טענקסגיווינג: קען מען יוצא זיין מיט מודים?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

[justify]פאר א קנאפע דריי טויזענט יאר צוריק – האבן די הייליגע חז''ל אראפגעשטעלט די שמונה עשרה. אכצן ברכות וואס אידן זאלן זאגן טעגליך. דער זעכצענטע ברכה הייבט זיך אן מיט די ווערטער מודים אנחנו לך... אין די דאזיגע ברכה פון מודים לויבן און דאנקן מיר דעם הייליגען באשעפער פאר אלע גוטס וואס ער האט געטאן מיט אונז, און טיט מיט אונז שטענדיג אויף טריט און שריט...
פאר מאנכע איז דאס ווארשיינליך נישט גענוג. לעצטענס האט זיך פארמירט א פרישע באוועגונג וואס רופט זיך טענק יו השם. די אנגעשלאסענע אינעם באוועגונג זענען איבערגעצייגט אז ווען מען זאגט מודים אנחנו לך אויף ענגליש – טענק יו השם, זעט מען באשיינפערליך הימעלישע ישיעות, א שטייגער ווי ווען מען עסט א שטיק געפילטע פיש לע''נ רבי ישעהו בן רבי משה...
דער געדאנק איז אייגענטליך נישט קיין נייער געדאנק.
אינעם זעכצענסטער יאר הונדרעט האט דער ענגלישער קעניג זשעימס דער ערשטער נישט ערלויבט פאר זיינע אונטערטאנען צו פרעפלען לויט זייער ווילן. אלע ענגלישע בירגער זענען געווען געצווינגן צו פרעפלען צו זייער ג-ט גענוי אויף די זעלבע נוסח ווי דער קעניג זשעימס. פאר מאנכע ענגלענדער האט דאס זייער נישט געשמעקט – זיי האבן געוואלט פרעפלען אויף זייער אייגענעם נוסח. דער קעניג האט זיי דערפאר אונטערדרוקט אויף אזא ברוטאלישער פארנעם, אזש זיי זענען געווען געצווינגן צו פליכטן פון ענגלאנד קיין האללאנד.
דארט אין האללאנד זענען זיי טאקע געווען פריי צו פרעפלען צו זייער ג-ט לויט זייער באגער. אבער זייער מאטריאליסטישער צושטאנד איז געווען זייער א שווערע. די פילגראמירער ווי זיי האבן זיך גערופן, האבן באשלאסן איבערצולאזן דעם אייראפעישער קאנטינענט אויף אייביג, און זיי האבן אריבערגעשפרייזט דעם ברויזענדעם אנטלאנטיק און זיך באזעצט אינעם ג-ט-געבענטשטער-לאנד פון קלומבוס, מערסטייל פון זיי האבן זיך באזעצט אין די ניו ענגלאנד קאליניעס.
ערשט האבן די פילגראמירער גאר שטארק אונטערגעהונגערט, ביז די אינדיאנע שבטים זענען געקומען צו זייער באלדיגער הילף. די אינדיאנער האבן זיי אויסגעלערענט ווי אזוי צו פלאנצן ווייץ, גערשן, קארן, און קאַבאַק, אויפן אמעריקאנער באדן. דער ערשטער שניט האט טאקע גאר שטארק געראטן, און די פילגראמירער זענען געווען אויסער זיך פאר פרייד. אזש זיי האבן איינגעלאנדעט די אינדיאנער צו א גרויסע מאלצייט וואו עס איז סערווירט געווארן צווישן די אנדערע, נארמהאפטיגע געבראטענע אינדיקעס אונטערגעשלאגן מיט צודרוקטע קארטאפל. און איידער די מאלצייט האט יעדער געמוזט אויסדרוקן א דאנק צום באשעפער פאר די גוטס וואס ער האט מיט זיי געטאן. זיי האבן ווארשיינליך אויך געגלייבט אז מען דאנקט דעם באשעפער אויף גוטס וואס ער טיט, שיקט ער ווייטער די שפע מיט א ברייטקייט. דאס איז פילייכט געווען דער ערשטער טענקסגיווינג מאלצייט דא אויפן אמעריקאנער באדן.
גענוי ווי מיר אידן עסן פסח מצה, צוליב דעם וואס אונזערע עלטערן האבן עס געגעסן אלס שקאלפן אין עגיפען, אזוי אויך עסן די אמעריקאנער איינמאל א יאר געבראטענע אינדיקעס וואס זייערע עלטערן האבן געגעסן ביי יענעם נאסטאלאגישער מאלצייט אין ניו ענגלאנד, און איידער די מאלצייט זאגט יעדער באנאזאם טענק יו השם...
די פראגע איז בלויז צו מארגן ביים גרויסארטיגן אינדיק-מאלצייט דארף מען זאגן אויף גויאיש טענק יו השם? צו מ'קען אויך יוצא זיין מיט מודים פון די שמו''ע?[/justify]

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
איך האב געהאט אן ענליכן שאלה פסח ביינאכט, צו מ'קען יוצא זיין סיפור יציאת מצרים מיט ברכות קריאת שמע. נאכמער, לויט'ן רמב"ם וואס ס'דא יעדן טאג א מצוה פון זכירת יציאת מצרים, וואס איז אנדערש פסח ביינאכט פון אגאנץ יאר? כ'האב געפרעגט א חשוב'ע רב, ער האט פרובירט דרייען אהין און אהער, סוף דבר איז געבליבן אז די עיקר מצוה פון סיפור יציאת מצרים קען מען לכאורה יוצא זיין, מה שנוגע דעם רמב"ם איז טאקע שווער...
בכלל דארף מען וואוסן אז די גאנצע מעשה ארום די Thanksgiving איז אויסגעזויגן פון פינגער, די אמעריקאנער מיט די Puritans המכונים Pilgrims האבן זיך גע'הרג'ט איינער מיט'ן אנדערן, און Thanksgiving איז מתחילה געווען אוועקגעשטעלט אלץ א פאסט-טאג, ווער ס'גלייבט נאך די אלע שטותים קען מיט איין גוגל-זוך געוואר ווערן דעם אמת, האטס מיר א פריילעכן יום טוב.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך האב געהאט אן ענליכן שאלה פסח ביינאכט, צו מ'קען יוצא זיין סיפור יציאת מצרים מיט ברכות קריאת שמע. כ'האב געפרעגט א חשוב'ע רב, ער האט פרובירט דרייען אהין און אהער, סוף דבר איז געבליבן אז די עיקר מצוה פון סיפור יציאת מצרים קען מען לכאורה יוצא זיין.
פסח ביינאכט איז פארהאן א חיוב פון "חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים" דערפאר דארפן מיר מקיים זיין סיפור יציאת מצרים גענוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטאן יענע נאכט. די פראגע איז צו אין טענקסגיווינגס איז אויך פארהאן דעם חייב אדם לראות את עצמו, מען דארף זאגן טענק יו השם איידער די אינדיק מאלצייט? אדער עס דארף נישט זיין חייב אדם לראות את עצמו, דערפאר קען מען יוצא זיין ביי מודים?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
(זיבענצנ'טן יארהונדערט)
לשון קדשו פון מורי ורבי, החסיד האמיתי, וויליאם בראדפארד:
[left]

[/left]I may not here omite how, notwithstand all their great paines & industrie, and ye great hops of a large cropp, the Lord seemed to blast, & take away the same, and to threaten further & more sore famine unto them, by a great drought which continued from ye 3. weeke in May, till about ye midle of July, without any raine, and with great heat (for ye most parte), insomuch as ye corne begane to wither away, though it was set with fishe, the moysture wherof helped it much. Yet at length it begane to languish sore, and some of ye drier grounds were partched like withered hay, part wherof was never recovered. Upon which they sett a parte a solemne day of humilliation, to seek ye Lord by humble & fervente prayer, in this great distrese. And he was pleased to give them a gracious & speedy answer, both to their owne, & the Indeans admiration, that lived amongest them. For all ye morning, and greatest part of the day, it was clear weather & very hotte, and not a cloud or any signe of raine to be seen, yet toward evening it begane to overcast, and shortly after to raine, with shuch sweete and gentle showers, as gave them cause of rejoyceing, & blesing God. It came, without either wind, or thunder, or any violence, and by degreese in yt abundance, as that ye earth was thorowly wete and soked therwith. Which did so apparently revive & quicken ye decayed corne & other fruits, as was wonderfull to see, and made ye Indeans astonished to behold; and afterwards the Lord sent them shuch seasonable showers, with enterchange of faire warme weather, as, through his blessing, caused a fruitfull & liberall harvest, to their no small comforte and rejoycing. For which mercie (in time conveniente) they also sett aparte a day of thanksgiveing.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:פסח ביינאכט איז פארהאן א חיוב פון "חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים" דערפאר דארפן מיר מקיים זיין סיפור יציאת מצרים גענוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטאן יענע נאכט. די פראגע איז צו אין טענקסגיווינגס איז אויך פארהאן דעם חייב אדם לראות את עצמו, מען דארף זאגן טענק יו השם איידער די אינדיק מאלצייט? אדער עס דארף נישט זיין חייב אדם לראות את עצמו, דערפאר קען מען יוצא זיין ביי מודים?
די אלע זאכן וואס זענען געאייגנט פאר פסח ביינאכט ווי לראות את עצמו און שיהא מצה ומרור מונחים זענען נישט מן התורה, בדיעבד איז מען זיכער יוצא אן די אלע זאכן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 130
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
- האט שוין געלייקט: 46 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל
Re: טענקסגיווינג: קען מען יוצא זיין מיט מודים?
עיין בספר הקדוש 'מה נשתנה' פון הרב דוד הנשקה, ווי ער איז מבאר די גאנצע השתלשלות פון די מצות און מנהגים פונעם ליל הסדר, מצות סיפור יציאת מצרים 'לליל הסדר' איז א שפעטערע זאך ואכמ"ל עיי"ש.רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קאך_לעפל האט געשריבן:פסח ביינאכט איז פארהאן א חיוב פון "חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים" דערפאר דארפן מיר מקיים זיין סיפור יציאת מצרים גענוי ווי אונזערע עלטערן האבן געטאן יענע נאכט. די פראגע איז צו אין טענקסגיווינגס איז אויך פארהאן דעם חייב אדם לראות את עצמו, מען דארף זאגן טענק יו השם איידער די אינדיק מאלצייט? אדער עס דארף נישט זיין חייב אדם לראות את עצמו, דערפאר קען מען יוצא זיין ביי מודים?
די אלע זאכן וואס זענען געאייגנט פאר פסח ביינאכט ווי לראות את עצמו און שיהא מצה ומרור מונחים זענען נישט מן התורה, בדיעבד איז מען זיכער יוצא אן די אלע זאכן.
לעצם העניין, עס איז א דבר פשוט אז מ'קען יוצא זיין מצות יציאת מצרים מיט קריאת שמע.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
צווישן די סיפורים וואס כ'פארצייל ביי די סעודה, איז א געוואלדיגע מעשה פון השגחה פרטית.
איינער פון די 102 מיטרייזער אויף דעם פילגרים שיף 'מעיפלאוער', איז געווען א משרת מיט'ן נאמען דזשאן האולענד. אינמיטן א שטורעם אויפן אפענעם אטלאנטיק, איז ער אריינגעפאלן אין וואסער, זיך אנגעהויבן דערטרונקען וכמעט שלא פרחה נשמתו. אין אן אויסערארענטליכען צופאל, האט ער באוויזן צו כאפן א שטריק וואס האט זיך נאכגעשלעפט דעם שיף, און איז צוריק ארויפגעברענגט געווארן ממצולות ים.
וואס וואלט געווען ווען ער דערטרונקט זיך יא? וואס קען שוין זיין? נאך אן אומבאקאנטער נאמען פון פיר הונדערט יאר צוריק, פארלוירען צו היסטאריע. פאקטיש איז 'האלב' פונעם גאנצן עולם אויסגעשטארבן אין דעם ערשטן ווינטער על אדמת אמעריקא. ווי מורי ורבי ר' וויליאם הנ"ל שרייבט: But it pleased God to visit us then with death daily.
איז ער אבער יא געראטעוועט געווארן. מה עשה הקב"ה? גאנצע 'צוויי מיליאן' אמעריקאנער היינט צוטאג זענען זיינע אייניקלעך, צווישן זיי דריי פרעזידענטן (טעדי רוזאוועלט, און די צוויי בושס.)
זי"ע.
איינער פון די 102 מיטרייזער אויף דעם פילגרים שיף 'מעיפלאוער', איז געווען א משרת מיט'ן נאמען דזשאן האולענד. אינמיטן א שטורעם אויפן אפענעם אטלאנטיק, איז ער אריינגעפאלן אין וואסער, זיך אנגעהויבן דערטרונקען וכמעט שלא פרחה נשמתו. אין אן אויסערארענטליכען צופאל, האט ער באוויזן צו כאפן א שטריק וואס האט זיך נאכגעשלעפט דעם שיף, און איז צוריק ארויפגעברענגט געווארן ממצולות ים.
וואס וואלט געווען ווען ער דערטרונקט זיך יא? וואס קען שוין זיין? נאך אן אומבאקאנטער נאמען פון פיר הונדערט יאר צוריק, פארלוירען צו היסטאריע. פאקטיש איז 'האלב' פונעם גאנצן עולם אויסגעשטארבן אין דעם ערשטן ווינטער על אדמת אמעריקא. ווי מורי ורבי ר' וויליאם הנ"ל שרייבט: But it pleased God to visit us then with death daily.
איז ער אבער יא געראטעוועט געווארן. מה עשה הקב"ה? גאנצע 'צוויי מיליאן' אמעריקאנער היינט צוטאג זענען זיינע אייניקלעך, צווישן זיי דריי פרעזידענטן (טעדי רוזאוועלט, און די צוויי בושס.)
זי"ע.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן: But it pleased God to visit us then with death daily.
ס'מיר נתעורר געווארן א ספק אין פשט. ווער איז למעשה דער visitor, גאט אדער טויט?