דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און אזוי ווי מ'לייגט אראפ אידישקייט, איז ווי די מעשה מיטן גר וואס איז אנטלאפן תיכף פאר שולחן עורך, ווען דו ווארטסט ווען נאך די איין סעקונדע וואלסטו ווען אלעס געהאט.
אדער די בית המקדש איז שוין כמעט געװען אויפגעבויט, נאר די פרוכת האט געפעלט איז געקומען איין רשע און מיט איין עבירה'לע האט אלעס חרוב געמאכט.
"האמונה כי הישועה ממשמשת ובאה לא רק משמרת את המתח המשיחי, אלא טוענת ומגבירה אותו בהתמדה. המאמינים מייחלים לכך שפעולתם הבאה היא שתביא את המשיח, אך הפורקן הגאולתי המצופה והמובטח מתמהמה, ולמרבה התסכול לעולם אינו מגיע. נפשותיהם של המצפים, הנתונות במתח תמידי לקראת בוא המשיח, מאיימות לפקוע, אך הם לא יעזו לזנוח את החלום מחשש שרגע אחרי שיעשו כן אכן יתגלה הגואל ברבים והם יאבדו את המקום השמור להם בשורות הראשונות של בית המדרש השמימי." - תומר פרסיקו
איך בין חושש אז צוויי מענטשן האבן אינעם זעלבן טאג געשיקט רוצחים צו באזונדערע מענטשן וואס זענען פערצופאל שכנים. איינער איז אנגעקומען צו דעם אינגערמאן און דער אנדערער רוצח האט למעשה נישט אויסגעפירט זיין שליחות. ביידע משלחים מייינען אז זיי האבן אים געשיקט און זיי וועלן נאך ביידע מודה זיין...
אזוי ווי די מעשה פונעם רוזינער אויף ואהבת לריעך אני ה', צוויי מענטשן האבן מודה געווען און געבעטן דעם קעניג אז זיי זאלן אים הרגנען, האט די קעניג געזאגט איך וויל אויך זיין ענקער חבר.....
לאו דוקא. אן אינוועסטיגעישאן און די זאמלונג פון באווייזן וואס קען פירן צו א סוקסעספול באשולדיגונגס נעמט צייט און פאסירט נישט אויף די פראנט פעידזשעס פון צייטונגן. די אומ-נייעס מיינט נישט אז אן אינוועסטיגעישאן קומט נישט פאר, און מ'קען דערפון נישט ארויסדרינגן די ריכטונג פון די אינוועסטיגעישאן
לאו דוקא. אן אינוועסטיגעישאן און די זאמלונג פון באווייזן וואס קען פירן צו א סוקסעספול באשולדיגונגס נעמט צייט און פאסירט נישט אויף די פראנט פעידזשעס פון צייטונגן. די אומ-נייעס מיינט נישט אז אן אינוועסטיגעישאן קומט נישט פאר, און מ'קען דערפון נישט ארויסדרינגן די ריכטונג פון די אינוועסטיגעישאן
די וואונדער איז טאקע נישט אויף די פאליציי, און די אפיציעלע אינסטאנצן, אבער אונזערע היימישע מוילמאכער האבן געווענליך נישט ליב צו זיין שטיל.
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:וואס איז אזוי שטיל יעצט? האט זיך שוין אויפגעהערט די דמיונות?.
גערעדט נעכטן מיט א מאנסיער. ער זאגט אז דער עולם האלט פעסט אז י.ר. איז געווען אינטער דעם. ער זאגט אויך אז ר' דושינסקי פון וומ"ס האט פארריפן אן אסיפה ביים וויזניצע רבי אין מאנסי ווי מ'האט געבעטן חברים זאל זיך ארויסלאזן פון די קעיס ה' ירחם
דער עולם אין מאנסי האלט... עס וואלט שוין געמעגט ווען זיין אן אשכול איבער די רייכע אויסוואל פון דיווערס שיטות ושטיות, קאפ-וויי און בויך-דריי, וואס “דער עולם אין מאנסי״ האלט. (פארשטייט זיך מ׳רעדט אויך פון די מאנסיער בתוך כל אחד ואחד)
קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן דא, אבער איך האלט פעסט אז דער וואס איז געשטאנען אונטער דעם מאנסי שטעכעריי האט אויך אונטערגעשטעלט די שיסעריי אין גרינוויל, כדי דער עולם זאל אויפהערן צו רעדן פון די שטעכעריי.
מפיל קינד האט געשריבן:קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן דא, אבער איך האלט פעסט אז דער וואס איז געשטאנען אונטער דעם מאנסי שטעכעריי האט אויך אונטערגעשטעלט די שיסעריי אין גרינוויל, כדי דער עולם זאל אויפהערן צו רעדן פון די שטעכעריי.