אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
קומט אריין באריכטן אז פינף צו מער אידן זענען געשטאכען געווארן דורך עטליכע פארשוינען אינדרויסען פון ר' ראטטענבערג'ס שול אויף פארשעי גאס.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
ברעיקינג!!!!
הגה''צ ר' יונה לעבל איז געראטעוועט געווארן מיט ניסי ניסים פון די שטעכעריי אין פארשעי. ער איז פונקט געווען אין שטוב פון פארשעיר רב שליט''א, און דער רוצח האט אים געוואלט שטעכן, אבער ער האט באוויזן אים ארויסצושטיפן און זיך ראטעוון און דורך דעם געראטעוועט נאך אסאך אידן.
היינט זונטיג אינדערפרי אין א''י האט ער שוין געבענטשט גומל אויף די גרויסע ניסים

- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נעה מ'וועט נאך אלץ דינגען שווארצעביבער האט געשריבן:אמת אידן זאלן זיך לערנען סעלף דעפענס און טראגן גאנס אבער איך בין ווייניג מקנא די נעקסטע חסידות ווי א ברודער קריג וועט אויסברעכן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
1. עס דרייען זיך שוין ווידער שמועות אז דא רעדט זיך פון א היימישע מעשה, עפעס מיט א מסירה, און מיסטעיקען אידענטיטעט. איינער מיט די זעלבע נאמען ווי דער נמסר. א וויזניצער חסיד. יש דברים בגיו? יעצט האט מען דאך די שטעכער, וועט ער אפשר קענען צייגן א פינגער אויף די וואס האבען אים געשיקט.
2. איך זעי אז די ראשי הציונים (עפ"ל עהיפ"ו) האבען געשיקט זייער פארדאמונג אויף די שטעכעריי. מ'זעט דא די שייכות וואס פארשעי'ער רבי האט מיט זיי. נישט אומזיסט איז ער געווען דער אנפיהרער פון די דרינגענדע אסיפה קעגן הרב שטיינמן אין מאנסי. ער האט געוואוסט אז נאר הרב שטיינמן שלאגט זיך מיט גיוס אויפ'ן אמת, און ער האט געוואלט שטערן, און העלפן זיין חברים בני גאנץ, ביבי נתניהו, און ראובן ריבלין.
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע, און דאס וואלט סיי ווי נישט געווארען. אז דו ווילסט מ'זאל זיך אויסלערנען סעלף דעפענס, איז עס אויך נישט צו דער זאך. אין די פאל האט מען געווארפען טישען מיט בענק, און עס איז געווען א יחיד ביד רבים. און ער איז נאכאלס אנטלאפען. וואס וואלט געווען אנדערש אז יעדער איד האט אפאר מאסקלס אויף זיך? יא, א גרויסע מומחה, נעיווי סיעלס, קענען זיך קעגן שטעלן א מענטש מיט א מאשעטי. אבער דאס איז ווייל ער האט אינוועסטירט זיין לעבן דערין. עס איז נישט מעגליך אויסצולערנען די ציבור אזעלכע פאכען, דער עולם מוז דאך ארבעטן וכו' אויך. פונקט ווי פייער לעשן קען נישט זיין די פליכט פון יעדער מענטש, מ'דארף די ציבור זאל עס טון, אזוי אויך ביי סעקיוריטי. עס איז אן אמעריקאנער טפשות צו טראכטן אז סעקיוריטי דארף זיין די פליכט פון יעדער יחיד.
4. אויב איינער האט א מינוט ביי מינוט באריכט, וואלט געווען אינטרעסאנט. וואס האט דער רבי זעלבסט געטון בשעת מעשה? ווילאנג האט עס גענומען? ווען איז ער צוריק געגאנגען צו די מלוה מלכה סעודה? עס איז מיר אינטרעסאנט צו פארשטיין די מענטשליכע נאטור. א רבי וואס איז א פיהרער פון מענטשן, וואלט האפעדיגע געהאט אן אנדערע רעאגירונג ווי סתם א מענטש. זייער קעפ דארף ארבעטן אנדערש ווי אונז אלע.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
1. וועגן די נמסר אויפגעטוישט די נאמען מאכט נישט קיין סענס. דהיינו די נמסור יוסל ניימאן די וויזניצע דרייט זיך נישט אין פארשעי. די מסור אלי' כ''ץ דרייט זיך אין פארשעי.
דאס יא אז ער האט געפארקט די קאר אביסל ארויפציער, און געגאנגען צו פיס ביז די רבי'ס הויז נישט אפילו אין בית המדרש, און נישט געגאנגען צו 18 פארשעי אדער אן אנדערע אידישע לאקאל אינמיטן מאנסי. זעהט עס אויס אביסל חשדות אז עס האט געהאט א ציהל..
פארשעי האט אסאך שונאים לאו דווקא מיט די מסירה.
לאמיר האבן אביסל געדולד, האפענטליך וועט מען זאגן דא די אמת..
3. קיינער זאגט נישט אז יעדער זאל האבן געווער, נאר אחד במשפּחה או שני בביהמ''ד.. אזוי ווי אינז האבן הצלה וכדומה זאל זיך ארום דרייען צווישן אינז חברה וואס קענען די מלאכה אויב עפעס מאכט זיך, און זיי זאלן זיין געהעריג געטרעינט.
4. לויט ווי אזוי איך האב געהערט איז די רבי געווען אין זיין צימער דהיינו מען האט געהאלטן נאכ'ן צינדען און שטוב פאר די מלוה מלכה און שוהל און די עולם האט געהאלטן אינמיטן אריבערגיין פון הויז צום שוהל די רבי איז געווען אין זיין צימער. ער האט געפירט א שעה שפעטער א געהעריגע מלוה מלכה..
דאס יא אז ער האט געפארקט די קאר אביסל ארויפציער, און געגאנגען צו פיס ביז די רבי'ס הויז נישט אפילו אין בית המדרש, און נישט געגאנגען צו 18 פארשעי אדער אן אנדערע אידישע לאקאל אינמיטן מאנסי. זעהט עס אויס אביסל חשדות אז עס האט געהאט א ציהל..
פארשעי האט אסאך שונאים לאו דווקא מיט די מסירה.
לאמיר האבן אביסל געדולד, האפענטליך וועט מען זאגן דא די אמת..
3. קיינער זאגט נישט אז יעדער זאל האבן געווער, נאר אחד במשפּחה או שני בביהמ''ד.. אזוי ווי אינז האבן הצלה וכדומה זאל זיך ארום דרייען צווישן אינז חברה וואס קענען די מלאכה אויב עפעס מאכט זיך, און זיי זאלן זיין געהעריג געטרעינט.
4. לויט ווי אזוי איך האב געהערט איז די רבי געווען אין זיין צימער דהיינו מען האט געהאלטן נאכ'ן צינדען און שטוב פאר די מלוה מלכה און שוהל און די עולם האט געהאלטן אינמיטן אריבערגיין פון הויז צום שוהל די רבי איז געווען אין זיין צימער. ער האט געפירט א שעה שפעטער א געהעריגע מלוה מלכה..
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
4. אויב איינער האט א מינוט ביי מינוט באריכט, וואלט געווען אינטרעסאנט. וואס האט דער רבי זעלבסט געטון בשעת מעשה? ווילאנג האט עס גענומען? ווען איז ער צוריק געגאנגען צו די מלוה מלכה סעודה? עס איז מיר אינטרעסאנט צו פארשטיין די מענטשליכע נאטור. א רבי וואס איז א פיהרער פון מענטשן, וואלט האפעדיגע געהאט אן אנדערע רעאגירונג ווי סתם א מענטש. זייער קעפ דארף ארבעטן אנדערש ווי אונז אלע.
נעכטן ביי מ''מ.http://cloud.tapatalk.com/s/5e08d34d9233b/VID-20191229-WA0004.mp4
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
טראכטכמוני האט געשריבן:נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע, און דאס וואלט סיי ווי נישט געווארען. אז דו ווילסט מ'זאל זיך אויסלערנען סעלף דעפענס, איז עס אויך נישט צו דער זאך. אין די פאל האט מען געווארפען טישען מיט בענק, און עס איז געווען א יחיד ביד רבים. און ער איז נאכאלס אנטלאפען. וואס וואלט געווען אנדערש אז יעדער איד האט אפאר מאסקלס אויף זיך? יא, א גרויסע מומחה, נעיווי סיעלס, קענען זיך קעגן שטעלן א מענטש מיט א מאשעטי. אבער דאס איז ווייל ער האט אינוועסטירט זיין לעבן דערין. עס איז נישט מעגליך אויסצולערנען די ציבור אזעלכע פאכען, דער עולם מוז דאך ארבעטן וכו' אויך. פונקט ווי פייער לעשן קען נישט זיין די פליכט פון יעדער מענטש, מ'דארף די ציבור זאל עס טון, אזוי אויך ביי סעקיוריטי. עס איז אן אמעריקאנער טפשות צו טראכטן אז סעקיוריטי דארף זיין די פליכט פון יעדער יחיד.
די אלגעמיינע פאליציי דרייט זיך נישט ביי אונזערע פארזאמלונגען, עס ברויך ווערן די נארמע אז ביי יעדע פארזאמלונג איז דא וואפנס, עס וואלט געווען א גוטע און אויספירבארע זאך אז הצלה לייט זאלן אנהייבן טראגן א גאן,
בנוגע סעלף דעפענס לעססענס, אן א שיעור פון די לעצטיגע פיזישע אטאקעס אין די סיטי (אן וואפנס) וואלט פארמיטן געווארן ווען זיי ווייסן אז היימישע אידן זענען נישט קיין שוואכלינגען, די אטאקירער הייבן זיך געווענליך נישט אן מיט אזעלכע וואס קענען זיך דעפענדן/צוריקגיבן
און מען דארף נישט זיין קיין נעיווי סיעלס דערפאר, עס זענען פאראן ספעציעלע פראפעסיאנאלע קורסעס דערפאר..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
@ליטוואק
דו שרייבסט,
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע,
ביזט נישט גערעכט, קוק למשל היינט אינדערפרי אין צפון טעקסעס איז א שיסער אריין אין א קירכע און גענומען שיסן און איינער פון די מעמבערס פונעם קירכע האט געטראגן מיט זיך א געבענטשטע גאן און אראפ געשאסן דעם שיסער.
געווענליך דע וואס טראגן גאנס האבן זיך טרענירט ווי אזוי צו באניצן מיט גאנס און אויך לייכטערע מיטלן ווי אזוי זיך צו באשיצן און מ'ברויך נישט זיין קיין נעווי סיעל אדער א סאלדאט זיך צו קענען באשיצן מיט א גאן.
דו שרייבסט,
3. די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע,
ביזט נישט גערעכט, קוק למשל היינט אינדערפרי אין צפון טעקסעס איז א שיסער אריין אין א קירכע און גענומען שיסן און איינער פון די מעמבערס פונעם קירכע האט געטראגן מיט זיך א געבענטשטע גאן און אראפ געשאסן דעם שיסער.
געווענליך דע וואס טראגן גאנס האבן זיך טרענירט ווי אזוי צו באניצן מיט גאנס און אויך לייכטערע מיטלן ווי אזוי זיך צו באשיצן און מ'ברויך נישט זיין קיין נעווי סיעל אדער א סאלדאט זיך צו קענען באשיצן מיט א גאן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
איך רעד פון די צייטן פון די ״מערערע שטעכערייען״ זעלבסט הנקרא ״אינטיפאדת הסכינים״ 2015-2016 וואס מערערע שטעכערס/טראקטאר-פארערס זענען געשאסן געווארן דורך עקס-צה״ל׳ניקס אדער פארבייפארענדיגע אפיצירן, נישט דורך סתם מענטשן.קורקלענד האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
אידן געשטאכן אין מאנסי רח''ל
לארדש סקעיל סעלף-דעפענס טרעיניג איז איבעריג צו זאגן אז ס׳איז נישט רעאליסטיש און נישט געאייגנט פאר יעדן, ווידער אז מען זאל טרעינען א גרופע וכו׳ האבן אונז דאך שוין שומרים/שמירה פאר דעם...ליב צו וויסן האט געשריבן:בנוגע סעלף דעפענס לעססענס, אן א שיעור פון די לעצטיגע פיזישע אטאקעס אין די סיטי (אן וואפנס) וואלט פארמיטן געווארן ווען זיי ווייסן אז היימישע אידן זענען נישט קיין שוואכלינגען, די אטאקירער הייבן זיך געווענליך נישט אן מיט אזעלכע וואס קענען זיך דעפענדן/צוריקגיבן
און מען דארף נישט זיין קיין נעיווי סיעלס דערפאר, עס זענען פאראן ספעציעלע פראפעסיאנאלע קורסעס דערפאר..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קורקלענד האט געשריבן:טראכטכמוני האט געשריבן:נאך א פוינט: די אלע איזרעאליס וואס דרייען זיך מיט ביקסן זענען רובם ככולם אדער טרעינירטע אפיצירן אדער געוועזענע צה״ל מיטגלידער, סא ס׳איז אפי׳ נישט קיין פארגלייך.ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די אלע וואס הייסען אז יעדער איד זאל טראגן געווער רעדן נישט צו דער זאך. עס איז נישט קיין נארמאלע זאך אז מ'זאל זיך אומדריין ווי איזראעליס מיט א ביקס אין קעשענע.
נישט אמת, לאור די מערערע שטעכערייען וכו', האט מדינת ישראל געזען פאר די איינציגסטע אפציע אסאך לויזער צו מאכן אז ציוויליזירטע וואס זענען נישט געווען אין מיליטער זאלן זיך גרינג קענען איינהאנדלען געווער און ס'האט געברענגט א סוף. איר רעדט פון יארן צוריק איידער זיי האבן אנערקענט אז מער געווער ציווישן ציווילע איז איז פאר פארזיכערונג
קןרקלענד: איך בין נוטה מסכים צו זיין מער מיט טראכטכמוני. ווייל די מציאות ווייזט אז ביי רוב פעלער פון אן אטאקע דורך די אראבישע רוצחים זענען עס געווען געוועזענע אפיצירן אדער סתם געטרעינטע סאלדאטן פון צה"ל וועלכע האבן קאנפראנטירט די מערדערס און זיי אומשעדליך געמאכט. ווייל א ציווילער, אומגעטרעינטערט מענטש איז נאך צומאל אין א פיהל גרעסערע סכנה. ווייל דער רויבער קען איהם אוועקכאפן די געווער...!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מ'דארף זיך היטען פון א קורצזיניגע תירוץ צו א גרויסע קשיא. אין א"י לעבט מען אונטער א שטענדיגע געפאר פון די עראבער. ברגע די איזראעליס וועלן נאכלאזען, איז עס צרות. דאהי אין אמעריקא, אפילו היינו צוטאגס נאך צווי מעשיות אשר לא יעשו, איז עס נישט אזוי. און ממילא, דאס איינפיהרען דער עולם אין א מצב פון שטענדיגע זעלבסט שוץ, אז יעדער שמויגע איז שוין א גאנצע זעלנער אין די מיליטער פון חרדיטום, איז אן ענדערונג פון אונזער גאנצע לעבנסשטייגער. איז דאס א גוטע עצה? מ'דארף כאטש שוקל זיין שכרו כנגד הפסדו. אין א"י האט מען נישט די ברירה, ביזדערווייל האט מען יא די ברירה דאהי אין אמעריקא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מ'דארף זיך היטען פון א קורצזיניגע תירוץ צו א גרויסע קשיא. אין א"י לעבט מען אונטער א שטענדיגע געפאר פון די עראבער. ברגע די איזראעליס וועלן נאכלאזען, איז עס צרות. דאהי אין אמעריקא, אפילו היינו צוטאגס נאך צווי מעשיות אשר לא יעשו, איז עס נישט אזוי. און ממילא, דאס איינפיהרען דער עולם אין א מצב פון שטענדיגע זעלבסט שוץ, אז יעדער שמויגע איז שוין א גאנצע זעלנער אין די מיליטער פון חרדיטום, איז אן ענדערונג פון אונזער גאנצע לעבנסשטייגער. איז דאס א גוטע עצה? מ'דארף כאטש שוקל זיין שכרו כנגד הפסדו. אין א"י האט מען נישט די ברירה, ביזדערווייל האט מען יא די ברירה דאהי אין אמעריקא.
דו זאגסט גוטע נקודות בנוגע געווער, טאקע דערפאר איז גוט מיר זאלן מעודד זיין הצלה לייט וכדומה זאלן דאס האבן און כמובן אז זיי זאלן זיך טרענירן דערויף.
משא"כ וויסן וויאזוי זיך צו באשיצן פון נישט באוואפנטע אטאקעס איז וויכטיג פאר יעדן יחיד לפי אונזער מצב די לעצטע פאר יאר.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
ווילאנג איך זעי נישט אז מ'נעמט ביידע צדדים אריין אין פראגע, אז איך זעי נישט אז מ'פארשטייט די סבה פארוואס דאס נישט צו טון, זעי איך נישט אז מ'האט אריין געטראכט אין די שאלה. עס איז דא א סבה אויף נישא און א סבה אויף יא. דעמאלס קען מען קוקן וואס וועגט איבער די אנדערע.