"ווערן חוה" עבי שטיין'ס בוך - Becoming Eve

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בת קול האט געשריבן:איך האב יעצט געענדיגט ליינען. Truly inspirational.

Definitely recommend it.

א זייטיגע פוינט- סאיז גאר פאזיטיוו איבער זיין יוגנט און משפחה.

בערך'דיג קענסטו מסביר זיין וואס די עיקר נקודה אין די ביכל איז?
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

Sharing her truth

The good, the bad, the ugly.

ערשטנס פונעם פריוויו האב איך געקלערט עס וועט לויפן ענדליך צו מנשה ליסטיגס ביכל.
(מערסטנס זיסע יוגנט אין א חסידישע שטוב, די הנאה און פראבלעמען פון אויפוואקסן אין א פארמאכטע גרופע,מיט זיינע פערזענליכע איבערלעבענישן אין נסיונות)
איינמאל איך בין געווען דערינען האב איך נישט באמערקט זיי זאלן אזויפיל ענדלען. מנשה לוסטיג'ס ביכל איז מער עמאציענאל, הארץ, ווייטאג, לוסטיג, כאטש ער איז מער א טראכטער ווי איך האב געמיינט. עבי איז פיל מער אינטענס, געריבן, און פראקטיש. מען קען זעהן די חילוק וויאזוי זיי האבן זיך יא/ נישט גענומען די לעבן אין די הענט אריין.

גענוג מיט די קאמפעריסאנס.

סאיז געווען א וואונדער צו באקומען אזא פערזענליכע בליק אויף גענדער דיסמארפיע, און וויאזוי עס האט אויסגעקלאפט אויף א פרומע חסידישע בחור'ל. כאטש ער איז גארנישט געווען אזא אומשילדיגע שעפעלע, און איך האב שטארק רילעיטעד צו זיין שוואנצאנישע רעבעליאן, איין טאג א מלאך, איין טאג א גלח פערסאנעליטי.

זי רעדט זייער שיין איבער איר משפחה און האט געהאט גאר א נאנטע קשר מיט זיי ( מער ווי איך שטעל זיך פאר איז נערמאל) ביז זיי האבן טראגיש אפגעהאקט מיט איר, נאך איר ארויסקומען אלץ טראנסגענדער.

די בוך איז א געלונגענע געמיש פון שיינע מעמיארן, לוסטיגע בחורישע מעשיות, טיפע געדאנקען, חסידישע משפחה קאנפליקטן, אינערליכע ספיקות, און נעמט אויף אן עמאציענאל ראלער קאסטער פון געלעכטער ביז טרערן. עס לאזט נישט אויס די שלעכטע, (naughty) און געבט ריכטיג צו פארשטיין די לעבן פון איינער וואס לעבט אומבאקוועם אין די אייגענע הויט.
כאטש איך בין געווען סקעפטיש הערענדיג snipets פון איר לעבנס געשיכטע דורך די יארן, קלארט זיך אלץ אויס ווען מען ליינט עס אין א סדר.

איך בין געווען באיינדרוקט אז זי האט געשילדערט די קורץ חתונה געהאטע טעג איידל, ווייל איך האלט אז מענטשן וואס שרייבן א אוטובייאגרעפי און פראקן פאבליק אויס זייער נאנטע אן רשות, טוהן א געפערליכע עולה. ( למשל שלום דין, ווען ער גייט אריין אין די פינקטליכע דעטאלן פון זיין שלום בית. גראדע געב איך יא גערעכט פאר אסתי וויינשטיין, וואס איז געווען מער לתועלת.) ווי אויך, האף איך אז זי האט געשריבן פאלשע נעמען פון געוויסע חברים וואס זי דערציילט פון זיי מעשיות וואס זענען נישט אזוי באצויברנד.

פראקטיש, מיין איך מיט דעם אז זי האט אלץ אפגעלאזט צו טוישן דעם ריכטונג פון איר לעבן, איר משפחה, חברים, און איר קינד. זי רעדט נישט איבער די קאסטעדי אגרימענט, אבער ווי איך האב געהערט איז נישט דא קיין שייכות, וואס איז שוין אביסל צופיל אויפצוגעבן.

עס קען זיין אז מארגן וויל איך אנערקענען אז איר truth איז נישט עפעס וואס מאכט איר גערעכט, פונקט ווי איך בין געווען אנציקט פון מנשה'ס ביכל, ביז איך האב זיך דערמאנט איבער די פילע מאדנע מעשיות וואס פארן ארום איבער אים... אבער ביז דערווייל האט עס געמאכט א גוטע רושם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אבטולמוס האט געשריבן:דא קען מען לייענען איין פרק פון דעם ביכל:
https://lithub.com/searching-for-trans- ... ish-texts/

עבי שטיין האט געשריבן:I’d stay with Yakov Yosef Hager, the Rebbe’s grandson, and his wife, Shifra, as I often had before. Yakov Yosef would eventually (in 2018, when the Rebbe passed away) become the Grand Rebbe of the Viznitz community in Borough Park, with a following of around ten thousand Hasidic people.

גוזמא קתני.


קליינע הקדמה: קריטיק אויף א בוך דארף זיין אבדזשעטיוו און נאר נוגע צו די תוכן פון די בוך, און אמאל גייט עס אריבער צו די סטייל פון שרייבען, אדער מהלך מחשבה פון די שרייבער. אבער בשום אופן מעג דאס נישט זיין א פערזענליכע דזשאדזשמענט אויף דער שרייבערס זעלבסט. בנידון דידן, שטיין האט אלע רעכטן צו פילען וואס זי פילט וועגען זיך, אפילו מען וועט זאגען אז ס'איז א לויטערע משוגעת, דאך קען דאס נישט גענוצט ווערען אלס א מעסטער אויף די קוואליטעט פון ארבעט, ווייל די אוריינטציה פון די גוף איז נישט קיין מכריע צוויישן גוטס און שלעכטע, אדער די נארמאל אדער נישט נארמאל פון די עצם מענטש. זי/ער פארדינט די רעספעקט וואס קומט פאר א יעדען היומען ביאינג.

יעצט האבענדיג דאס געזאגט און באווארענט, קען מען אנאלזירן די ארבעט פון שטיין גופא אלס א שרייבער און שאצן זיין/איר ווערק. כ'האב נישט געליינט די בוך, אבער איך האב געליינט די גע'לינק'טע טשעפטער, ווי אויך שטיין'ס בלאגס אדער אנדערע פאוסטעד מידיע, פון די אלעם שטעלט זיך מיר אויס אז שטיין איז א שטיקל drama queen, עכ"פ מיט די אופן און סטייל פון זיך פארקויפן פאר די פאבליק. די אריבערגאנג פון א דזשענדער איידענטיטי קרייסיס, איז נאך אלס נישט קיין תירוץ פאר מגזם זיין און דראמאטייזן פאקטן. קיינער בלעימט נישט, און קען נישט בלעימען שטיין פאר די אריבערגאנג, אבער צו אפשאצען אירע געשריבענע ווערק דארף דאס זיין הונדערט פראצענט, אדער כמעט הונדערט פראצענט קראנט. א שרייבער אדער דרשן וואס איז מגזם און א יעדע פאר פערעגרעפס פארלירט די רעלייביליטי. אזא ווערק גייט ארויס פונ'ם סוג פון אוטובייאגראפי'ס און גייט אריין נאר בגדר נאוועלס בעיסד אויף אמת'ע פאקטן.

ס'האט גארנישט מיט די פערזענליכע לעבן פון דער שרייבער. אדרבה, ס'איז א גרויסע שאד אז שטיין איז מגזם און ניצט דראמא, איז אבסעסד מיט יחוס, און איז נישט מדייק אפילו מיט קליינע פאקטן. די געשיכטע וואס שטיין פארקויפט וואלט געקענט זיין א ריכטיגע בליק אין אן אומבאקאנטע וועלט פון דזשענדער איידענטיטי. עס וואלט געקענט זיין א ריכטיגע קעיס סטאדי וואס וואלט געקענט סאפלייען מאטיראל צו פארשטיין די פינאמינאן. א שאד אז די סטייל פון שרייבען, אינטערוויוס, בלאגס האבן א וואקעלדיגע רילייעביליטי מחמת די גוזמאות דא און דארט.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

כ'דארף גלייבן אז א משגיח האט אים פונקט געזאגט אז ''ס'מיידליש'' זיך צו שאוערן יעדן טאג... געוואלדיג שטימט מיט'ן ענד פונעם דראמא נאראטיוו אז ער איז טאקע א מיידל..
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואלווי האט געשריבן:קריטיק אויף א בוך דארף זיין אבדזשעטיוו און נאר נוגע צו די תוכן פון די בוך, און אמאל גייט עס אריבער צו די סטייל פון שרייבען, אדער מהלך מחשבה פון די שרייבער. אבער בשום אופן מעג דאס נישט זיין א פערזענליכע דזשאדזשמענט אויף דער שרייבערס זעלבסט. בנידון דידן, שטיין האט אלע רעכטן צו פילען וואס זי פילט וועגען זיך, אפילו מען וועט זאגען אז ס'איז א לויטערע משוגעת, דאך קען דאס נישט גענוצט ווערען אלס א מעסטער אויף די קוואליטעט פון ארבעט, ווייל די אוריינטציה פון די גוף איז נישט קיין מכריע צוויישן גוטס און שלעכטע, אדער די נארמאל אדער נישט נארמאל פון די עצם מענטש. זי/ער פארדינט די רעספעקט וואס קומט פאר א יעדען היומען ביאינג.
איך מיין אז דא שטעקט די עיקר טעות פון די "אויפגעקלערטע נאראנים", דאס אנאלאזירונג פון א בוך - און פון סיי וועלכע פאקטן - איז אך ורק צו טרעפן וואפן מיט וואס צו אטאקירן מענטשן וואס מ'האלט אז זיי פארדינען זיך נישט רעספעקט. אביעקטיווע אנאליזירונג און קריטיק?! אין בעלזא האט מען נישט געוואוסט דערפון.

וואלווי האט געשריבן:פון די אלעם שטעלט זיך מיר אויס אז שטיין איז א שטיקל drama queen
אפשר איז דאס טאקע א ראיה אז זי איז טאקע "בעצם עצמיותה" א פרוי...

עבי שטיין האט געשריבן:I’d stay with Yakov Yosef Hager, the Rebbe’s grandson, and his wife, Shifra, as I often had before. Yakov Yosef would eventually (in 2018, when the Rebbe passed away) become the Grand Rebbe of the Viznitz community in Borough Park, with a following of around ten thousand Hasidic people.
אויב אזוי איז זי דאך טאקע א ראביי, דיברו חכמים לשון הבאי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה"ק זי"ע: נאר די שאלה איז וועלכע ברכה זי מאכט אינדערפריה. אויב זי איז אן ערליכע אידענע. שלא עשני איש. אדער שלא עשני כרצוני. אויב די אפעראציע איז געלונגען...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מן הסתם מאכט זי קיין איינס נישט, ווייל היינטיגע צייטן שטייען מענער גארנישט בעסער ווי פרויען (עכ"פ ווייט נישט אזוי פיל ווי אין די גמרא'ס צייטן). אבער אפילו ווען נישט קען זי נאכאלץ מאכן א שלא עשני אישה, פארשטייט זיך אלץ חייב אדם לברך על הרעה, דאס אז זי איז געווארן א פרוי איז שוין איר קרעדיט...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

די מאמע פון תרומת הדשן פלעגט זאגן שלא עשאני בהמה. ווערט עס שוין קאמפליצירט...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

היינט געטראפן א חידוש אין אוצר פלאות התורה. מענין לענין.
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

מאך זיכער האט געשריבן:דא אין דעם אשכול האט מען באריכטעט אז זי גיבט ארויס די ביכל, וועמען גייט אן וואס איר האלט איבער די טרענסדזשענדער נושא בכלליות? מען איז נישט דן דא טרענסי'ס מען רעדט פון די ספעציפישע ביכל וואס איז היינט ארויס.

בדרך אגב: חוה שטיין האט גאר אסאך אויפגעטון אין איר הינזיכט וואס זי שטופט און פראקלאמירט, זי איז אין א געוויסן זין א גרויסע היר"א, ווייל זי האט איבערגעלעבט אומדערטרעגליכע היע"ט פון איר פאמיליע און פון אירע באקאנטע, ספעציעל געהערנדיג צו די רבי'שע קרייזן, און הערט אייך ביטע אויף משוגע מאכן, זייט אקצעפטירנד און אפענע קעפ.

ווי האסטו געזעהן עמיצן רעדן פון עפעס אנדערש אחוץ פון דאס ביכל גופא?

מען האט קריטיקירט אויף איר ביכל אז זי שרייבט זייער גוזמא'דיג מען האט בכלל בארירט די נושא פון טרענסדזשענדער
פארשפארט