מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

הילף, עצות און טיפס
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהושע חיים האט געשריבן:מען וויל זאגן אז הומופאטיק קען נישט ארבעטן ווייל עס האט נישט קיין נארמאלע הסבר
עס איז מיר געווען אינטערסאנט וואס איך האב געליינט וועגן אקאפאנטשער וואס עס האט נישט קיין נארמאלע הסבירים אבער דאך האט מען עס אויספראבירט (אויב עס איז פלאסיבא וכו') און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט גאר א ווירקאנג (זיכער אז עס איז דא וואס לייקענען אזוי ווי מעדעצין האט זיך אויך זיינע מתנגדים)

מקען זיין סקעפטיש (וואס איך בין געווענטלך) אבער דא (אויב עס איז אמת) איז עס גאנץ אינטערסאנט



א דאקמענטרי אויף דער נושא פון bbc

https://www.youtube.com/watch?v=Qz8EgeyyZK0

איך זעה נישט וואו דו זעהסט אז "עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט גאר א ווירקאנג", אדרבה, פון א שלל פון שטודיעס במשך ימים ושנים האט זיך אלץ ארויסגעוויזן אז ווען די אבזערוואציע ווערט אדורכגעפירט מיט די פולע סיינעטיפישע דורכזיכטיגקייט בלייבט איבער פון די גאנצע תורת האקיופאנטשער א הויפן אש און פארעך.

פאר מער, און נאך, און נאך מער

א גוטע בוך אויף די סוגיה פון "אלטערנאטיווע מעדעצין" איז 'Trick or Treatment', ס'איז ווערט יעדע פעני.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

שליחה דורך נולד מאוחר »

כעלעם'ר האסט געוואטשט די גאנצע חלק פון אקופאנטשער? זיי האבן סייענטיפשע סטאדיס און ברעין סקענס וואס ווייזן אז ארבעט.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

[left]https://www.sciencebasedmedicine.org/puncturing-the-acupuncture-myth/

Does acupuncture work? Which acupuncture, and what do you mean by work? There are various different Chinese systems, plus Japanese, Thai, Korean and Indian modalities, most of which have been invented over the last few decades. Whole body or limited to the scalp, hand, ear, foot, or cheek and chin. Deep or superficial. With electrified needles. With lasers. With dermal pad electrodes and no skin penetration.

Acupuncture works, but placebos work too. Acupuncture has been shown to “work” to relieve pain, nausea, and other subjective symptoms, but it has never been shown to alter the natural history or course of any disease. It’s mostly used for pain today, but early Chinese practitioners maintained that it was not for the treatment of manifest disease, was so subtle that it should only be employed at the very beginning of a disease process, and was only likely to work if the patient believed it would work. Now there’s a bit of ancient wisdom!

Studies have shown that acupuncture releases natural opioid pain relievers in the brain: endorphins. Veterinarians have pointed out that loading a horse into a trailer or throwing a stick for a dog also releases endorphins. Probably hitting yourself on the thumb with a hammer would release endorphins too, and it would take your mind off your headache.

Psychologists can list plenty of other things that could explain the apparent response to acupuncture. Diverting attention from original symptoms to the sensation of needling, expectation, suggestion, mutual consensus and compliance demand, causality error, classic conditioning, reciprocal conditioning, operant conditioning, operator conditioning, reinforcement, group consensus, economic and emotional investment, social and political disaffection, social rewards for believing, variable course of disease, regression to the mean – there are many ways human psychology can fool us into thinking ineffective treatments are effective. Then there’s the fact that all placebos are not equal – an elaborate system involving lying down, relaxing, and spending time with a caring authority can be expected to produce a much greater placebo effect than simply taking a sugar pill.[/left]
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

שמעקעדיג האט געשריבן:לעצטנס שטויס איך זיך כסדר אן אין די וואונדערליכע 'סארנא מעטאד' וואס מיט איין וויזיט ווערן אלע סארטן יסורים פארשוואונדן... ממש עס טוישט דאס לעבן... מענטשן שרייבן כסדר בריוו ווי וואונדערליך עס ארבעט ביי זיי...

וויל איך דא פרעגן, איז דא פאראן איינער וואס האט עפעס א ידיעה דערין? יש דברים בגו? איז עס בכלל מעגליך? קען מיר איינער מסביר זיין בערך על רגל אחת די שפיץ איידיע דערפון? ווייסט איר פון איינעם וואס איז געהאלפן געווארן דורך דעם מעטאד?

(כ'בין נישט זיכער עס באלאנגט אין דעם אשכול, אבער כ'האב געטראכט עס לוינט נישט צו עפענען א פרישע אשכול. אויב וועט זיך עס אויספעלן וועט מען דאן צוטיילן).


סאמאטישע (psychosomatic) קרענק (פיזישע קרענק וואס זענען לכתחלה באזירט אויף איינרעדענישן) קענען ווערן געהאלפן מיט די זעלבע ווינדערליכע כוח המחשבה וואס האט לכתחלה אנגעארבעט די מחלה. כבלעו כך פלטו.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

שליחה דורך נולד מאוחר »

דבילה, די BBC דאקאמענטרי ווייזט אז סהעלפט מער ווי די פלאסיבו עפפעקט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נולד מאוחר האט געשריבן:דבילה, די BBC דאקאמענטרי ווייזט אז סהעלפט מער ווי די פלאסיבו עפפעקט.

כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:איך זעה נישט וואו דו זעהסט אז "עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט גאר א ווירקאנג", אדרבה, פון א שלל פון שטודיעס במשך ימים ושנים האט זיך אלץ ארויסגעוויזן אז ווען די אבזערוואציע ווערט אדורכגעפירט מיט די פולע סיינעטיפישע דורכזיכטיגקייט בלייבט איבער פון די גאנצע תורת האקיופאנטשער א הויפן אש און פארעך.

לא נעלם ממנו די געציילטע שטודיעס וואס די חסידי ה'דשאנק מעדעצין ווארפן אין די אויגן אריין פון אומוויסענדע פאציענטן, וועגן דעם האב איך מדגיש געווען אז אין כלל, אין סך הכל, בלייבט נישט איבער פון די געציילטע דורכגעפאלנע שטודיעס קיין אויבערהאנט אויף אקיופאנטשער איבער פלאסיבא, אדער ווי גערופען אין די מעדעצינישע דשארגון, צוקער פיל.

וואס מען דארף וויסן צום ערשט אלעמען איז אז קיינמאל, קיינמאל ווערט א מעדעצין נישט באשטעטיגט אויפן סמך פון אן אינדעווידואלע שטודיע. די ערשטע טעסט וואס א שטודיע גייט אלעמאל אריבער איז אז פרעמדע סייענטיסטן אין דעם פעלד קומען אריין אין בילד, סייענטיסטן וואס זענען נישט געווען א חלק פון די ארגינעלע שטודיע, זיי קוקן איבער די מעטאדען מיט וואס די שטודיע איז געווארן אדורכגעפירט און פרובירן צו טרעפן לעכער. דערנאך איז אלעמאל דא א פראצעס פון איבערמאכן די שטודיע, אויב ביים צווייטן מאל באווייזט זי נישט ענליכע רעזולטאטן דאן איז אנצונעמען אז די ערשטע איז געווען פעלערהאפטיג ווייל נאטור איז נישט דעסקרימינטירענד, אויב ארבעט עס ביי מעכל'ס לעבערטארי דארף עס אויך ארבייטן ביי רעכל'ס. איבריג צו זאגן אז אקיופאנטשער איז קיינמאל נישט אריבער די הצלחה ליניע. איבער דעם האב איך אנגעצייגט א לינק פונעם Science Based Medicine זייטל (און מער בפרוטרוט אין די אנדערע צוויי לינקס) מיט די פונקטליכע רעזולטאטן פון מעטא-אנאליזן איבער די אלע שטודיעס וואס זענען שוין אריבער אויף די נושא. דערנאך קומט נאך בערג מיט אנאליזן וואס א מעדעצין, ספעציעל אזא סארט וואס דארף ווען זיין א וואונדער-וואפן קעגן אלע מחלות, דארף אריבערגיין פארן ווערן אנגענומען אלס א רפואה בדוקה. א נייעס אין א צייטונג מיינט זירא ווען ס'קומט זיך איינצוהאנדלען מעדעצינישע וויסענשאפט. בעפאר א פולע מאמר אין א פרעסטידשפולע (peer reviewed) מעדעצינישע דזשורנאל איז אפילו נישט דא פון וואס צו שמועסן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: מרס ווידער און אנדערע געזונטהייט איינרעדענישען

שליחה דורך מי אני »

"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך באנוץ מיך אסאך מיט אזעלכע "געזונטהייט איינרעדענישן", אנדערע זאגן אז ס'איז א פלאציבאו עפפעקט, נו, זאל זיין פלאציבאו, די עיקר איז אז ס'העלפט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט