אינפאראציע פון די מקוה איידערן צינדן:

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

אינפאראציע פון די מקוה איידערן צינדן:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די תורה הק' באצייכענט געוויסע אומשטענדן וואס א מאן און א פרוי זענען פארפליכטעט זיך אונטערצוטינקען אין פערציג סאה האנט געשעפטע וואסער, אדער אין א קוואל אפילו ווען ס'איז ווייניגער פון פערציג סאה, זיך צו רייניגן פון זייער טמאה . מערסטייל איז מען בלויז פארפליכטעט זיך אונטערצוטינקען אויב מען איז אין געברויך צו פארזוכן קדשים, אדער אז מ'וויל אריינגיין אין בית המקדש. דאס באדייט אז אויב עמיצער איז פונקט נישט אינטערעסירט צו עסן קיין קדשים אדער אריינצוגיין אינעם בית המקדש - און ער באשליסט צו פארבלייבן טמא פאר ווי לאנג דער גוטער יאר איז - איז דאס אויסדרוקליך זיין פארצוג. פארט האבן חז''ל פארפליכטעט אז כאטש אין די ימים טובים, זאל א מענטש יא זיין גענצליך ריין און אפגעהיטן פון יעדע טומאה - אזוי אז ער זאל האבן די מעגליכקייט צו ברענגן די נויטיגע קרבנות וואס יעדע איד איז פארפליכטעט צו ברענגען אין בית מקדש אין די ימים טובים.

עזרא הסופר האט געזען ווי דער עולם איז צופיל אריינגעטאן אין די מצוה, די גרויסע באוויסטע מצוה מיטן ה''א הידוע – האט ער אזוי איינגעפירט אז א בעל קרי זאל זיין פארבאטן צו לערנען און דאווענען איידער ער טינקט זיך אונטער. דאס האט זעלבסטפארשטענדליך פאראורזאכט א גרויסע מקווה געגייעכטס ביי כלל ישראל. עטוואס שפעטער ווען דער עולם איז געווארן אביסל מער איינגעהאלטן איז דער תקנה עטוואס אויפגעלעזט געווארן. נעמליך, דער גרויסער אלפסי איז ביי די מיינונג אז צום דאווענען איז די תקנה נאך אלס אין קראפט. אבער לויט מערסטייל פון די ראשונים איז תקנת עזרא פולשטענדיג אויפגעלעזט געווארן. אין לויף פון די יארן האבן מערסטייל אידן נישט פראקטיצירט קיין תקנת עזרא. אויסגעשלאסן געוויסע גרויסע לייט וואס האבן זיך יא שטארק צוגעהאלטן צו די תקנה, א שטייגער ווי דער הייליגער רמב''ם וואס שרייבט אויף זיך אין א בריוו - אז פון ווען ער איז געקומען צו די געדאנקען האט ער קיינמאל נישט איבערגעהיפט קיין טבילת עזרא ווען ס'איז געווען א געברויך. אין יעדנספאל, דער אלגעמיינע אידענטום האט קיין גרויסער פארקער מיט קיין מקוה נישט געהאט. מערסטייל פונעם פאלק זענען געגאנגען אין די מקוה אינעם טאג פון די חופה און ערב יום הקדוש. און נישט מער!

נישט בלויז לעבעדיגע האבן נישט געהאט קיין פארקער מיט קיין מקוה, נאר אפילו אויך די טויטע. די טהרה איז מערסטייל דורכגעפירט געווארן מיט תשעה קבין דאס האט אזוי אנגעהאלטן הארט ביז צום קריג. מיט א אויסנאם פון געוויסע גרויסע לייט וואס זייערע נאכפאלגער האבן זיי יא אונטערגעטינקען אין א מקוה נאך זייער טויט. ביי די מקובלים איז מקוה יא געווען עטוואס מער איינגעפירט, הויפטזעכליך ערב שבת. ווארשיינליך צוליב דעם וואס זייער באשעפטיגונג איז אין אלגעמיין מיט שמות און יחודים, וואס צו דעם איז פיל בעסער ווען מען האלט זיך הייליג און ריין פון יעדע סארט טומאה.

דער בעל שם טוב האט ווי באוויסט איינגעפירט ביי זיינע נאכפאלגער זיך צו פירן מיט געוויסע געהויבענע איינפירונגען וועלכע איז ביז דאן געווען פרעמד ביי אלגעמיינע פשוטע אידן. חסידים האבן אדאפטירט פילע פירונגען פון די מקובלים, אריינגערעכנט דאס לויפן אפט אין מקוה אריין. ביי חסידים איז דאס מקוה גיין אן אינטעגראלער טייל פונעם טאג-טעגליכער לעבן. מ'גייט יעדן אינדערפרי, ערב שבת, ערב יו''ט, ווען אימער מען האט א געלעגנהייט גייט מען אין וואסער אריין, אפגעזען צו מען האט א עזרא פראלעם צו נישט! (פילייכט נישט צו פאראורזאכן קיין אומאנגענעמליכקייטן פאר קיינעם, וד''ל). דאס מקוה געגייעכטס איז א שטארקע טייל פונעם חסידישען קולטור. אין די לעצטע שטיק צייט האט דער עולם זיך גענומען מער אפטער לויפן אין וואסער אריין. מען גייט שוין אין וואסער פאר יעדע אומשטענדיגע מצוה. מ'לויפט אין די מקוה פארן סדר, פאר די הקפות, פאר די מגילה, פארן שופר בלאזן, ערב יום כיפור גאנצע דריי מאל, און יא! אויך פאר די חנוכה ליכט צינדן.

נעכטן פאר די חנוכה ליכט, שייל איך מיר אזוי אראפ די פארשוויצטע קליידער און איך רומפאזשיר מיט אימפעט אריין אינעם טריבער געדעכטע מקוה. שטייענדיג אזוי פארקלערט אינעם גרוב, אין די צייט ווען מיין ארימע לייב כאפט אריין גיטע געזונטע שמיץ פון די ברויזענדע כוואליעס וואס די יונגווארג פאראורזאכן, טראכט איך מיר אזוי, וואס טוה איך דא? פארוואס געפון איך מיר דא אינעם וואסער? האב איך מיך דערמאנט וואס מיין רבי אין חדר פלעגט שטענדיג נאכצוזאגן פונעם הייליגן צאנזער רב זי''ע. א איד טאר קיינמאל נישט שטיין ליידיג, מען דארף לערנען יעדע מינוט, אויב האט מען נישט די מוח צו לערנען גמרא מיט תוספות לערענט מען מדרש, אויב האט נישט די מוח אפילו פאר מדרש גייט מען נאך געלט, און אויב איז מען פונקט נישט אין קיין שנארן-גיסטע, גייט מען אין מקוה אריין... דאס איז די לעצטע שטאפל מיט וואס מען קען צופרידן שטעלן דעם רבש''ע. טראכט איך צו מיר – מען גייט צינדן חנוכה ליכט און איך בין דאך מיט גארנישט גרייט, איך בין נישט באהאווענט אין די פארבארגענע יחודים וועלכע מען דארף אין זינען האבן, האבן כ'האב מיך געשפירט זייער נאקעט אין לעהר. ווען כ'האב מיך זאגאר דערמאנט דער ווארט פונעם דברי חיים האב איך עטוואס אויפגעלעבט. נעמליך, מיין אפגעפליקטע חנוכה ליכט קומט כאטש נאך א מקוה... כאטש עפעס, אבער בעסער ווי גארנישט![/justify]
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]די תורה הק' באצייכענט געוויסע אומשטענדן וואס א מאן און א פרוי זענען פארפליכטעט זיך אונטערצוטינקן אין פערציג סאה האנט געשעפטע וואסער[/justify]

האנט געשעפטע דוכט זיך איז א טעות... עכ"פ לויט די ראשונים וואס האלטען אז שאובים איז א פסול מן התורה איז עס זיכער א טעות, לויט די אנדערע איז אויך נישט פארפליכטעט מיט האנט געשעפטע...
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

די סיבה פארוואס מגייט אין מקוה פארן צינדן איז כדי די פיאות זאל טראפן וואסער בשעת מען האלט די וואקסענע ליכטל. כך קיבלתי
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שטייט אין די פיוטים פון די ערשטע שבת חנוכה אז די יוונים האבען גוזר געווען קעגן גיין אין מקוה און זיי האבען פארמאכט אלע מקוואות. דער אויבישטער האט געמאכט א מופת און א קוואל האט זיך גע'עפענט אין זייער הייזער.
לזכר די נס גייט מען אין מקוה פאר לעכט צינדן (די וואס גיין, פארשטייט זיך)
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

געהערט פון ר' בצלאל דעם שליט"א, אז די סיבה פארוואס מען גייט אין מקוה איידעם צינדען חנוכה ליכט, איז כדי צו נעמען אויל פאר די ליכט
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

קלוגע יודל האט געשריבן:געהערט פון ר' בצלאל דעם שליט"א, אז די סיבה פארוואס מען גייט אין מקוה איידעם צינדען חנוכה ליכט, איז כדי צו נעמען אויל פאר די ליכט

י"ל אז דאסע טאקע איינע פון די הויפט סיבות פארוואס ביי דעם מקוה געגייעכץ גייט מען נישט אין שויער מלפניים ומאחוריים, ושמו"ק.
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

שליחה דורך לבי במזרח »

טראכטכמוני האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:געהערט פון ר' בצלאל דעם שליט"א, אז די סיבה פארוואס מען גייט אין מקוה איידעם צינדען חנוכה ליכט, איז כדי צו נעמען אויל פאר די ליכט

י"ל אז דאסע טאקע איינע פון די הויפט סיבות פארוואס ביי דעם מקוה געגייעכץ גייט מען נישט אין שויער מלפניים ומאחוריים, ושמו"ק.

מען גייט יא, ביי אונז איז די טוּש געווען פיל.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

אינפאראציע פון די מקוה איידערן צינדן:

שליחה דורך טראכטכמוני »

לבי במזרח האט געשריבן:
טראכטכמוני האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:געהערט פון ר' בצלאל דעם שליט"א, אז די סיבה פארוואס מען גייט אין מקוה איידעם צינדען חנוכה ליכט, איז כדי צו נעמען אויל פאר די ליכט

י"ל אז דאסע טאקע איינע פון די הויפט סיבות פארוואס ביי דעם מקוה געגייעכץ גייט מען נישט אין שויער מלפניים ומאחוריים, ושמו"ק.

מען גייט יא, ביי אונז איז די טוּש געווען פיל.


על כרחך מוז מען מלמד זכות זיין אז זיי צינדען גאר מיט וואקס.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס מיינט אינפאראציע?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

א קוזין מיט אומפושטמענט?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט אינפאראציע?


שמעקעדיג, א הארציגער ישר כוח פאר אייער זאכליכער און אינפארמאטיווער קאמאנטיר. כ'מיין אז דער אשכול עפענער האט געמיינט צו שרייבן "אינספעראציע" ניין? וואס האלט איר?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט אינפאראציע?


שמעקעדיג, א הארציגער ישר כוח פאר אייער זאכליכער און אינפארמאטיווער קאמאנטיר. כ'מיין אז דער אשכול עפענער האט געמיינט צו שרייבן "אינספעראציע" ניין? וואס האלט איר?

האסט פארגעסן אריין צו קומען מיט די אנדערע ניק. מ'דארף האלטן קאפ אין די אומשטענדן. עס איז נישט גענוג צו מאכען גרייזען אז מ'זאל נישט כאפען ווער דו ביסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א קוזין מיט אומפושטמענט?

רביה"ק זי"ע: ס'דא א גאנצע משפחה. אין די אוניווערסיטי אוו סענדז סטריעט האט מען נישט געלערנט אט די זאכן...!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס מיינט אינפאראציע?


שמעקעדיג, א הארציגער ישר כוח פאר אייער זאכליכער און אינפארמאטיווער קאמאנטיר. כ'מיין אז דער אשכול עפענער האט געמיינט צו שרייבן "אינספעראציע" ניין? וואס האלט איר?

איך האב באמת נישט געכאפט וואס עס מיינט. איך האב נוטה געווען אז עס מיינט אינפארמאציע.
און יא, איך וויל זיך דיר בשער בת רבים בפירוש באדאנקען פאר דיין ארטיקל, איך האב שטארק הנאה געהאט דערפון.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט