ויחלום והנה סולם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

ויחלום והנה סולם

שליחה דורך פליקער »

ויחלום והנה סולם

איך דערמאן זיך יעדעס יאר ווען עס נעמט גיין פרשת ויצא, ווי אקטיוו איך בין געוועין אלס קליינער, א גאנצע אינדאסטרי וואס פלעיגט ווירבלען, נעמליך מען האט געקויפט סולם'ס, עס האט געפאדערט מעילער'ס, קינדער וואס האבן געהאט דעים חוש פון מאלן, זיי האבן געמאלן אלע ערליי מינע סולם'ס, מען האט פארברעינגט גאר אסאך צייט, איבערגעמאלן צעינליגע שטיק ביז עס האט זיך געמאכט עפעס א לייטישער סולם.

עס האט דאך געהאט גאר שטרעינגע הלכות, ווי אזוי עס האט געברויכט אויס זעין, מען האט נישט געקענט מאכן עפעס אבי געמאכט, עס האט געפאדערט קודם א אויס שניט פינעם פסוק, א באזינדערע אויס שניט פינעם שווערן רש"י, און די אילאסטראציע, פון ווי יעקב איז ארויס, ביז ווי ער האט געברויכט אן קומען, ווי דער חלום איז צושטאנד געקומען, פינקטלעך ווי אזוי עס איז מעיגלעך אז עס זאל זיין ראשו מגיע השמימה, און ווי די העלפט זאל זיין, מיט א צייכען, נישט קיין גראדע נאר געהאקטע.

די מלאכי אלקים עולים ויורדים האבן געברויכט ווערן אילאסטרירט, אלזא אויב איינער האט געקענט אילאסטרירן א מלאך האט געקענט פארקויפן פיל מער ווי די וואס האבן נאר געשריבן עולים ויורדים, די מלאך איז געוועין עפעס א א חצי פייגל חצי עליאן, ושד באמצע מיט אזעלכע פארכטיגע פליגלען, איך פארשטיי נישט די איינפאל, הר המוריה האט מען געמיזט ווייזן גענוי די זעלבע בערג אויפ צוויי פלעצער, מיט אזעלכע ערוי'ס ווי עס איז געוועין די קפיצת הדרך, און ווי די בארג איז קעיגן געקומען, ביי באר שבע האט מען געברויכט מאלן א ברין, אויב נישט איז עס נישט געוועין קיין שיימות, ביי די שטיינער האט מען געברויכט צייגן די צוועלעף שטיינער, ואם יש לו פנאי האט מען צוגעשריבן אז אלע צוועלעף זענען געווארן איינס.

ירושלים איז געוועין באמצע שיפוע, האט מען געבויכט מאכן עפעס א וואלקען אויבן פונקט העכער צו אילעסטרירן אז עס איז פונקט כנגד ירושלים של מעלה, אויך די זין האט קלאר געשיינט אויף יעדען סולם, אפילו די חלום איז געוועין ביינאכט און עס שטייט און ערגעץ נישט אז יעקב אבינו האט געחלום'ט פון א זין, אדער אפשר האט פונקט דאן געגאסן א רעיגן, אדער פלעין שטארק פארוואלקענט.

ירושלים פארמאגט א מויער מיט עפעס א כופה מיט אזעלכע שפיציגע זאכן אפילו א ענטענע מיז מען מאכן, הגם עס איז זיכער נישט געוועין די אלע סארט, נאר עטליכע געצעלטן, קיין שום סולם איז נישט געוועין פערטיג נאר אויב עס האט געהאט די ווערטער איסור השגות גבול יודע, הגם עס איז געוועין אן א שיעור סולם'ס, און דער וואס האט עס געמאלן האט נישט געלייזט קיין סאך ווייל יעדער האט געוויזן וואס ער קען.

נאך דעים זענען קינדער מיט קאפי מאשין'ס וואס איז געוועין א יקר המציאות, זיי זענען געווארן דיסטריביוטער'ס, זיי האבן פארקויפט א דיים א שטיק, אויב איז געוועין א סולם געמאלן אביסל טרי-די האט עס שוין געקאסט פיפצען צענט, איך געדעינק איינער א פיפיג אינגעל האט באוויזן צי פראדאצירן די סולם אויף א סטיקער, אה דאס האט שוין געקאסט א קוואדער, און געלאזט פערמענאנטע שאדן אינעם חומש, אוי איז ער געבליבן נעבעך מיט אסאך סחורה, ווייל פרשת ויצא איז נעבעך נאר איין וואך.

יעדע קינד האט געהאט כאטש צוועלעף סולם'ס, אלעס האט געזאמעלט, מען האט געפליפט סולם'ס, ער קען דאך נישט פארשטיין די רש"י אנדערש, געוועינטלעך פלעיגט די רבי לאזן ארויסנעמען דעים סולם און קיקן אויפן סולם און לערנען פון דארט די רש"י, איין יאר האב איך געהאט גאר א בייזע רבי, ווי געוועינטלעך ווען מען האט ארויסגענימען דעים סולם, האט ער זיך געבייזערט וואס גייט דא פאר, כאילו ער איז אראפ פון די לבנה, ער האט געפירט קריג מיט די גאנצע מעשה, ער האט געשריגן ער איז נישט גורס די גאנצע מעשה, ער וועט שלאגן אויב איינער ווייגט זיך ארויס קיקן פינעם חומש, יעדער האט געקריצט מיט די ציין, גיי פארשטיי א נאצי געליטענער, מן הסתם האט עס אים דערמאנט פון די וואך טורעמעס פון לאגער וואס האבן געהאט לייטערס.

אבער די גאנצע אינדאסטרי וואס האט אזוי שטארק געבליט איז עפעס אינטערגעגאנגען, איך ווייס נישט בכלל צי איינער ווייסט וואס איך רעד בכלל, איך ווייס אפילו נישט בכלל ווען עס איז אינטער געגאנגען, ווער האט אויסגעריסן די סולם פירצא, וועים איז עס געשטאנען און וועיג, עס איז דאך געוועין גאר א וויכטיגע הפסק צווישן ביזנעס קארד און פלעי מאני, צווישן קאגעלעך מיט סעיפטי קארדס, פאר די וואס געדעינקען, אבער מיינע קינדער ווייסן בכלל נישט וואס דאס איז א סולם, די רש"י איז זיי גאר נישט שווער, איך האב מורה צו פרעיגן אויב זיי כאפן נאך פעטש ביי ואני, זיי וועלן נישט וויסן וואס ואני ווען ואני, די שוידערליכע ניגון ואני איך יעקב, ווער ווייסט וואס נאך מען האט אויסגעריסן, נע זיכער דעיס האבן נאך רי רבי'ס געלאזט, ווי קען מען פארקיקן אויפ א געלעיגנהייט אן צו מקלן די קינדער, אוי ווער ווייסט אפשר כאפן די קינדער היינט שוין נישט קיין פעטש, קינדער ווייסט איר וואס מיינט האלט די האנט, אדער פרעיגט עטס, ווי זאליך עס האלטן, הייסט מען נאך היינט קינדער טייטלען, איך וועל מיזן מאכן א גרינטלעכע אויספארשינג.

איצט איז שוין שפעיט ביינאכט און איך בין מיד, איך פאל אוועק און א טיפע שלאף, איך ציטער איך גיי חלום'ן פון סולם'ס מיט מלאכי אלקים, ווער ווייסט וואס נאך דער מלאך החלומות האט פאר מיר.

ערגעץ איז מיר דורך געלאפן א מחשבה, אז די סיבה פארוואס עס איז לייכטער געווארן פשט און רש"י, אז פשוט ציליב וואס מיר פארמאגן היינט דזשי-פי-עס טעכנעלאגיע, עס איז היינט פשוט, ווען מען לייגט אריין און וועיז אדער גוגל מעפס, באר שבע העדינג צו חרן, אלע פוינט'ס אויף אינטערעסט, אפשר וועלן זיי נישט וויסן אז אולם לוז שם העיר לראשונה, אבער מען קען נישט וויסן, מען וועט גלייך זעין ווי לאנג עס נעמט צו וואקן פון באר שבע ביז חרן, מען וועט גלייך פארשטיין אז עס פארלאנגט זיך קפיצת הדרך, פארשטייט זיך אז קיין הייוועיס איז נישט געוועין אבער אויך נישט קיין טרעפיק, עס איז יתכן אז וועיגן דעים איז דער סולם געווארן אים נויטיג ועדיין צ"ע גוגל.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

זאג מיר די רעדסט פון די כ' יארן?
איך בין געגאנגען אין חדר אין די למד'ס און איך ווייס נישט פון וואס פארא סולם די רעדסט און מיין חדר איז דאס נישט גיוועהן!
ואני און פעטש דאס ווייס איך גוט וועגן וואס די רעדסט אוטש
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זיסע זכרונות... נאך א סיבה פארוואס מען זעהט עס שוין נישט איז ווייל די נייע חומשים האבן עס אריינגעדרוקט אין די בעק. חבל על דאבדין.
איך האב געזוכט די וואך אזא אלטמאדישע סולם פאר מיין אינגל, אבער אן ערפאלג. אפשר האט [tag]פליקער[/tag] אדער א צווייטער אוועקגעלייגט איינס און וואלט געווען וויליג עס ארויפצושטעלן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

חחחחח...... פליקער, דו טראגסט מיר צוריק צו מיינע גירסא דינקותא! יעדעס ווארט דערמאנט מיר געשמאקע (?) זכרונות...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך קען נישט טרעפן, איך האב אויך געזיכט, האב איך עס געברויכט איבערשפילן פון זכרון
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

געטראפן עטליכע. פון אייוועלט.
די דריטע איז גאר פראפעשענאל, מסתמא געקאסט 30 סענט.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

יישר כוח [tag]ברבלבער[/tag] אה דאס ברעינגט דאך אלע זכרונות ציריק,
די אלע זענען שוין פון די שפעיטערע יארן, ווען די סולם'ס זענען שוין געוועין 3D מען מיז פארשאפן די צוויי דיימענטענאל, די פאר א דיים
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליקער האט געשריבן:קיין שום סולם איז נישט געוועין פערטיג נאר אויב עס האט געהאט די ווערטער איסור השגת גבול ידוע

דא האב איך עקסטער אויסגעשאסן....
וירח ה' את ריח הניחוח
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

אוי סולם סולם, מיט וואס כ'האב מיינע קינדערישע ויצא'ס פארבראכט,

איי, נאסטלאגיע,
יעדער האט פרובירט איבער צושטייגן דעם צווייטן,
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

העלא האט געשריבן:אוי סולם סולם, מיט וואס כ'האב מיינע קינדערישע ויצא'ס פארבראכט,

איי, נאסטלאגיע,
יעדער האט פרובירט איבער צושטייגן דעם צווייטן,


א גיטן [tag]העלא[/tag] עס וואלט געפאסט צו לייקן ווען מען גלייכט א ארטיקל, אזוי איז סדר הקאווע שטיבל

ווי עס זעיט מיר אויס האסטע געגלייכט ווען מען האט דיר ציריקגעברעינגט זכרונות ווען דו ביזט געוועין קליין
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
העלא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 358
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 5:07 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 114 מאל

שליחה דורך העלא »

פליקער האט געשריבן:
העלא האט געשריבן:אוי סולם סולם, מיט וואס כ'האב מיינע קינדערישע ויצא'ס פארבראכט,

איי, נאסטלאגיע,
יעדער האט פרובירט איבער צושטייגן דעם צווייטן,


א גיטן [tag]העלא[/tag] עס וואלט געפאסט צו לייקן ווען מען גלייכט א ארטיקל, אזוי איז סדר הקאווע שטיבל

ווי עס זעיט מיר אויס האסטע געגלייכט ווען מען האט דיר ציריקגעברעינגט זכרונות ווען דו ביזט געוועין קליין


א איד בעט א טובה, שאר, פארוואס נישט,
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

איך האב נישט לאנג צוריק באקומען אן אימייל פון א חבר אין ארץ ישראל אז ארכיאלאגן וואס האבן געגראבן לעבן הר הבית האבען געפונען שטיקלעך פונעם לייטער. פארשטייט זיך אז נישט די גאנצע עס איז דאך געווען זייער הויעך אבער א שיינע חלק פון דעם איז נאך גאנץ. מען גייט דאס בקרוב אוישטעלען אין א דיספלעי.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בימים ההם בזמן הזה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:איך האב נישט לאנג צוריק באקומען אן אימייל פון א חבר אין ארץ ישראל אז ארכיאלאגן וואס האבן געגראבן לעבן הר הבית האבען געפונען שטיקלעך פונעם לייטער. פארשטייט זיך אז נישט די גאנצע עס איז דאך געווען זייער הויעך אבער א שיינע חלק פון דעם איז נאך גאנץ. מען גייט דאס בקרוב אוישטעלען אין א דיספלעי.

א איד האט אמאל זיך פאררעדט אז ער האט געזעהן די הערנער פון פרעה'ס קיען אין א מוזעאום אין עסטרייך...!
פארשפארט