לערנען צו לייענען גוט ענגליש.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
לערנען צו לייענען גוט ענגליש.
איך קען ליינען ענגליש געהעריג, ווילאנג עס איז קורצע זאכן, ווי אימעילס וכדומה, ווען איך וויל אבער ליינען אן ארטיקל אדער בוך נעמט מיר עס דריי פיר מאל אזוי לאנג ווי ליינען אידיש, און איך ליין שוין ענגלישע ארטיקלען אדער ביכער אויף א טעגליכע פארנעם עטליכע יאר, האט איינער עפעס אן עצה דערפאר?
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:איך קען ליינען ענגליש געהעריג, ווילאנג עס איז קורצע זאכן, ווי אימעילס וכדומה, ווען איך וויל אבער ליינען אן ארטיקל אדער בוך נעמט מיר עס דריי פיר מאל אזוי לאנג ווי ליינען אידיש, און איך ליין שוין ענגלישע ארטיקלען אדער ביכער אויף א טעגליכע פארנעם עטליכע יאר, האט איינער עפעס אן עצה דערפאר?
אולי, אז וועסט רעדן מער ענגליש וועט די קאפ מער "טראכטן" אויף ענגליש, ממילא וועט דיין מח נישט דארפן טרענסלעיטן וואס די אויגען לייענען אין ענגליש, אויף יודיש. לויט ווי עס זעט אויס, איז די אריכות ווייל די מח דארף ביזדערווייל טרענסלעיטען די לאנגע ענגלישע ליינעריי אויף יודיש כדי צו איידענטיפייען קלארערהייט די תוכן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: לערנען צו לייענען גוט ענגליש.
כוואלווי ועוד, וועל איך זאגען אז ביז אפאר נאכ׳ן חתונה האב איך געמיינט אז איך קען נישט ליינען קיין אידיש. יעדעס מאל וואס איך האב פראבירט, איז עס מיר עכט שווער געווען. איך האב דעמאלס געהאט א חברותא אין ישיבה, א אידיש רעדנער. איין שיינעם טאג האב איך פארלוירן מיין שטימע, און א שיינע פאר מאנאטן האב איך נישט געמעגט רעדן הויך. האב איך צו איהם געשריבען, און איך האב געזען אז איך קען יא אביסל.
פון דעמאלס האב איך אנגעהויבן מער און מער ליינען, עד היום הזה.
נאר פרעקטיס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פון דעמאלס האב איך אנגעהויבן מער און מער ליינען, עד היום הזה.
נאר פרעקטיס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש נאוועמבער 23, 2019 1:17 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
נאך א קליין עצה: אז דו ליינסט אן ארטיקעל אדער בוך אויף ענגליש - דארפסטו ניט אלא די ווערטער פארשטאנען. אין אנהייב אז מע לערנט זיך א נייע לשון איז עס אוודאי חשובער צו האבן א געוויס גיכקייט אין זיין לייענען. שפעטער קענסטו עטלעכע ווערטער וואס דו האסט צרות מיט איבערקוקן אין א ווערטערבוך אדער עפעס. אחוץ פון לייענען אסך, און לייענען גיכער, איז אויך גוט צוהערן צו ענגליש.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער האט געשריבן:גם אני בחלומי איך וואלט געפייגערט צו עפענען אן עמי און עס ליינען די זעלבע פליסיג ווי א מאמענט!
איך מיין ס'נאר דא איין עצה מגולגל ווערן נאכאמאל.
קאצקע צוקער: לאו דוקא. דו קענסט נאך אין דעם גילגול אויך זיך אויסלערנען צו ליינען און פארשטיין וואס דו ליינסט אויף ענגליש...!
איך קען א מענטש, א חבר מיינער וועלכער איז געבוירן אין ארץ ישראל. אבער ער איז אוועקגעפארן פון דארט אלס קליין יונגל. און ער האטציך אויסגעלערנט צו רעדן און ליינען די שפה הטמאה, עברית. די זעלבע איז מיט ענגליש. ווען ער איז געקומען קיין אמעריקע האט ער נאר געקענט 3 ווערטער ענגליש. אבער היינט צו טאג ליינט ער און שרייבט גאנץ גוט אויף ענגליש. און נאך עטליכע שפראכן.
דרך אגב. מיין חבר האט מיר געזאגט אז ליינען און שרייבן אויף העברעאיש, בלע"ז (פאר די ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני) האט איהם א סאך צוגעהאלפן גרינגער צו פארשטיין גמרא...!
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:דרך אגב. מיין חבר האט מיר געזאגט אז ליינען און שרייבן אויף העברעאיש, בלע"ז (פאר די ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני) האט איהם א סאך צוגעהאלפן גרינגער צו פארשטיין גמרא...!
רח"ל מהאי דעתא, אוי לאזניים שכך שומעות, אוי לנו שכך עלתה בימינו.
מיר האבן דאך א כלל אז 'מֵרְשָׁעִים יֵצֵא רֶשַׁע'
ס'קען דאך ניט זיין ס'זאל ארויסקומען עפעס גוט'ס פון אזא טריפה'נע שפראך
מוז זיין אז זיין גאנצע הבנה קומט פון די סיטרא אחרא און גייט צו די סיטרא אחרא...
ר' בערל, אויף דיר וואלט איך נישט געגלייבט אז דו זאלסט האבן א חבר מיט אזוינע דעות כוזבות...
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 641 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:גם אני בחלומי איך וואלט געפייגערט צו עפענען אן עמי און עס ליינען די זעלבע פליסיג ווי א מאמענט!
איך מיין ס'נאר דא איין עצה מגולגל ווערן נאכאמאל.
נישט אמת. ליין און ליין, שרייבן אויף טעקסט אדער אימעיל איז אויך ראטזאם. עס נעמט נישט צו לאנג, ליין די עמי יעדע וואך און ביז א יאר צוויי וועסטו קענען אסאך אסאך בעסער. הייב אן מיט איין קאלום א וואך, און צוביסלעך וועט עס פארן צו מער.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נקודת-אמת האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:דרך אגב. מיין חבר האט מיר געזאגט אז ליינען און שרייבן אויף העברעאיש, בלע"ז (פאר די ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני) האט איהם א סאך צוגעהאלפן גרינגער צו פארשטיין גמרא...!
רח"ל מהאי דעתא, אוי לאזניים שכך שומעות, אוי לנו שכך עלתה בימינו.
מיר האבן דאך א כלל אז 'מֵרְשָׁעִים יֵצֵא רֶשַׁע'
ס'קען דאך ניט זיין ס'זאל ארויסקומען עפעס גוט'ס פון אזא טריפה'נע שפראך
מוז זיין אז זיין גאנצע הבנה קומט פון די סיטרא אחרא און גייט צו די סיטרא אחרא...
ר' בערל, אויף דיר וואלט איך נישט געגלייבט אז דו זאלסט האבן א חבר מיט אזוינע דעות כוזבות...
נקודת אמת:הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פילליפ (פליפ-פלאפ) וואס ער איז דוגל בשיטת רביה"ק זי"ע האט טאקע פעסטגעשטעלט אין איינס פון זיינע מאמרי קודש וואס ער האט אליינס געזעהן מיט זיינע עיניו הבדולחים אז בעיקבתא דמשיחא וועט אן ערליכער איד נישט קענען לערנען תורה. און נאר דער פאר וועם די סיטרא
אחרא העלפט צו. דער וועט קענען לערנען תורה...אט דאס האט דער משוגע'נער געזאגט. און נאכדערצו מיט אן ערנסטן פרצוף...!
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
מפיל קינד האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:גם אני בחלומי איך וואלט געפייגערט צו עפענען אן עמי און עס ליינען די זעלבע פליסיג ווי א מאמענט!
איך מיין ס'נאר דא איין עצה מגולגל ווערן נאכאמאל.
נישט אמת. ליין און ליין, שרייבן אויף טעקסט אדער אימעיל איז אויך ראטזאם. עס נעמט נישט צו לאנג, ליין די עמי יעדע וואך און ביז א יאר צוויי וועסטו קענען אסאך אסאך בעסער. הייב אן מיט איין קאלום א וואך, און צוביסלעך וועט עס פארן צו מער.
נעה איך ליין שוין יארן אימעלס מיט זאכן אויפן אינטערנעט אבער די פליגסיקייט ביים ליינן דער עמי אדער המודיע האב איך נישט איך גלייב נישט אז מען קען עס פאריכטען
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קאצקע ציקער: אין לך דבר העומד בפני הרצון. הייב אן ליינען עמי אדער המודיע. צוערשט וועסטו נאר פארשטייין 2 ווערטער פון דעם גאנצן ארטיקל. אבער א יעדן טאג וועסטו זיך אויסלערנען מער און מער נייע ווערטער. א גוטער, אלד פעשיאנ'ד דיקשיאנערי קען אויכעט א ביסל צוהעלפן. (ס'איז בעסער און גרינגער ווי גיין צו גוגל טרענסלעיט א יעדעס מאל.)...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: לערנען צו לייענען גוט ענגליש.
הרחק מן הכיעור ודומה לו. ליין נישט עמי, משפחה, המודיע מיט די אנדערע שלעכט געשריבענע און נישט דורכגעטראכטע חרדישע זשורנאלן וואס וועלן דיר איינגעוויינען מיט שלעכטע געוואוינהייטן און קנאפע איכות. ביי די חרדישע קאטשקעריי וועסטו דיך אויסלערנען וויאזוי צו ספינען און לייענען שרייבעריי פון אחד בעט ואחד בלב. ליין קואליטעטע ביכער, צייטונגען און מאגאזינען. לייען הענרי דזעימס, טשארלס דיקענס וכדומה. אז אין אנהייב איז צו שווער הייב אן מיט ליטל הויז אן דע פרעירי, וויזארד אוו אז און ענלעכס. גוט שרייבן און גוט לייענען איז גוט דענקן און גוט טראכטן און די צוויי קען מען נישט אפטיילן.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
- הדסים
- היימישער באניצער
- הודעות: 354
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
- האט שוין געלייקט: 343 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל
עס איז מיר א חידוש די וואס שרייבן אז זיי ליינען שוין פאר יארן און מוטשנען זיך נאכאלס, איך קען בלויז שרייבן מיין אייגענע עקספיריענס.
איך פלעג ליינען ליין מאטריאל פאר קינדער, (Mishpacha Jr, Ami Aim), זיי האבן גוטע חומר וואס קען זיין אינטערסאנט פאר עדאלטס. למשל קורצע שטריכן איבער א באקאנטע פיגור, א שטיקל וועלטליכע נייעס, א פרישע ערפינדונג, אינטערסאנטע בע"ח. פארשטייט זיך אז זיי האבן אויך זייער נארישע מעשיות, אבער דו קענסט זייער שנעל זען וועלכע קאלומס זענען אינטערסאנט פאר דיר.
שפעטער האב איך מיר געפילט מער באקוועם, און איך האב אנגעפאנגען צו ליינען די רעגולער משפחה/עמי מער און מער. דארטן איז אויך דא זאכן וואס זענען מיר נישט אינטערסאנט, איך האב מיר שוין אויסגלערנט צו ליינען וואס איך גלייך.
לדעתי ביזטו נישט גערעכט, די ענגלישע משפחה איז א פיינע קוואליטעט, און די עמי גייט אויך אין די גוטע דיירעקשן. דארפסט נישט ליינען אלעס, א גרויס חלק איז זייער פיין. חוץ מזה, מיין טאטע זיצט שבת נאכמיטאג מיט א גמ', איך מיט א משפחה. וואס נאך ווילסטו פון מיר?

צפור בודד האט געשריבן:הרחק מן הכיעור ודומה לו. ליין נישט עמי, משפחה, המודיע מיט די אנדערע שלעכט געשריבענע און נישט דורכגעטראכטע חרדישע זשורנאלן וואס וועלן דיר איינגעוויינען מיט שלעכטע געוואוינהייטן און קנאפע איכות. ביי די חרדישע קאטשקעריי וועסטו דיך אויסלערנען וויאזוי צו ספינען און לייענען שרייבעריי פון אחד בעט ואחד בלב. ליין קואליטעטע ביכער, צייטונגען און מאגאזינען. לייען הענרי דזעימס, טשארלס דיקענס וכדומה. אז אין אנהייב איז צו שווער הייב אן מיט ליטל הויז אן דע פרעירי, וויזארד אוו אז און ענלעכס. גוט שרייבן און גוט לייענען איז גוט דענקן און גוט טראכטן און די צוויי קען מען נישט אפטיילן.
Sent from my SM-G973F using Tapatalk
לדעתי ביזטו נישט גערעכט, די ענגלישע משפחה איז א פיינע קוואליטעט, און די עמי גייט אויך אין די גוטע דיירעקשן. דארפסט נישט ליינען אלעס, א גרויס חלק איז זייער פיין. חוץ מזה, מיין טאטע זיצט שבת נאכמיטאג מיט א גמ', איך מיט א משפחה. וואס נאך ווילסטו פון מיר?
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:קאצקע ציקער: אין לך דבר העומד בפני הרצון. הייב אן ליינען עמי אדער המודיע. צוערשט וועסטו נאר פארשטייין 2 ווערטער פון דעם גאנצן ארטיקל. אבער א יעדן טאג וועסטו זיך אויסלערנען מער און מער נייע ווערטער. א גוטער, אלד פעשיאנ'ד דיקשיאנערי קען אויכעט א ביסל צוהעלפן. (ס'איז בעסער און גרינגער ווי גיין צו גוגל טרענסלעיט א יעדעס מאל.)...!
ר'בערל איך פארשטיי יעדע ווארט אבער ס'ליינט זיך נישט פליסיג אזוי ווי יודיש דאס אלעס
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט: