כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.
אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.

- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!
איך האלט גראדע אז דו ביסט גערעכט, לא יבוזו לגנב כי ירעב, די שאלה איז נאר וואס וועסטו זאגן וועגן א שווארצער שייגעצל וואס האט יא אדער נישט גע'גנב'עט א קלייניקייט פון א גרעסערע, אים טאר מען אויך נישט דן זיין, אדער דארף אים שומרים אנברעכן די ביינער כמו שכתוב.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אונטער חכם האט געשריבן:איך האלט גראדע אז דו ביסט גערעכט, לא יבוזו לגנב כי ירעב, די שאלה איז נאר וואס וועסטו זאגן וועגן א שווארצער שייגעצל וואס האט יא אדער נישט גע'גנב'עט א קלייניקייט פון א גרעסערע, אים טאר מען אויך נישט דן זיין, אדער דארף אים שומרים אנברעכן די ביינער כמו שכתוב.
אונטער חכם: דו ביסט גערעכט. אויסער דעם האלט איך אז ווען א שייגעצ'ל גנב'עט א פעקל פינאט טשוס פון א גראסערי איז ער נאכנישט חייב מיתה. יא. מ'דארף איהם גוט אנשרעקן. כדי דער אפעטיט פון גנב'נען זאלל איהם אוועקגיין. אבער אנברעכן די ביינער דארף מען נישט. מכח כמה טעמים. וועם מ'דארף יא אנברעכן די ביינער איז א שייגעץ וואס שלאגט און רודפ'ט אידן. צי ווייל ער איז א מאנקי פון דזשאנגל. צי ווייל ער איז א שונא ישראל...!
יעצט וועללן קומען די לומדים פון קאווע שטיבל (אזוי ווי ד--- ל--- פ--- ב---) און זיי וועללן אראפברענגען אלע מאמרי חז"ל פון גאנץ ש"ס בבלי וירושלמי, אז א בן נח איז נהרג על שוה פרוטה. קען איך עס טאקע נישט אפווענדן. אבער אונז ווייסן נישט דעם קאנטעקסט איבער וואס חז"ל האבן געזאגט די הלכה...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אישתישבי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:מיינט דאס אז כולל אטאטסוויל גייט זיך פארברייטערן?
זיי גרייטען זיך שוין, פאר ער קומט גייען זיי צוקייטלען אלע בענק, אויס מורא ער וועט גנב'נען דער באנק ווי זיין געוואוינהייט.
מייקל קאהן איז דער חזן, ער זינגט דער בעסטע, ער האט אפילו באזינגען דער פרעזידענט.
און דער אנדערע דארט פראבירט נאך אלץ צו געבן שוחד פאר קאהן זאל אים מאכען נאנט מיט דער פרעזידענט.
אישתישבי: דאס דערמאנט מיך א זיסע מעשה'לע וואס באלאנגט אפשר אין שמייכל... א געוויסע חשוב'ע משפחה בישראל וועלכע האלטן זיך נאך פאר שיינע אידן. אבער זייער זיידע זיכרונו ליבראכעה איז נאך אין ייטב לב'ס צייטן געווען באוואוסט אלס...גנב...! און די אייניקלעך ב"ה כהיום גייען אין זייער גרויסן זיידע'ס דרכים. האט איינער פון זיי חתונה געמאכט א קינד. און דער עולם האטציך געווערטלט צווישן זיך אז מ'דארף זיך אנהאלטן די טאשן...ווייל די זיידעס קומען דאך אראפ אויף דעי וועלט ביי א שמחה... און דער זיידע וועט זיכער אויך דארט זיין...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:יעצט וועללן קומען די לומדים פון קאווע שטיבל (אזוי ווי ד--- ל--- פ--- ב---) און זיי וועללן אראפברענגען אלע מאמרי חז"ל פון גאנץ ש"ס בבלי וירושלמי, אז א בן נח איז נהרג על שוה פרוטה. קען איך עס טאקע נישט אפווענדן. אבער אונז ווייסן נישט דעם קאנטעקסט איבער וואס חז"ל האבן געזאגט די הלכה...!
לאמיר אייך ארויסהעלפן. די דין פון בן נח נהרג על פחות משווה פרוטה, אפילו נניח אז ס'נישט קיין גוזמא (דברו חכמים לשון הבאי), איז נאר געזאגט געווארן אין ארץ ישראל בזמן שיד ישראל תקיפה, וואס דאן זענען די אידן איהם גארנישט מחויב, און די מינוט וואס ער שטעלט זיך נישט צו הונדערט פראצענט איז נישט דא קיין שום סיבה איהם צו האלטן. משא"כ היינטיגע צייטן ווען די אידן זענען נישט באלעבאס אויף קיינעם, אויב וועסטו הרג'נען די גוי ווייל ער האט גענומען א קענדי אן רשות, וועט מארגן די מוסולמענער דיך הרג'נען ווייל דו האסט נישט געפאסט אום ראמאדאן אדער ווייס איך וואס, ס'קען פשוט נישט ארבעטן אויף אזא מהלך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: ייש"כ פאר ארויסהעלפן. אבער איך האב נישט געהאט קיין הוה אמינא אז די חכמים זאגן הלכה למעשה אז היינטיגע צייטן זאלל א איד ארומגיין מיט א גאן אדער א מעסער און הרגנ'ען אלע גויים וועלכע גנב'נען. דאמאלס וואלט געווען א ריזיגע ליין אויף דעטה ראו. און די מערסטע פוילישע גוי'טעס וואלטן דארט געווען...! די גאנצע תגובה איז נאר געווען בלשון..."טאנג אין טשיעק"...!
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קיין איין פוילישע גויטע וואלט נישט גע'הרג'עט געווארן, קיין איין לאנד וואלט אונז נישט אריינגענומען, און די וועלכע וואלטן זיך אריינגעשווערצט וואלט מען איינגעשפארט אויף שטענדיג...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רביה"ק זי"ע: נישט די פוילישע גוי'טעס וועלכע וואוינען אין פוילן. נאר די וועלכע דער היימישער איד וואס האט געארבעט צוזאמען (לפי הודאתו) מיט'ן גלח האט אריינגעשווערצט קיין אמעריקע. און זיי האבן דאך געארבעט ביי אידן...!
ביי אונז אין שטוב האט אויך א געוויסע צייט געארבעט א פוילישע גוי'טע. מיין ווייב האט באמערקט אז אונזער מילעכיגע עסצייג סעט איז פוחת והולך. האט זי געפרעגט (רעטאריש) וואו ס'איז אהינגעקומען. האביך איהר געזאגט אז אויב זי וועט פארן אמאל קיין ווארשא וועט זי דארט טרעפן דעם גאנצן סעט...!

- כלבאשבוע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1028
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
- קאנטאקט:
מפיל קינד האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.
אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.
סאו, די פערדע באנק רויבעריי האט געקאווערט אלע זיינע חובות?
לויט די גאווערמענט איז די לעצטע רויבעריי געווען אקטאבער 29 און ער איז דארט ארויס מיט 105,000 $, ביים ארעסט בערך א חודש שפעטער האט מען נאך ביי אים געטראפן איבער $70,000 קעש
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: כשהן יורדין... א היימישע באנק רויבער??!
ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
צפור בודד האט געשריבן:ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
און דארט ווי ס'איז דא ביידע, למשל סיי ער איז א רבי און סיי ער בא'גנב'ט בענק, ווי אזוי וואלט מען עם דעמאלטס געדארפט דן זיין...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
[quote="צפור בודד"]ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.
דערמאנט מיר א ווארט אויף די וואכעדיגע פרשה: שטייט אין פסוק (ביי שביעי) ויען לבן ויאמר אל יעקב הבנות בנותי והבנים בני והצאן צאני וכל אשר לך לי הוא
שטעלט זיך א פראגע פארוואס האט לבן נישט געקענט זאגן פשוט אין קורצן "יעקב טייערער איך בין א רבי " -
נאר דער תירוץ איז, אז עקם הכתוב שמונה אותיות ולא הוציא דבר מגונה מפיו...

- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
צפור בודד האט געשריבן:ער האט געהאט א ברירה. ווערן א רבי און בארויבן כלל ישראל אדער ווערן א רויבער און בא'גנב'ען בענק. ווען ער זאל ווערן א רבי וואלט כלל ישראל סיי אים בארעדט און סיי באצאלט. איז ער געווארן א באנק רויבער וואס אונז קאסט עס גארנישט און נעבעך מען טאר אים נישט דן זיין.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איי געס ער איז נישט קיין קדוש מ'רעיכעם
- א-שופר-איז-א-שופר
- ידיד השטיבל
- הודעות: 157
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 08, 2017 3:26 pm
- האט שוין געלייקט: 184 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 154 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט איינער וואס קען אביסל דעם איד, ער איז א גרויסע רחמנות. ער האט ביטער שווער געארבעט פאר פרנסה, געהאט מער פון איין ביזנעס, אבער נישט פארדינט קיין געלט. ער האט פשוט נישט געזען קיין פירות אין זיין ארבעט. ער איז געווען שולדיג אסאך געלט פאר מענטשן און אנשטאט צו ווערן א מעמבער אין תהילים כולל אדער זיך מקבל זיין נישט צו דאווענען אינמיטן רעדן פאר 40 טעג, האט ער ליידער געמוזט בארויבן א באנק צו קענען באצאלן זיינע חובות.
אויף אזוי ווייט, אז די פערטע באנק רויבעריי איז נאך אויך געגאנגען פאר זיינע חובות. ווער עס איז נאכנישט אנגעקומען צו אזא נידריגן שטאפל, זאל ביטע מקיים זיין דעם אל תדין און אייננעמען א שטיל שווייגעניש.
מ׳קען יעדען און מ׳דארף יעדען דן זיין לכף זכות.
אבער סאיז דא א גרעניץ... א מענטש וואס פלאגט זיך פאר פרנסה און האט אסאך חובות איז נישט קיין תירוץ צו גיין רויבן, פינטל.
איך בין אים טאקע דן לכף זכות אבער קוק אים אן ווי א שוטה. מ׳כאפט היינט יעדעם איינעם. די פאליציי מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע און סייענס איז כמעט אוממעגליך נישט געכאפט צו ווערן.
איך בין אויך דן לכף זכות אלע מענטשען וואס ווערן דראג-עדיקטס. אבער כ׳האלט נאכאלץ אז סאיז א שרעקליכע טעות צו נעמען דראגס וואס פיהלט גוט אויף די מינוט אבער באגראבט דיך לעבעדיגערהייט. סאיז חיי שעה...
יעדע באנק רויבער כמעט האט מען צום סוף געכאפט. איזהו חכם הרואה את הנולד. איין מאל גייט עס אים געלונגען צוויי מאל, אבער סוף גנב לתלי׳...
זייער נעריש צוטוהן די זאכן. די זעלבע איז שווינדלן. ס׳ענדיגט זיך זייער נישט גוט געווענטליך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אישתישבי האט געשריבן:מסכים צו דער גיסטע פין דיין תגובה, אבער מען כאפט נישט יעדעס באנק רויבער, מען וואלט אים אויך נישט געכאפט ווען ער טוט עס נישט איבער אזויפיל מאל.
די ערשטע דריי בענק האבן זיי נישט געהאט קיין אהנונג ווי צו זוכן.
סוכ״ס כאפט מען יעדען. כמעט יעדען. זעהסט דאך מ׳האט אים געכאפט.
הער אויס אז איינער פארט דורך די רויטע לייט איינמאל איז טאקע א גרויסע טשאנס נישט געכאפט צו ווערן. אבער טאמער איינער טוט עס יעדן טאג גייט מען אים סוכ״ס כאפן.
אמאליגע צייטן איז געוועהן גרינגער צוזיין א קרימינאל. היינט איז די פאליציי שטארק sophisticated.
ער דארף מאכן איין קליינע טעות. א שטיקל האר אדער DNA פון זיין מאנטל בלייבט איבער דארט איז שוין דא א track. סאיז נישט אזוי פשוט ווי אמאל. אסאך קרימינאלן האט מען געכאפט דורך די רעדער פון זייער קאר! Tire track impressions. אסאך מענטשען האט מען געכאפט אפילו לויט זייערע שיך וכו׳
וואטש די טיווי שוי Forensic Files סאיז העכסט אינטערסאנט וויאזוי די פאליציי ארבעט היינטיגע טעג. סאיז זייער זייער שווער צו זיין א באנק רויבער און נישט געכאפט ווערן אין די היינטיגע מאדערנע וועלט. סוף גנב לתלי׳ איז אמת. חוץ אז איינער גאנבט איינמאל, כאפט געלט און גייט ווייטער און עס איז פונקט געלונגען. אבער רוב מאל איינער וואס גייט רויבן א באנק איינמאל טוט עס נאכמאל און נאכאמאל ביז מ׳כאפט אים.
אסאך בענק האבן אזא רויטע טינט וואס זיי לייגן אריין אין די געלט. ער איז געגאנגען דירעקט צו קליינע בענק אין אפסטעיט וואו עס איז דא ווייניג מענטשען. דארט איז זיכער דא א גרויסע טשאנס אז איינער זאל באמערעקן וואספארא קאר ער האט געדרייווט וכדומה, טאקע ווייל סאיז דא ווייניג מענטשען.
איך וואלט קיינמאל נישט בארויבט קיין באנק אדער געטוהן קיין שום קרימינאלע זאכן ווייל איך וויל פשוט שלאפן ראוהיג. איך וואלט מורא געהאט אפשר גייט די FBI קלאפן אויף מיין טיר פארטאגס. ס׳לוינט זיך נישט פאר די פאר דאללער צולעבן אין פאניק א גאנצע צייט אז אפשר גייט מען מיך כאפן. חוץ מזה אפילו איך ווייס זיכער מ׳גייט מיך נישט כאפן וואלט איך עס אויך נישט געטוהן ווייל פאר מיר אליינס וויל איך זיין א ערליכער מענטש.
איך וואלט נישט געפיהלט גוט אז איך בין עפעס א קרימינאל. פשוט פאר מיין אייגענע געוויסן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius