לאמיר געווינען די האס מיט ליבע

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

לאמיר געווינען די האס מיט ליבע

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

ביטע אדורכליינען מיט ישוב הדעת און דאן קאמענטירן, א דאנק.

היינט בין איך שוין זייער צובראכן
די געפילן ציטערן אבער פון קעלט
היינט האט מען מיר צושטאכן
נישט ווייל מען האט געוואלט מיין געלט

נאר ווייל איך שטאם פון אן ארט
און נישט פון א צווייטן
וואס פרימיטיווע האס קען דארט
מיר נישט באגלייטן

פאר יעדער איד באזונדער האט פארדראסן
אז מיר זענען צושטאכן געווארן די וואך
פאר צוויי וואכן צוריק האט מען אונז געשאסן
און יעצט פארזוכן מיר דעם טעם פון דעם שטאך

א מאנאט צוריק האבן מיר אויך געהאט
צובלוטיגטע און צוביילטע גלידער
און אלס גייט אריבער גלאט
דעריבער פאסירט עס ווידער

ווילאנג קענען מיר דאס פארנעמען
מיר זענען נישט קיין מאנומענטן
און מיר ווילן זיך נישט לאזן פארשעמען
פון בייזוויליגע עלעמענטן

נאר דאס האבן ליב די וואס האסן
צו האסן ווי מער
און דער בלאף פון רעליגיעס און ראסן
איז נאר א תירוץ פאר זייערע לויזע געווער

ווען וועט א איד שוין קענען שפאצירן
מיט א פאטריקאנער ידיד
און ווען וועט שוין א שווארצער פראקלאמירן
אז ער איז א צופרידענער שכן מיט א איד

ווען וועט שוין א אידישע מיידל קענען גיין
אן קיין הארץ קלאפענישן פון טעראר
ווען וועט שוין א אידישער אינגעלע קענען שטיין
אין יעדן ארט מיט פאות אן קיין האר

און לאמיר דעם ציל אויסדרייען
צו די ארומיגע אידן אומעטום
און זיכער צו די וועלכע שרייען
אז מען טאר נישט בלייבן שטום

ווען וועט א בחור וואס האלט נישט דערביי
קענען דאווענען אין יעדער שול
און ווען וועט מען זיך אומקוקן אויף זיי
ווי א נארמאלער מענטש מיט געפיל

ווען וועט א פרומער איד קענען טאן געשעפטן
מיט א צווייטער מענטש וואס האלט נישט ווי אים
מיר מוזן זיך ממילא אינאיינעם באהעפטן
פארוואס קוקט מען יעדן אן ווי א פראבלעם

אויב זענען מיר גענוג אידישליך און זיס
אז דער גוי זאל אונז פיינט האבן אייניג
זענען מיר אלע גענוג אידישליך געוויס
אז מיר זאלן זיך נישט פיינט האבן אפילו ווייניג

גרויס-האס איז א געדענקעניש
צו גרויס-ליבע פון פריער
וואס יעדער שפירט דערצו א בענקעניש
אבער די האס דערווייטערט יעדער שפור

מיטן רעאגירן צו האס מיט פיינטשאפט
ווערט עס נאר גרעסער זייער
עס צושפרייט זיך מיט א שנעלער טרייבקראפט
ווייל שנאה איז פונקט ווי פייער

אבער ביי ליבע איז דא דער זעלבער כלל
עס איז אויך פונקט ווי פייער
אלע צינדן זיך אן ווייל
ליבשאפט איז ביי יעדן טייער

די ריכטיגע געווינס אין שנאה איז
א אומבאגרייפליכע ליבשאפט
מען האט ליב און מער ליב ביז
די פיינטשאפט ווערט אפגעשאפט

לאמיר געווינען די האס
מיט א טאפלטער דאזע פון ליבע
און די וועלט וועט דאן ווערן איין קלאס
מען וועט זיך ארומדרייען מיט חיבה

איך האב דיר ליב
ווייל דו האסט מיר ליב אויך
און דו ליבסט מיר
ווייל דיין ליבע איך ברויך...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: לאמיר געווינען די האס מיט ליבע

שליחה דורך טראכטכמוני »

כ׳מוז מודה זיין כ׳האב עס נישט געליינט מיט די גאנצע ישוב הדעת אבער אעפ״כ בין איבערגענומען געווארן, לייק!
פארשפארט