כ''א כסלו אמאל און היינט.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

כ''א כסלו אמאל און היינט.

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]עס דערנענטערט זיך שוין דער גרויסן טאג כ''א כסלו. פאר די וואס ווייסן נישט, אדער פאר די וואס האבן נישט געלערנט, איז כ''א כסלו איז דער טאג וואס רבינו הק' זי''ע איז באפרייט געווארן פון די נאצישע נעגל. אין יענעם אייז קאלטען דעצעמבער נאכט, האט דער א.ג. פאראדע/ קאסטנער באן, איבערפולט מיט אונגארישע אידן, ענדליך אריבערגעשפרייזט דעם גרעניץ פון נאצי-דייטשלאנד צו די שטאט סט. גאלען אין דער שווייץ. דער רבי זי''ע האט געשפאנט אין די קאלטע גאסן פון סט. גאלען, און די ענדע-מאנאט -לבנה האט געווארפן איר בלייסער שיין, דער רבי זי''ע האט זיך זיכער זייער געפרייט ענדליך זיך צו געפונען אויף דער פרייער לופט. דער רבי זי''ע האט באשיינפערליך נישט אנגעקוקט זיין באפרייאונג מער אויסערארענדליך ווי די באפרייאונג פון אנדערע אידן , ער האט ווארשיינליך געפילט ביי זיך גענוי ווי יעדע איד וועלכע האט באוויזן צייטליך זיך ארויסצוזען פון די נאצישע גיהינום.

אין די ערשטע יארן וואס דער רבי זי''ע האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, האט מען כ''א כסלו געזאגט געהעריג תחנון ביים דאווענען. דער טאג איז נישט מיט גארנישט אנדערש ווי א אלגעמיינער דורכשניטליכער טאג. שפעטער אין די יארן פון תשי''א – תשי''ב אומגעפער, אין די נאכט פון כ''א כסלו, האבן זיך צוזאמגענומען עטליכע געווייקטע חסידים א שטייגער ווי רבי שלום לויפער, רבי אלי דוד טירנויער, און רבי נפתלי אינדיג ע''ה און נאך, און זיי האבן געמאכט א ענגע סעודת הודאה אין בית מדרש, און מ'האט זיך מיט פרייד געווינטשן לחיים, און געלויבט השי''ת פאר זיין גרויס-גענאדע, אז דער רבי איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע-נעגל. א יאר דעראויף האבן די חסידים זיך גענומען די קאראזש און איינגעלאדענט דעם רבי'ן זעלבסט אנטייל צו נעמען אין די סעודה. דער רבי האט איינגעשטימט, און ער האט טאקע זיך געוואשן צו א סעודת הודאה. פון דאן אן איז אייגעפירט געווארן אין סאטמאר אז כ''א כסלו וואשט מען צו א סעודת הודאה.

ווי ס'איז באוויסט האט דער רבי זי''ע ליידער נישט געהאט קיין קינדער. דערפאר איז אין סאטמאר קיינמאל נישט אפגעהאלטן געווארן רבישע חתנות אד''ג. און דער יונגערע סאטמארע גענעראציע האט געלעכצט נאך טאראראם... זיי האבן געוואלט געניסען פון טאראראם ווי אין די אנדערע חסידישע הויפן, זיי האבן געוואלט זיין ככל הגוים בית ישראל... דערפאר איז דער באשיידענעם סעודת הודאה שטאפלווייז פארוואנדלט געווארן צו א גראנדיעזע יום הצלה מאַניפעסטאציע. מען האט אדאפטירט דעם יום הצלה טערמין פון ליבאוויטש און עס איז געווארן א גאנצע אונטערנאציאנאלע הצלת הדורות, אזש מען אויפגעהערט זאגן תחנון, מ'האט געטאנצן מיט מוזיק, די קינדער זענען אנגעקליידעט געווארן מיט ווייסע העמעדער. ס'איז געווארן א גאנצע יום טוב...

ווי לאנג דער רבי זי''ע איז נאך געווען געזונט זענען נאך זאכן געפארן גאנץ נארמאל. אבער אנגעהויבן פון יאר תשל''ב - ווען מ'האט באשלאסן צוזאמצושמעלצן דעם באשיידענעם כ''א כסלו סעודת הודאה אינאיינעם מיטן יערליכער דינער פאר די ישיבה, איז דער צושטאנד גענצליך ארויס פון יעדע פּראָפּאָרציע. דער כ''א כסלו מאַניפעסטאציע איז פארוואנדלט געווארן צו מאסיווער קאנווענשאן, מיליאנען דאללארן ווערן יערליך פארשווענדעט להגדיל הטראסק והפאפאראצי און מ'האלט דעם עולם געשפאנט מיט לאנגווייליגע און מיט אומנויטיגע דרשות וועלכע גריצלען אין די אויערן. אין קורצן דער מאַניפעסטאציע האט פארלוירן דאס גאנצע חסידישן חן, דעם גאנצער אמאליגער ארגינעלער טעם. בלויז די קינדער וועלכע לעכצען צו זען ווי דער קעדילעק פונעם רבי'ן שליט''א רייסט אריין אינעם פאליש פונעם ארמערי מיט בליציגע לעמפלך און שרייענדע סירענס, האבן נאך אן אינטערעסע אין די כ''א כסלו מאַניפעסטאציעס... (ווער געדענקט דען נישט דאס אויסטערלישער געשפאנטקייט וואס מ'האט געשפירט אלס קינד, ווען דער גרויסער אריה לייב האט געדינערט מיט זיין בארוועסע שטימע... דער קאר פון רבי'ן איז שוין בלויז צוויי גאסן אוועק.... אוי דאס ליצנות....)

פון יאר צו יאר ווערט דער עולם קליגער... מ'בלייבט אינדערהיים. מען גרייט צום טיש די טראדיציאלע כ''א מאכלים, אמעריקאנע ניסלעך און מאנדערינען, און ציגאב צו קאלט פלעשעל ביר... דאן טאנצט מען ארום דעם טיש צוויי מאל זינגענדיג די הייליגע זמירות פון כ''א כסלו: חסדי השם כי לא תמנו... און בך בטחו... און מיט די זעלבע תניעות און קנייטשן ווי אזוי דער רבי זי''ע פלעגט דאס זינגן... און מען זאגט דריי מאל לשנה הבא הירושלים און מ'גייט שלאפן.... און די מדקדקים לערנען פארן שלאפן גיין די הקדמה פון על הגאולה ועל התמורה עד שחטפו שינה...[/justify]
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

מ'זעהט די מעשי שטן ווי ער פארלייגט זיך אז מ'זאל ליצנות מאכן פון כל דבר שבקדושה.
יא, מאך חוזק אבער ווען דיינע קינדער וועלן נישט אנהייבן צו וויסן וואס כ"א באדייט וועסטיך רייסן די האר פון קאפ.
אבער דעמאלטס וועט זיין טו לעיט

סא זיי נישט קליגער ווי דיינע זיידעס וואס האבן אנגעהאלטן די מסורה פון זייער זיידעס ווייל היום אומר לו עשה כך וכו'
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך_לעפל האט געשריבן:וועל אריה לייב האט געדינערט מיט זיין בארוועסע שטימע

בארוועסע?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הרב ליטוואק, מיר ווארטן צו הערן דיין חוות דעת.....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וועל אריה לייב האט געדינערט מיט זיין בארוועסע שטימע

בארוועסע?

באוואסע
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליפא האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:וועל אריה לייב האט געדינערט מיט זיין בארוועסע שטימע

בארוועסע?

באוואסע

*באסאווע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

נאר אין סענדס סטריעט האט מען דאס נישט געלערנט...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שמעקעדיג האט געשריבן:הרב ליטוואק, מיר ווארטן צו הערן דיין חוות דעת.....


אין מסרבין לגדול, וועל איך דיר זאגען חוות דעת קדשו פון רביה"ק זז"ג פון וואודרידזש, וואס האט געזאגט 'סאטמאר האט דריי חגאות - כ"ו אב, כ"א כסלו, און ה' אייר'. ומי יבא אחרי המלך?

ווא דארף מען צולייגען?

באמת, מיט עטליכע יאר צוריק, האב איך געהאט א בן זכר אום כ"א כסלו. מ'האט געקלערט צו מ'זאל א נאמען געבן נאך א זיידען, אדער נאכ'ן רבי'ן, אדער נאך קאסטנער אליינס. צום סוף האט דער זיידע געזיגט.

דער עיקר איז, אז יעדער זאל האבען א שנה טובה בדרכי החסידות, און מ'זאל נישט פארגעסן אז כ"א כסלו האט א חוה"מ מיט אונטערשטער טעג אויך, ווען דער רבי דער ברך משה איז געראטעוועט געווארען פון טערביולענס אויף זיין פליגע קיין פלארידא. דער סאטמארער עולם קען אונז דערמאנען פון דער גרויס נס מיט די אלע פרטי פרטים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

Re: כ''א כסלו אמאל און היינט.

שליחה דורך חוקר ודורש »

מזאגט א ווערטל אז י״ט כסלו איז דאך ראש השנה לחסידות (לפי שיטת חב״ד), קומט סאטמאר צוויי טעג דערנאך און פייערט א יו״ט לרגל זייער רבי׳ן וואס האט מבטל געווען חסידות..


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

איך זעה היינט אינעם קול הציבור, אז די ארונים האבן ערפונדען א נייעם טיטל צו שרייבן אויפן סאטמאר רב קוה"ק מסתמא מיינט עס "קודש הקדשים". איך טראכט אפשר פלאנען זיי בקרוב אנצוהייבן שרייבן אויף אהרן'ן הקוה"ט דערפאר דארפן זיי קודם גרעסער מאכן דעם סאטמאר רב.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

היינטיגען טאג ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה וואס א "מדינת ישראל פאן" הענגט און פלאטערט פארענט פון זיין הויז = נישט געזאגט קיין תחנון צוליב דעם יום ההצלה פון סאטמארער רבי זי"ע
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אזויווי דעם יאר איז באשאפן געווארן א נייע "ליל שימורים", האב איך דעם נאכט געלאזט די שלעסער אויפגעשפארט, און וואונדער איבער וואונדער קיינער האט זיך נישט געוואגט אריינצוקומען אינמיטן די נאכט אן רשות, איך פארשטיי נישט וויאזוי ס'קענען נאך זיין מענטשן וואס אנערקענען נאכנישט אז רביה"ק אמת ותורתו אמת.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיר זענען היינט געפארן מיטן באן צו דער ארבייט... זכר לנס...

כ'האב מיך באגעגענט מיט שרעקליכע באגעגעניש... כ'מיין אז כ'האב געזען א שרעקליכע ראיה אסורה... כ'האב געזען א פרוי.. אבער ס'קען גאר זיין אז ס'איז געווען א מאן... כ'ווייס נישט זיכער... איך בין געווען שאקירט ביז גאר, נעמליך כ'האב אלעמאל געמיינט אז בלויז אויפן אינטערנעט זעט מען ראיות אסורות...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

קאך_לעפל האט געשריבן:מיר זענען היינט געפארן מיטן באן צו דער ארבייט... זכר לנס...

כ'האב מיך באגעגענט מיט שרעקליכע באגעגעניש... כ'מיין אז כ'האב געזען א שרעקליכע ראיה אסורה... כ'האב געזען א פרוי.. אבער ס'קען גאר זיין אז ס'איז געווען א מאן... כ'ווייס נישט זיכער... איך בין געווען שאקירט ביז גאר, נעמליך כ'האב אלעמאל געמיינט אז בלויז אויפן אינטערנעט זעט מען ראיות אסורות...

ס'קען גאר זיין אז ס'איז געווען א אנדרוגינוס... ספק זכר או נקבה
פארשפארט