וואו זענען זיי ווען מ'דארף זיי?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

וואו זענען זיי ווען מ'דארף זיי?

שליחה דורך טראכטכמוני »

אין ליכט (פינצטערניש?) פון די ברוטאלע אטאקע אין דזשערסי סיטי, האב איך באמערקט מערערע נייעס קוועלער וואס האבן באצייכנט די געמיינע שיסער ווי "גאנמע"ן" GUNMEN בלשון זכר. פרעגט זיך א פראגע, אוואו זענען די אלע פעמיניסטן וואס אלס וואס זיי זעען/הערן גייט דורך די שטרענגע פילטער פון פעמיניסטישע ברילן/הערינג-עידס. וואו זענען די אקטיוויסטן וואס ווילן אוועקרייסן פון אינזער זשארגאן אזוינע ווערטער ווי "MAN"KIND, MAIL"MAN", און - עוד מעט - "WO"MAN. ווי קענען זיי דען צולאזן אז מ'זאל באצייכענען ביידע מערדער מיט די געמיינע מיסאגיניסטישע סאפפיקס ווען נאר איינער פון זיי פאסט אריין אין דעם קאטעגאריע? עס איז אן אימגעהויערע אומרעכט פאר די מעמארי פון די מערדערין מעי שי רעסט אין העלל עם חברתה.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

מענין לענין האבן די נייעס סטאנציעס זיך אפגעהאלטן פון לייגן די פרצופים פון די נעכטיגע רוצחים. כמעט איבעראל האבן זיי נאר געהאט די וויקטעמס און נישט זייערע מערדער. והלא דבר הוא.

און די סיבה איז פשוט, ווייל עס איז געטון געווארן דורך טונקעלע אוממענטשן וואס זענען אויך ווי געווענליך דעמאקראטיש געשטימט, און נישט קיין ווייסע סופרעמיסיסטן. דאסמאל קען מען נישט טייטלן אויפן פרעזידענט אלס שולדיגער, וויבאלד זיינע קעגנער האבן עס געטון.

אברהם פרידמאן פון די צייטונג וועט שוין האבן אן אנאליז נעקסטע וואך אז דאס איז געקומען אין רעזולטאט פון די פילע טראמפ וויילער ביים היימישן ציבור וואס דאס רעגט אויף די שווארצע, ממילא ווילאנג מען איז אין גלות טאר מען נישט שטימען פאר טראמפ און אויפרעגן די שווארצע מערדער.

איי, אפשר פארקערט?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

האב איך דען נישט געוואוסט אז דאס גייט קומען?

די באקאנטע מכשיפה אנטיסעמיטישע קאנגרעספרוי ראשידא טאליב ימ"ש האט געטראפן דעם שולדיגער אינעם רציחה.

כאטש וואס אויבן אויף זעען די מערדער אויס ווי שווארצע, איז פארשטענדליך אז פון א שווארצער קען נישט קומען אזא רציחה, דאס מוז זיין א ווייסע סופרעמיסיסט, והא ראיה דער געשאסענער איז א ווייסער!

און איינער איז נאך מסופק אויב מ'דארף אימפיטשן דעם פרעזידענט...

אן אמת'ער טוויט פון איר, די איינציגע איבער דעם מאסן-שיסעריי.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליידער איז יעדער ברוגז אויף די אידן, מילד גערעדט.

די רעפובליקאנער זענען ברוגז אויף דעם וואס צוויי פרייע אידן זענען פון די פראמינענטסטע אימפישטמענט פירער, זשערי נאדלער פון ניו יארק, און אדאם שיף פון קאליפארניע.
די דעמאקראטן זענען ברוגז אויף דעם וואס א מערהייט פון אידישע וויילער דעפעקטירן מאסנווייז פון די דעמאקראטישע פארטיי און שטיצן דעם פרעזידענט.

אינדערצווישן ווערן אידן נעבאך געשאסן אין די גאסן ווי הונט...

אין די ווירקליכקייט האט פרעזידענט טראמפ אנגעהויבן צו ארבייטן אויף אומפארטייאישע לעגיסלאטיציע עטוואס איינצוצוימען ביקס-געוואלדטאטן. אבער דאס איז צום באדויערן געקומען צו אן האסטיגן אפשטעל ווען די דעמאקראטן האבן אנגעהויבן מיט זייער אימפישטמענט ספעקטאל. דער ווייטאג איז נאך מער. לויט די איצטיגע אנגעצויגענע פאליטישע סיטואציע אין וואשינגטאן זעט זיך נישט אויפן האריזאנט א מעגליכקייט אז דער פרעזידענט זאל געהעריג ארבייטן מיט די דעמאקראטן אויף סיי וועלכע אנגעלעגנהייט. דאס איז גאר א שטארקע פראבלעם פארן לאנד. ס'איז צום האפן אז דער פרעזידענט וועט ווידער ערוועלט ווערן, און די רעפובליקאנער זאלן האלטן דעם סענאט און צוריק איבערנעמען דעם קאנגרעס. פילייכט דאן וועלן געזעץ געבער אינאיינעם מיטן פרעזידענט האבן א מעגליכקייט דורכצופירן שטאנדהאפטיגע לעגיסלאטיציע איינמאל פאר אלעמאל איינצוצוימען ביקס-געוואלדטאטן אן פארלעצן די צווייטע אמענ-מענט פון די קאנסטיטוציע.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פילייכט גיר רעפאבליקאנער נעמען איבער דער קאנגרעס און טראמפ געוווינט, וועלען זיי טוהן דער זעלביגער וואס זיי האבן געטוהן די ערשטער צוויי יאר פין טראמפ ווען זיי האבן געהאט דער סענאט און דער קאנגרעס, גארנישט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טאמער טראמפּ גייט געווינען קאנגרעס גייט עס זיין טראָמפּ'ס קאנגרעס, נישט די רעפאבליקאנער'ס קאנגרעס. ב''ה אז די רעפאבליקאנער האבן פארלוירן, יענע רעפאבליקאנער זענען גארנישט בעסער געווען ווי די דעמאקראטן. אצינד דארפן מקאננעל און גרעהעם אויך גיין. האפענטליך וועלן זיי מיטנעמען ראמני אויך....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איז דען טראמפ א קעניג? א דיקטאטור? יעדער אין די רעגירונג דארף טראכטן גענוי ווי אזוי ער וויל? וואס פאר א גערעדטדעכס איז דאס? די רעפובליקאנער זענען ערלויבט צו האבן מיינונגס פארשידענהייטן מיטן פרעזידענט. מיר זענען א רעפובליק איינגעשטעלט מיט דריי באזונדערע אפגעטיילטע מאכטן....
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

גערעכט, עס איז נישט קיין דיקטאטורשיפ ממילא קען נישט קאנגרעס טון וואס זיי ווילן, זיי דארפן זיך למחצה לשליש ורבוע צושטעלן צום באגער פון פאלק און שטיצן די פלאטפארם אויף וואס דער פרעזידענט איז ערוועלט געווארן.
פארשפארט