כח היחיד!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 271
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
- האט שוין געלייקט: 225 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל
Re: כח היחיד!
לאמיר אויסניצן די קאמפיין פארן יחיד. נעמט די קארטלעך אדער די קאמפיין לופטלעט אין טשענדש די בילד צי וואס דיין כח היחיד באדייט אויף א יעדען טאגעדיגען לעוועל. די שורש מיז אטאקירט ווערן! די סתירה פין לבוש, באנעמונג, אדג. אין אונזער סאציאלע באוואגעגונג מיז געבראכען ווערן אין דאס וועט היילן רוב פראבלעמען.
געגאנגען...
געגאנגען...
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
לך לך האט געשריבן:שיינע עדס
ווער מאכט עס? גאלדבערגער ?
א גרופע פון גראפיקער וואס זענען גרייט צו העלפן שלא על מנת לקבל פרס און יעדער פון זיי מאכט זיין סעריע פון עדס וויאזוי ער קען עס די בעסטע ארויסגעבען.
זיי נעמען אן נאך גראפיקער, אויב זענט איר א גראפיקער ביטע פארבינדט אייך מיט יוסי גאלדבערגער.
דוד בן ישי עבדך משיחך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: כח היחיד!
בן ישי האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:סאיז שוין העכסטע צייט!
לדאבוננו אבער, גלייב איך ניט אז סקען מאכען א גרויסער דיפערענס.
סעודות שבע ברכות, שבת אויפריף און שבת שבע ברכות, שטריימל, שייטלען, קליידונג, און מתנות ,קאסטן א הון וואס רובא דרובא האט ניט אין די קעשענע. בפרט די וועלכער צאהלען שכר לימוד, קעמפ, און הויכע מארטגעדש אדער רענט פעימענט און פארדינען דורכשניטלעך ניט
מער ווי $100,000ֿ א יאר.
א גוטער לעזונג צו צאהלען פאר א דורכשניטליכער חתונה וואלט געווען:
א. אז דער פארפאלק זאל ארויס נעמען א לאו אינטרעסט הלוואה פון בערך 60,000 און עס אליין אפצאהלען איבער 10 יאהר.
ב. די כלה זאל ארבעטן און פארדינען, מינימום צוויי יאהר איידער די חתונה.
איך גלייב אז אזא קאמפיין קען זיכער און וועט בעזהשי"ת אויפטוהן!
עס איז א קאמפיין צו אויפוועקן די עולם אליינס צונעמען די זאך און די הענט אריין און אליינס באשליסן וועלכע זאכן זענען נישט אזוי וויכטיג ביי עם אז ער זאל דארפן אזויפיל אויסגעבן דערפאר און ער דארף זיך נישט שעמען דערמיט ווייל ער איז א חלק פון א מאוומענט.
אוודאי גייט דאס לכאורה נישט ברענגן א סוף צו די צודרייטע געלטער ספענדעריי אבער עס וועט זיכער אסאך אויפטוהן און דעם ענין.
שאץ נישט אינטער די כח פון מארקעטינג!
עס טאקע גאר וויכטיג צום הצלחה פון אזא קאמפיין צו טארגעטן די מחותנים, אבער עס איז נאך היפש אזוי וויכטיג צו טארגעטן אזוינע חתנים/כלות וואס דרייען אראפ די עלטערנ׳ס קאפ זיך צו פארגלייכן מיט זייער חברים/ות׳ סטאנדארטן. ווי אויך איז וויכטיג אז זיי זאלן דערנידערן זייער עקפעקטאציעס אויף מתנות וואס זיי ערהאלטן אין זיך נישט שעמען פון פי״ר פרעשע״ר.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1702
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
- האט שוין געלייקט: 253 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל
גאלדבערגער זאגט אז מענטשן ווארטן יעצט צו זעהן ווען ער וועט רעדן פון דעם און ווען וועט ער שוין דערמאנען יענץ און ווארטן צו זעהן צו עס וועט אויפטוהן וכו'
ער זאגט אבער אז די קאמפיין איז פונקט פארקערט ווי דעם! דאס איז וואס ער וויל אויפהערן!
אויב די האלטסט אז מ'דארף נישט אויסגעבן פאר עפעס א געוויסע זאך, זיץ נישט און ווארט ביז "גאלדבערגער" וועט רעדן דערוועגן... טוה צום זאך! #כחהיחיד

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
קורקלענד האט געשריבן:גאלדבערגער זאגט אז זיי זייען באזונדער טארגעטן חתנים כלות און מחותּענעסטעס..... לדעתי טארגעטן זיי אביסל צו פיל די מחותנים.... ווען אין אסאך פעלער האבן זיי ניטאמאל קיין ברירה...
א מאדנע מעשה! וואס פארא כלה ער באקומט, פרעגט מען אים נישט. אבער וואס פארא מעבל צו קויפען און וועלכע סארט קייט צו געבן, דאס איז שוין זיין געשעפט, עד כדי אז אן דעם קען מען גארנישט טוישען!!!
איך וויל נאר מעורר זיין אז די טוטהפעיסט קען מען נישט צוריק אריין שטופן אין די פושקע. ברגע #כחהיחיד ווערט א זאך, וואס וועט עס אפשטעלן? שטעל זיך פאר דער יחיד הייבט זיין קאפ און זוכט א גוטן חינוך פאר זיין קינד, נישט פאר משיח צו טייטלן די פינגער נאר צו זיין אן אנשטעטיגע אויסגעהאלטענע מענטש, וואס וועט זיין דעמאלס? וואס וועט זיין ווען דער יחיד איז מחליט אז ער דארף א פערזענליכע רבי, נישט קיין גייסטישע פיהרער פון א פארטיי? וואס וועט זיין ווען א יחיד וועט ווילען וואוינען ווי עס איז גוט פאר איהם, און אנ"ש בי דעמנ"ד?
דער #כחהיחיד ביזנעס קען פאראורזאכען א גרויסע ווידערשטאנד אין די מצב הפארטיין אין די פאראייניגטע שטאטן, ולה' הישועה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: כח היחיד!
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל נאר מעורר זיין אז די טוטהפעיסט קען מען נישט צוריק אריין שטופן אין די פושקע. ברגע #כחהיחיד ווערט א זאך, וואס וועט עס אפשטעלן? שטעל זיך פאר דער יחיד הייבט זיין קאפ און זוכט א גוטן חינוך פאר זיין קינד, נישט פאר משיח צו טייטלן די פינגער נאר צו זיין אן אנשטעטיגע אויסגעהאלטענע מענטש, וואס וועט זיין דעמאלס? וואס וועט זיין ווען דער יחיד איז מחליט אז ער דארף א פערזענליכע רבי, נישט קיין גייסטישע פיהרער פון א פארטיי? וואס וועט זיין ווען א יחיד וועט ווילען וואוינען ווי עס איז גוט פאר איהם, און אנ"ש בי דעמנ"ד?
דער #כחהיחיד ביזנעס קען פאראורזאכען א גרויסע ווידערשטאנד אין די מצב הפארטיין אין די פאראייניגטע שטאטן, ולה' הישועה!
או יאמר אז די גאנצע קאמפיין איז אוועקגעשטעל באויפן של ״שעימינג״ צו ערנידערען איז אוועקמאכען די וואס שפענדן געלט וואס זיי האבן נישט.
קומט דאך אויס איז די אידיאל ענ״ד ריזאל״ט איז ס׳זאל ווערן ״אין וואוג״ חתונה צו מאכן באופן של הסתפקות במיעוט אזוי אז דער וואס מאכט דער באלעבאטישער חתונה ער וועט זיין דער ״יחיד״ און יוצא דופן.
איז ווייטער בלייבן אלע שעפעלעך אין די זעלבע סטאדעס, מיט די זעלבע פאסטוכער, זיי פאשן נישט פון קיין פרעמדע פעלדער; בסך הכל האט מען געטוישט זייער גלעקלעך פאר ביליגערע. נאו ריעזאן פאר אלארם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אלארם? איך בין נישט אלאמירט געווארען. אויב עפעס, פארקערט. זאלען אלע פארטיין גיין קראכען מצדי.
איך וויל אבער וויסען וואס וועט זיין די ווידערשטאנד. עס איז דא ריזיגע אינדוסטריעס געבויט אויף די געלט פארשווענדענישן. עס איז זאגאר דא אינדוסטריעס געבויט אויף די טיי אווענטער וואס מ'מאכט לכבוד די געלט פארשווענדעניש. יעצט ווען מען מוזען גיין נאך געלט פאר די חברה, מיינסט זיי וועלן זיך נישט קעגען שטעלן? ווען די ערשטע תקנות זענען ארויס געקומען, געדענק איך ווי א דיאמאנט סוחר ההאט געדרשנ'ט אין בית המדרש אז קיינער וועט נישט פארדינען, ווייל ברגע מ'איז מכים צו א CZ, ווען מען צאלען מער אויף די setting. זיי קענען זייער ביזנעס די חברה.
איך וויל אבער וויסען וואס וועט זיין די ווידערשטאנד. עס איז דא ריזיגע אינדוסטריעס געבויט אויף די געלט פארשווענדענישן. עס איז זאגאר דא אינדוסטריעס געבויט אויף די טיי אווענטער וואס מ'מאכט לכבוד די געלט פארשווענדעניש. יעצט ווען מען מוזען גיין נאך געלט פאר די חברה, מיינסט זיי וועלן זיך נישט קעגען שטעלן? ווען די ערשטע תקנות זענען ארויס געקומען, געדענק איך ווי א דיאמאנט סוחר ההאט געדרשנ'ט אין בית המדרש אז קיינער וועט נישט פארדינען, ווייל ברגע מ'איז מכים צו א CZ, ווען מען צאלען מער אויף די setting. זיי קענען זייער ביזנעס די חברה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: כח היחיד!
וואס ועעט געשען איז אז די אלע סוחרים, שפילערס, טיי אווענט עסקנים וכו׳ נאכדעם וואס זיי סטאפן ארויסצוקומען מיט א העפטיגן אפותיקי פון יעדער שמחה וואס פאסירט, וועלן זיך ליידער מיטאמאל טרעפן אין די זעלבע קלאס ווי די אידן וואס האבן ביז יעצט נישט געקענט עפפארדן זייער סערוויסעס, צוברענגענדיג אז לבסוף וועלן זיי עטוזיאסטיש מקבל זיין די איניציאטיוו אויף זיך זעלבסט...
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
הייסט עס אז די גראפיקער וועלכע שטעלן אויס די סיינס שטייען נאר אויס צו פארלירן פונעם גאנצן טאראראם, אט דאס הייסט זיך געשאסן אין די פיס.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב א קלאץ קשיא. טאמער יעדער דארף איבערדרייען גאנץ שטאט כדי צוזאם צו שטעלן געלט אויף א חתונה, וואס איז די בזיונות? היינט גייט מען פאר דיר און מארגען פאר דיר, ושלום על ישראל. אזוי ווי די ירושלימ'ער וואס קומען חתונה מאכען אין חו"ל. זיי שעמן זיך דען פון זייער שכנים אין א"י? די בני ברק'ער קומען טאקע נישט, אבער ביי די ירושלימ'ער איז עס לכתחילה אזוי. טאמער אין וויליאמסבורג איז עס לכתחלה אזוי, ווער דארף זיך שעמן?
און דער יונגערמאן וואס מאכט שיין פרנסה ביז ער דארף חתונה מאכען, גיבט דאך צדקה אלס א שיינער פארדינער, ניין? ער גייט צו טיי אוווענטער ערליכעהייט, ער גיבט צושטייער ווען זיין שוואגער מאכט חתונה וכו'. יעצט דארף ער היינט נעמן צוריק וואס ער האט געגעבען, נו נו, מה כל הרעש? וועמען גייט עס אן? די זעלבע געלט גייט ארום, ונתנ"ו גייט ביידער וועגן און אלס איז גוט. אינדערמיט לעזט דער דרוקער אן אפותיקי פון דרוקען ביידע סיינס וועגען די ביידע טיי אווענטער. זיין געהאלט איז די איינציגסטע פראבלעם.
וואס ווילסטו?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: כח היחיד!
מהאט שוין דא דערמאנט די נייטיגקייט צו צילן אויך די חתנים וכלות כנ״ל.
למעשה פאלט מיר יעצט ביי אז ס׳איז דא אגרויסער פראבלעם ווייל לא הרי די מחותנים עצמם וואס טיף טיף ווילן זיי באמת נישט זיך אנ׳חובה׳נען, כהרי דער חתן וכלה, וואס זיי באמת טיף טיף ווילן יא דעם שיינעם מנורה וכו׳ וכו׳ וואס זיי ע״פ רוב נעמן נישט אנטייל בכלל אין דער פינאנציעלער עול אין אפטמאל ווייסען זיי ניטאמאל די טאטאלער ביל. און אפילו דער טאטע מאמע וועט מסביר׳ן אז מקען עס נישט עפפארדעטן ווילן זיי פארט דעס וואס ד׳״עולם״ האט.
איז א קאמפיין באזירט אויף אויפווייזען חתן/כלה וואס מ׳ברויך און וואס נישט קען זיין היבש אביסל שווערער דורכצופירן.