ביסט טאקע ברוטאל דערמארדעט געווארן. אבער פין אונז קיינמאל אוועקגעגאנגען. זיי האבן דיך טאקע מיט קוילן פראבירט צי פארשטומען אבער דיין ליכט נישט געקענט פארלעשן
די הארץ וואס האט מיטגעפילט, וועט ווייטער קלאפן. און דיין שמייכל ווייטער שיינען.
די הארת פנים וואס דו האסט געוויזן פאר יעדן, איז פאראייביגט אין אונזערע הערצער אין ס'וועט אזוי שטענדיג פארבלייבן.
דו האסט אונז געלערט ווי אזוי מיטצופילן. און מיר וועלן קיינמאל נישט לאזן גיין.
דיין ליכט וועט פארזעצן צי שיינען און קיינמאל ווערן פארבלאזן. די ישיבה וואס דו האסט געגרינדעט וועט דיין שיין אייביג האלטן
דו לעבסט אין אונזערע הערצער אויף אייביג
מיר וועלן דיר אייביג געדענקען!
א טרער אויף משה הערש'ס ע"ה פרישע קבר
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 22
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 2:07 am
- האט שוין געלייקט: 228 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
דער אשכול פארמאגט 6 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן