תקנות פאר קומעדיגע מסע-מלכות'ן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

תקנות פאר קומעדיגע מסע-מלכות'ן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאור וואס די ציבור איז שטארק געוואקסען אין די לעצטע פאר יאר, און די אומדערטרעגליכע אויסגאבע פון דער טאג טעגליכע לעבן, האבען פיהל אנ"ש זיך אפגערעדט אז זיי האלטען עס שוין נישט אויס. כ"ק רבינו שליט"א האט אויך איינגעזען ברוח קדשו ועיניו הבדולחים אז דאס קען נישט אנגיין, מחמת סבות שונות ומשונות. אלזא, אזוי ווי אונזער פארגייערס די רבנים אין שטעט און שטעטלעך אין יוראפ, זענען מיר געזעסן בכובד ראש מיט די עסקנים און פיהרערס פון די קהלות, ווי אויך מיט די חשוב'ע בעליבתים העוסקים בצרכי ציבור באמונה, און מיר האבען אויספארמירט א ריי תקנות וויאזוי די קומעדיגע מסע-מלכות'ן זאלען פארגיין, צו האלטען די שמחה און די כבוד שמים אויפ'ן העכסטע פארנעם, ווי אויך צו פארמינערן די געפערליכע הוצאות הרובצות על עול המחותנים און די באטייליגערס. דער ציבור'ס כח איז ב"ה זייער גרויס, און טאמער דער עולם וועט זיך האלטען דערצו, וועט זיין א תועלת פאר אונז אלע.

געדענקט'ס, דאס איז אייער קהלה און אייער לעבן, זיך אוועק רירן פון די תקנות וועט נאר וויי טון אייך זעלבסט.

[list=]א. מ'טאר נישט פארען אויף א מסע-מלכות מער ווי איין מאל אין צוויי יאר. דאס איז כולל הן ארץ ישראל, הן יוראפ, הן מקומות הקדושים אין אונגארן\פולין\אוקריינא וכדו'. די תקנה איז עקסטער פאר'ן רבי און עקסטער פאר'ן רביצין. טאמער דער רביצין האט שוין געמסע'ט אין די לעצטע צוויי יאר, קען זי נישט מיטגיין די מאנ'ס מסע אין יענער צייט, ווי אויך פארקערט. א בליץ באזוך, פון ווייניגער ווי 24 שעה איז נאר ערלויבט אונטער עקסטער אומשטענדן, ווי צב"ש א לויה, חתונה, געלט טיילעכטס, בחירות שלאגען, דער ברודער גייט אויך באלד וכדו'. אין אלע אנדערע פעלער ווערט א בליץ באזוך בארעכנט ווי א מסע-מלכות בכל חומר הדין.

ב. א מסע-מלכות מעג נישט דויערן מער ווי אנדערהאלב וואכען, און נישט ווייניגער ווי צוויי טעג. די עסקנים האבען איבער געגעבען אז די בליץ באזוכען קאסטן פיהל מער ווי די געהעריגע מסע-מלכות'ן און עס איז שוין געווארען אומדערטרעגליך.

ג. א מאטארקאדע מעג נישט ערהאלטען מער ווי פינף און צוואנציג קארס. פאר דעם צוועק ווערט פאררעכנט אלס א קאר יעדער מאשין וואס האט א שווארצע קאליר, נישט קיין חילוק צו אן SUV אדער א מיני-וואן. א סעדאן איז נישט פאררעכנט אלס א קאר בכלל.

ד. די בליטשעדיגע לאמפן מעגען נאר זיין פון דריי קאלירן, יעדער מעג אויסוויילען וועלכע. אז מ'דארף דרינגענד א פערטע קאליר, מעג מען דאס טון נאר מיט עקסטער רשות, און דעמאלס וועט מען דארפען מער נאכגעבן אין אנדערע הוצאות.

ה. עס מעג נישט מיטגיין אויף די נסיעה מער באגלייטערס ווי עס פילט אן איין פליגער. דער רבי מיט זיין משפחה מעגן נעמן די ערשטע קלאס, מיט צוויי גבאים, און די איבעריגע מוזען גיין עקאנאמי אדער ביזנעס קלאס. דאס איז אפילו ווען מ'באקומט א בעסערן טיקעט דורך מייל'ס און אנדערע מהלכים אין עבודת ה'.

ו. מ'מעג נאר פארמאכן צוויי הויפט געסער אויף א מאל. ווען מ'קומט אן צו א נייעם גאס וואס דארף פארמאכט ווערן, זאל מען צוערשט עפענן די אלטע גאס, און דעמאלס פארמאכן די נייע און נישט פארמאכן איידער מ'קומט אן. נישט יעדער רבי קען זיך ערלויבען צו פארמאכן אזויפיל געסער, צוליעב א מאנגעל אין עסקנים אדער געלט, און די וואס טון יא אזוי, מאכען זייער ענג פאר די וואס קענען נישט.
[/list]
דער אפיס איז אפען פאר אלע פראגעס אדער הצעות פאר נייע תקנות אדער בעסער מאכען די תקנות. ביטע שיקט אריין אייער עצה אמשנעלסטן.

געדענק נאכאמאל! אונז זע'מיר איין ציבור, און אונז קענען נאר אויפטון מיט די כח הציבור. אז מיר וועלען זיך אלע האלטען צו די תקנות, וועט זיין א קידוש ה' פאר אונז אלע און מ'וועט קענען פארמיידען אסאך אומאיינגענעמקייט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאווע קריטיק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 73
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 8:10 pm
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך קאווע קריטיק »

יעדער חבר הקהלה וועט דארפן איינצאלן די שפאט ביליגע פרייז פון בלויז 24.99 איינמאל א יאר, אונטערצושטיצן אלס מעמבער אין די העכסט וויכטיגע וועד מסע המלכות לנו ולזרעינו עד עולם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אלעס פיין און וואויל. אבער מיר האבן בקבלה אז "במקום שיש קידוש השם חולקין כבוד לרב..."

און בכלל פרובירט מען דא צו פארשטיין, וועלעכע רעבעצין "מסע'ט" נישט מער ווי איינמאל און צוויי יאהר...?

וואס דען טוט דער צדיק הדור בשעת'ן שינת הצהרים?
ער "שפארט" זיך צו. נישט אזוי...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

וואלווי האט געשריבן:
וואס דען טוט דער צדיק הדור בשעת'ן שינת הצהרים?
ער "שפארט" זיך צו. נישט אזוי...?

דו מישט אויס נשואה מיט נסיעה...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יש לעיין די דין פון א נסיעה מער פון 24 שעה אבער ווינציגער פון צוויי טעג..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

יין שרף האט געשריבן:יש לעיין די דין פון א נסיעה מער פון 24 שעה אבער ווינציגער פון צוויי טעג..


ווייניגער ווי צוויי טעג גייט ארויס מדין מסע המלכות, אבער ער איז נאך בגדר בליץ באזוך ארוך, וואס איז מדרבנן.

משא"כ, ווייניגער פון 24 שעה, קען נישט האבן , נאר א חלות בליץ באזוך קצר, ממילא איז עס דאורייתא, און ביי דאורייתא איז חצי שיעור אויך אסור..
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט