווייל מ׳קען זאגן די מציאות איז איינס נאר עס איז אונזער באוואוסטזיין און איידיעס ווי אזוי מיר אינטערעקטן מיט די דרויסענדיגע מציאות וואס איז גורם די סתירות, נישט די עצם מציאות. אבער לגבי אונזער וועג פון וויסן זאכן, אונזער וויסנשאפט [עפיסטעמאלאגיע], דאס איז זיכער יא תלוי אך ורק אין אונזערע איידיעס, און דאס וויסנשאפט איז נישט עפעס א זאך לכשלעצמה חוצה לה פון דאס באוואוסטזיין. און אנדערע ווערטער, די וועג ווי אזוי אונז זעהן און ווייסן זאכן איז אויך א מציאות ממש לכשלעצמו, הגם דאס איז סתירות׳דיג וכנ״ל. ווי אויך נעמט ער אן אז אונז קענען מיר יא בעצם וויסן און דערגיין די מציאות. ער האלט ווייטער אז עס קומט אויס פון דעם אלעם אז אויב אזוי [מען נעמט אן איידיעליזם ביי דעם [עפיסטעמאלאגישע איידיעליזם]] איז דאס מקושר צו ווי אזוי די עצם יקום איז אויך [מען קען שווער אפטיילן צווישן די צוויי וכמובן בפדטות], און איז מען דעמאלטס צוריק צום פראבלעם פון סתירה אינ׳ם יקום וואס קען דאך נישט זיין וכנ״ל. דאס פירט אים צו ספיריטועליזם [דעם פילאזאפישן טערמין], אזא סארט ״העכערקייט״ (ל״ד ג-טליכקייט) וואס איז (און/אדער ליגט אונטער) די מציאות. דאס איז אזא סארט פשרה וואו די סתירות קענען גיין אזוי ווי האנט-ביי-האנט מיט׳ן דאך זיין איינס.
איך האף אז דאס איז (כאטש אביסל) קלארער מסביר געווען.
איך האב עס צוגעצייכענט צו אייער (לדעתי, פיינע) פאעזיע, ווייל דארט האט איר בעיקר ארומגערעדט פון סתירות בנוגע רוחניות׳דיגע מדות; דהיינו סתירות אין ״ספיריטואלע״ זאכן.