חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש

א שטורעם!! טויזענטער מענטשן גייען מיטהאלטען אלע הוצאות פון חיים עקשטיין'ס זוהן'ס חתונה אויף וואטסעפפ. ער וויל עס מאכן אונזער 10000 דאללער.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
ער האט עס שוין געטון בעבר, איך ווייס נישט אויב ממש צען אלפים, אבער אויך ביליג. די סעודה האט מען נישט פארטיילט, נאר וואך נאכט סטייל, יעדער נעמט אליין.
איך גלייב נישט אז ער איז באאיינפלוסט פון יואל ראטה, אויב יא קומט זיך אים טאקע קרעדיט. ר' חיים איז בטבע אזא מענטש וואס טוט וואס ס'איז ריכטיג און פייפט אויף די וועלט. ער איז א בחינה פון לעזער קרויס, נאר איין קליינע חילוק, ער איז א אומר מעט ועושה הרבה.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 133
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש
מען ברויך מאכן א אפענע גרופע ווי מען קען דיסקאסירן אפענערהייט,נישט באופן אדמין, נישט קיין יושר אז איך האב וואס צי זאגן און עס בלייבט שטעכן ביים געדערעם.
אויב איז פארהאן א אפענע גרופע פאר דעם ביטע פאוסטען, איך וויל למשל איבערשמיסן זיי גלארייכען ברעסלעט וואס ער האט געקויפט פאר צוויי רייניש און ארויס מיט רעשט.
עס קעניש זיין א איינזייטיגע געשפרעך.
Sent from my SM-N976V using Tapatalk

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
זיך אנשטויסנדיג פאריגע וואך אין ביהמ''ד מיט דעם גליון היכל הקודש, האב איך עס אזוי דורך געבלעטערט, צווישן די יתודות'דיגע הדרכות פון מוהרא''ש, און די פראקטישע עצות פונעם ראש ישיבה, און פייערליכע מעלדונגען פון די לעצטיגע סיומי הש''ס, האט מיין אויג אויפגעכאפט א אינטערעסאנטען שטיקל נייעס, וואס האט מיר געגעבן א שטעל אפ, נעמליך, נישט מער און נישט ווייניגער ווי קהילת היכל הקודש פראקלימירט א גראנדיעזער שבת התוועדות! וואס וועט פארקומען אויף א גאר רייכע פארנעם און די crown plaza hotel און וויליאמסבורג, ווי אלע חברי הקהילה, אינגעלייט און בעלי בתים, וועלן בינעזאם מיט'ן בני בית צוזאמען פארברענגען אין א געהויבענעם שבת'דיגע אטמאספער, ווי דער ראש ישיבה וועט אינאיינעם איבער חזרן די הייליגע עצות פון מוהרא'ש, ווי אזוי מען קען זיך האלטן ערליך און אזא שמוציגע וועלט פיל מיט פגם הברית און נשג'' ז וכו' בלא בלא....
און איך שטיי און שטוין, קענסט מיר אפשר זאגן פאר וואס עס פעלט אויס אויסציגעבן אזויפיהל געלט וואס מען האט נישט,בלויז פאר איין שבת וואס גייט פארביי אין אפאר שעה?? ווילסט פארברענגען א געהויבענעם שבת נועם הנשמות? פיין, זאל מען מאכן אז יעדער זאל עסן ביי זיך אינדערהיים, טונקען די אייגענע קאטשעניו, און נאכן בענטשען, אריבערקומען אין ביהמ''ד ווי עס וועט זיין ציגעגרייט רייכע טישן מיט פרוכט און ניסלעך, די בחורים וועלן ציגרייטן און אפרוימען די טישן, און מען וועט אינאיינעם זינגען, פארברענגען זאגן דברי תורה, און שפירן אן אמת'ער עונג שבת, אן די הארץ ווי פון אויסגעבן אזויפיהל געלט פאר נארישע מותרות וואס קיינער דארף נישט! איז דאס נישט א פיהל מער לאגישע, אויסגעהאלטענע וועג? ווייל יענער האט אפגעמאכט אז א שבתון מוז קומען מיט פוסטע לוקסוס וואס קיינער דארף אפילו נישט, מיז עס יעדער נאך טאנצען?
איף בין בכלל נישט קיין צילייגער, און זיכער נישט פון אזא וויכטיגע נושא ווי חתונה סטאנדארטן וואס האט אמת'דיג אריבערגעשפרייזט אלע פראפארציעס, אבער איך מיין אז די נקודה איז מובן מאיליו.
לאמיר א מינוט אריינטראכטן פערוואס טאקע מאכט מען אזעלעכע לוקסעריעזע שבתון 'ס?
נאר כ'מיין יעדער וועט פארשטיין אז א שבתון איז א cozy experience וואס מענטשן ווילן ענדזשויען און געדענקען, ממילא כדי צו דערוועקן די ראמאנטישע געפיהלן, פראוועט מען עס אויף א מער לוקסעריעזער סטאנדארט וואס מען האט געווענליך אינדערהיים,זייער פשוט.
ממילא אפילו פון א logical point of view ביזטו אמת'דיג גערעכט מיט'ן וועלן מאכן א שבתון אין ביהמ''ד, אבער אויב פארשטייסטו נישט די emotional perspective פון דעם ביזטו א פאלנער טיפוש , און דאס פארשטייט אפילו דער ראש ישיבה שליט''א.
יעצט די נמשל קענסטו אליינס אויספיגערן, אויב איינער דארף הילף וועל איך אפשר באלד אריינקומען קלארער.

אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש
דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !
אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט
דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים
אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען

moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !

דיסקלעמער איך בין יא א ר' יואל ראטה חסיד.
עס וואונדערט מיר אויך פארוואס פאר די שבת מעג מען יא ספענדן, איך ווייס מען קען מחלק זיין אבער די קושיא איז פארט שטערקער.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש
עמעזאן האט געשריבן:moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !
אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט
דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים
אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען
דיסקלעמער איך בין יא א ר' יואל ראטה חסיד.
עס וואונדערט מיר אויך פארוואס פאר די שבת מעג מען יא ספענדן, איך ווייס מען קען מחלק זיין אבער די קושיא איז פארט שטערקער.
וואס הייסט יא ספענדען ? יואלי לאזט נישט ספענדען אויף זאכן וואס די האסט נישט ,בעסער געזאגט סתם א אינגערמאן מיז ספענדען אפילו ער האט נישט און א יואלי ראטה חסיד מיז נישט טאמער ער האט נישט, יואלי ראטה מיט זיינע חסידים לעבן נישט אויף די וועלט? דרייווען נישט קיין קארס? וואינען נישט אין געקויפטע הייזער ? עסן נישט ? אזאנע העיטעד מענטשן אויף די סייט אז מען קען פייגערען,מענטשן מיט מרה שחורה , יא איך בין מקנא אסאך אינגעלייט וואס דרייען זיך ביי יואלי ראטה און זענען מער פרייליכער און צופרידן ווי אנדערע אינגעלייט , יואלי ראטה לאזט נישט פארן אויף קיין וועקעישאן? לאזט נישט גיין אויף א שאבאטאן? דאס גייט זיין די מינומים שבמינומים , נישט קיין לוקזערי קירבתנו שבת און קאסט אסאך ביליגער
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
עס איז מורא'דיג צו באמערקן, אז ברגע מ'רעדט פון יואלי ראטה, נעמט מען זיך רעדן זיין סארט שפראך. מ'רעדט פון אהבה מיט א האסעדיגע גיפט, מ'בארעדט יעדעם בשעת אז מ'רעדט פון אהבת ישראל. מ'פאדערט מ'זאל נוצן שכל מיט אומלאגישע ארגומענטן. עס איז עפעס א כח הפועל בנפעל.
בד"וו, מ'האט נישט קיין ברירה צו מ'זאל מיט גייט צו א שבת התוועדות. די זאכען זענען אויסגעשטעלט צוזאמען צו האלטן דער עולם. דער וואס וויל זיך האלטען א חלק פון די עולם, מוז מיטגיין, והוא דבר פשוט. ווען עס וואלט נישט אזוי געווען, וואלט קיינער נישט געמאכט קיין שבת התוועדות.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 14 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל
moneyminded האט געשריבן:דיין מעסיזש איז זשאסט העיט !
אין איין ווארט די חילוק איז, אז די שבת קאסט $850 א קאפעל וואס מען רוב אינגעלייט קענען עפפארדען פון די אייגענע טאש, א חתונה וויל יעדער א שיינע פענסי חתונה פאר 500 טויזענט דאלאר ווי בייטעל דער גור'ער אין עטרת חיה אפאר וואכן צוריק , אבער 99 פערצענט עולם קען זיך נישט עפפארדען קיין חתונה נאכט פאר 10 טויזענט אויך נישט , פאקט בלייבט פאקט
דיסקלעימער איך בין נישט קיין יואלי ראטה חסיד בכלל, גראדע איז דא זאכן וואס איך דיסאגרי מיט אים
אבער איך בין נייגעריג ווי אלט די ביזט און ווער עס האט באצאלט דיין חתונה פארן רעדן אזאנע קינדערישקייטען
איך זעה איך האב יא געדארפט בעסער ארויסברענגען די נמשל, צי פארמיידן זינלאזע אטאקעס דורך אזעלכע 'נישט' יואלי ראטה חסידים..(וואס ווייסט סאם האו אינסייד אינפאו וויפיהל די שבת גייט פונקטליך קאסטן.. באט עניוועי)
מיין נקודה איז בכלל נישט געווען ,צו טשאלענדשען יואלי ראטה און אים 'ווייזן' אז ער אליין קען אויך ספענדען געלט פאר אומנויטיגע זאכן, בכלל נישט,
איך האב פשוט געוואלט צוריקווארפן זיין דעמאגאגיע און פוסטע עטיטוד צו אים און פנים אריין,
ווער עס האט געהערט אמאל דעם ראש ישיבה'ס חיזוק שמועסן, ווייסט אז מהלך איז צו נעמען א געוויסע נקודה של אמת, און פשוט איגנארירן געוויסע פאקטארן וואס טוישט די מציאות, און בכלל נישט אדרעסירן די דאזיגע נקודות, נאר זיך נעמען רעדן פאוערפול און הויעך, באווירצט מיט קארנדיגע וויצן, ביז ווילאנג די זינלאזע נקודה זיצט באקוועם און די מוחות פון זיינע תלמידים, און Proof'ן זיך זעלבסט וואספארא היראו זייער ראש ישיבה איז מיט'ן זיך נאכאמאל דערוואגן צי פייטן עסטעבלישמענט...
דאס גענוי איז מיין פראבלעם ,ווען מען רעדט פון שניידן אומוויכטיגע הוצאות, און מען געט נישט קיין דעעם אז מען רעדט דא אויך פון מענטשען וואס זענען עמאציאנאל ביז גאר ווען מען מאכט חתונה א קינד, דאן קען עס נישט האבן קיין שום עפפעקט אויף די וועלט,
לאמיר נעמען א קליינע משל, פרייטאג צונאכטס קומענדיג אין ביהמ''ד ,פיהלט זיך יעדער קריספי און פריש, אפגעבאדן, מסודר, שיין אנגעטוהן, יעצט לאמיר אננעמען אז די סיבה פון דעם גוטן געפיהל, איז צוליב דעם שטריימל אויפן קאפ, און א עוורידזש שטריימל קאסט דעם אסטראנאמישן סכום פון $20,000, איין טאג וועט אויפשטיין א רעוואלוציאנער מיט א געוואלד, און זאגן אזוי, איך פארשטיי אז דו ווילסט שפירן דעם געהויבענעם פרייטאג צונאכטס פיהלינג, אבער ס'איז דאך נישט נארמאל דעם פרייז! לאמיר ערצייגן א שטריימל וואס קאסט בלויז ארום $2000 , דו בלייבסט וויטער מיט דעם דערהויבענעם געפיהל פרייטאג צונאכטס, טאקע נישט 'פונקטלעך' די זעלבע, אבער דאך דערהויבן, און דיין קעשענע ווערט נישט לער. אזא מענטש האט אדרעסירט דעם פראבלעם פון אלע אספעקטן, און געברענגט א זאכליכע לעזונג.
אבער אויב וועט קומען א צווייטער און אנהייבן ווילדעוון, ביסט מעשיגע אינגאנצען?? $20,000 פאר א פשוטער היטל?! ווער זאגט די דארפסט בכלל א שטריימל? געענדיגט מיט שטריימלעך! און מיין קהילה קומט מען שבת מיט א דאשיק! אזא מענטש האט נישט אדרעסירט דעם פראבלעם, און נישט געברענגט קיין לעזונג. פינטל.
יעצט דאס איז פונקטיליך די יואלי ראטה צוגאנג, אמער, דרייט מען מיט די פינגער, דער בחור האטעך געקענט שלאפן ביז יעצט און א ישיבה דארמיטארי אויף א שמאלע בעט, די מיידל האט דאך אויך געקענט גיין און קעמפ און שלאפן אויף א ספאנדש! איז ווייל זיי גייען יעצט וואוינען און איין הויז, שרייט דער ראש ישיבה מיט זיין קידערישן שכל, מוז מען זיי יעצט אויסשטאפירן מיט 48 בעטן????
און אלע חסידים פאטשען מיט גרויס הנאה ווי זייער היראו האט יעצט נאכאמאל 'אריינגעפליקט' פאר די נארישע סאסייעטי, און די לעזונג גייט ארויס קלאר. היירייזער בעטן!
איך מיין אז די נמשל איז אביסל קלארער, איך האב נישט קיין פראבלעם צי ספענדן אפאר דאלער פאר א רייכע שבתון וואס וועט מיר איבערלאזן מיט גוטע געפיהלן, אבער ביי אים עקזעסטירט דען עפעס חוץ קינדערישע לאגיק??
דאס איז מיין פראבלעם!
פארשטייסט צדיק?.
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
איך פארשטיי נישט, וואס ווילסטו זאל געשעהן? דער חתן זאל גיין צו די חתונה אהן א בעקישע?
און באמת איז דא גאר אסאך מענטשען וואס מאכען חתונה פאר ווייניגער ווי צען טויזענט דאלאר, דער חיים עקשטיין זז"ג איז גארנישט קיין מחדש, פרעגט אין בית המדרש די אלע אידען וואס איר ווייסט האבען נישט קיין לחם לאכול, וועלען אלע זאגען אז זיי האבען ב"ה חתונה געמאכט, און עס האט זיי גארנישט געקאסט, אפשר אביסעל בזיונות און אביסעל געזונט, אבער געלט? נישט קיין דאלאר, יעדעס דאלאר איז געוועהן פין א צווייטען.
און דער פאונט איז, אז דער ר' חיים עקשטיין זז"ג מאכט נישט חתונה פאר צען טויזענט דאלאר, ווער עס איז וואס נעמט קער פין דער מוזיק, צו עס איז א בחור פין דער ישיבה צו איינער וואס טוט עס פאר בחינם, גיבט אים אין עססענס 1500 דאלאר וויפעל א שפילער קאסט געווענליך, און אזוי איז לגבי דער חזן וואס זינגט ביי דער חופה וכו', ווייל ער האט קאנעקשינס און קען טרעפען מתנדבים זאלען אים געבען ביליגער צו בחינם יעדער זאך, מיינט נישט אז די חתונה האט באמת געקאסט צען טויזענט דאלאר.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:07 am
- האט שוין געלייקט: 179 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל
Re: חיים עקשטיין'ס חתונה מאכן פאר 10,000 דאלער טשעלענדזש
בעל רגש האט געשריבן:, ווי דער ראש ישיבה וועט אינאיינעם איבער חזרן די הייליגע עצות פון מוהרא'ש, ווי אזוי מען קען זיך האלטן ערליך און אזא שמוציגע וועלט פיל מיט פגם הברית און נשג'' ז וכו' בלא בלא....
.
מיט די זאץ האסטו פארלוירן די ארגומענט...
ושנית, יא געפילן נישט געפילן. פאר א שבתון ווערן רוב נישט פארארעמט אין קענען עס עפארדען. משא"כ ביים חתונה מאכן.
Sent from my SM-G955U1 using Tapatalk
נישט יעדער וואס שטארבט האט פארדעם געלעבט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 168
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
- האט שוין געלייקט: 30 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל
דו האסט 10 טויזענט מענטשן, אז דו וועסט עס איינפירן ביסטו נישט קיין קולט!
https://twitter.com/chizikaday/status/1 ... 5197637633