עס איז לעצטענס נתפרסם געווארן אין ארץ ישראל א ספרדישער אינגערמאן הרב שלמה יהודה שליט"א וואס איז שולט בכל מכמני התורה באופן פלא. ער קען אלע ספרי קודש אינעם ספרים שאנק אויפן לשון, ער איז א מחדש נפלא, ענדיגט מסכתות הש"ס אויף א טעגליכן פארנעם. והוא כבן ל' שנים. אן ענותן ושפל ברך. ער שפילט אויך דעם פיאנא גאר גוט (בעיקר ווען ער מאכט סיומים ביים ענדיגן זיינע שיעורים). לויט ווי מ'דערציילט אויף אים קען מען ממש זאגן עד שלא שקעה שמשו של הרב עובדיה יוסף, זרחה שמשו של הרב שלמה יהודה. ווער עס האט עפעס צו צולייגען איבער דעם גרויסן דמות איז מכובד.
איך האב אויך אביסל געזען קליפס אין באריכטן איבער אים. איך בין זייער נייגעריג איבער אים מער פרטים. מ'זעט אויף די קליפס ווי מענטשן מאכן אויף אים די ברכה ברוך שחלק מחכמתו ליריאיו מיט שם ומלכות