תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז נישט ממש א קלארע גמרא, ס'איז די זוהר'ס און רש"י'ס פשט אין די גמרא, פון אנדערע מקורות זעהט אויס אז די פאסטן איז לכתחילה געווען אויף איין יאר, פונקט ווי די פאסטן פון פרעזידענט אין אמעריקע איז אויף פיר יאר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
אויך איז דא ערגעץ וואו א גמרא וואס מאכט א חשבון אז רוב כהנים גדולים האבן נישט אויסגעדינט זייער יאר.


יומא דף ט' ע''א

[justify]אמר רבה בר בר חנה א"ר יוחנן מאי דכתיב (משלי י כז) °יראת ה' תוסיף ימים ושנות רשעים תקצרנה יראת ה' תוסיף ימים זה מקדש ראשון שעמד ארבע מאות ועשר שנים ולא שמשו בו אלא י"ח כהנים גדולים ושנות רשעים תקצרנה זה מקדש שני שעמד ד' מאות ועשרים שנה ושמשו בו יותר משלש מאות כהנים צא מהם מ' שנה ששמש שמעון הצדיק ושמונים ששמש יוחנן כהן גדול עשר ששמש ישמעאל בן פאבי ואמרי לה י"א ששמש ר' אלעזר בן חרסום מכאן ואילך צא וחשוב כל אחד ואחד לא הוציא שנתו[/justify]
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

געווען אין קול הציבור פאריגע וואך.
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20190925-094439_Drive.jpg
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:און אז מ'רעדט שוין פון קמחית איז מיר אלץ שווער געווען. אויב זענען זיבן קינדער געווען כהנים גדולים בחייה, מיינט עס לכאורה אז זי האט באגראבן כאטש זעקס פון אירע קינדער. נישט אזוי? איז דא נאך אן אופן וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן? אויב בין איך גערעכט איז עס דאך געווען א שלעכטע זאך פאר איר.

פארגעס נישט אז מ'רעדט דא פון מענטשן וועלכע האבן געלעבט אין אן אלטערנעטיוו יוניווערס אוואו ס'איז שקשה עליהם טהרת כלים יותר משפיכות דמים, אין יענעם אלטערנעטיוו יוניווערס איז דאס געווען די שפיץ גליק, דאס איז דאס גאנצע פון וואס זייער לעבן איז באשטאנען.


אין די זעלבע בילד פון די תוס' ישנים שטייט "כגון שאירע פסול ...דהא פשיטא שלא קברתם מדשבח הוה לה"
1111
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 107
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2017 8:29 pm
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך 1111 »

אין ליכט פון די תגלחת נשים ארטיקל אינעם וועקער, ווערט איצט צורוק נתעורור די פראגע "וואס איז דער אמת" וואס טוט זיך אין די גאס איבער די ענין פון לאזן וואקסן די האר פון קאפ?
מיר עפענען א פרישע סערוועי אויף די נושא. עס איז א יאר שפעטער, קען זיין די מצב איז שוין אנדערש.

ענפערט אפילו אויב איר האט שוין געענפערט די פריערדיגע סערוועיץ

מיר בעטן זייער, ביטע פילט אויס נאר דעם אמת..זענט איר נייגעריג צו וויסן דעם אמת'ן מציאות אין דעם ענין ? אוודיא יא. אנדערע ווילן אויך דעם אמת !!
אויב פלאנט איר נישט צו שרייבן דעם אמת, ביטע האט פארשטענדעניש איןענפערט נישט דעם סערוויע.. מיר וועלן ארויסלייגן די רעזולטאטן ווען עס וועט זיין בערך 300 ענפערס.

אבער מיר בעטן אייך "פילט עס יא אויס" אין ענפערט יאבלויז דעם אמת" "מען וועט נאר קענען מאכן הנחות אויב אסאך וועלן אויספילן דעם סערוועי..

https://forms.gle/hQiRSK5oCPoHrh71A
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ענדליך קען איך שיקען מיין ווייב זיכער מאכן אז זי איז געשוירן לויטן שיעור.
איינער ווייסט אויב דאס איז סערוויס בחנם?
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:.


כבר היו דברים מעולם..

פון א צייטונג אין ירושלים בשנת תרע"ג

החרות ירושלים _1.jpg
החרות ירושלים _1.jpg (47.87 KiB) געזען געווארן 4313 מאל

החרות ירושלים _2.jpg
החרות ירושלים _2.jpg (63.9 KiB) געזען געווארן 4313 מאל
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

נאך אפאר מקורות:

אפשערן כולל שומרי החומות1.jpg


אפשערן כולל שומרי החומות22.jpg


אפשערן כולל שומרי החומות3.jpg
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

הדסים האט געשריבן:דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.


דארטן האט מען גערעדט פון געלט און ארויסגעווארפן פונעם כולל'ס הויז. אין ירושלים עיה"ק, אין די צייטן פון די ערשטע וועלט'ס קריג (און אויך פריער), איז געלט געווען א שאלה פון פיקו"נ, א לעבנ'ס פראגע כפשוטו.

און וועגן די נושא פון קר"י, עס טוט מיר זייער וויי, אבער איך האלט אז א מוסד האט די רעכט צו פאדערן האלטן זיינע תקנות, בפרט תקנות וואס זיי האלטן פאר עיקרי הדת ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט באשטימט. אויב יענע קאפל וויל, האבן זיי א ברירה צו גיין וואוינען אין א פלאץ וואס פאדערט דאס נישט.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

זיי האבן נישט די רעכט אויב האלטן זיי אפ דאס עפענען אנדערע מוסדות.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך טראכטכמוני »

@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

ליב צו וויסן האט געשריבן:די שטח פון קרית יואל און ארום באלאנגט פאר רביה"ק ?

א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.
די מעשה מיט כולל שומרי החומות איז געווען, אז געוויסע רבנים האבן באשטימט אז די געלט וואס קומט פון חו"ל קיין אר"י וועלן באקומען נאר משפחות וואס שטעלן זיך צו מיט'ן תקנה פון שערן די האר. די (ריכטיגע) טענה איז אז די וועד פון הנהלת ונשיאות הכולל אין אונגרן האבן נישט געפאדערט די תקנות, נאר אז מ'זאל נישט גיין פריצות'דיג וכדו', נישט גערעדט וועגן יא שערן אדער נישט.
פארשטאנד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 130
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 4:31 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך פארשטאנד »

חיים שיש בהם האט געשריבן:א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ, איך מיין אז זיי האבן די גאנצע רעכט צו פאדערן האלטן תקנות וועלכע זענען זייער שטרענג ביי זיי.


איך גיי נישט אריין אין די עצם זאך פון אריינקריכן אין יענעמ'ס קישקעס בדברים שבצנעה, אבער די געדאנק אז א קהילה האט אויפגעשטעלט א פלאץ במילא דארף מען זיך צושטעלן גייט מיינעך אן פארן ערשטן דור, דהיינו מענטשן וואס קומען אהין פרייוויליג, קינדער אין אייניקלעך וואס ווערן דארט געבוירן, מיט וואספארא רעכט ווארפט מען אויף זיי ארויף איבעריגע חומרות - מיט א שטעקן פון 'אז דו ביסט נישט צופרידן גיי פון דאנעט' - נאר ווייל זיי זענען דארט געבוירן געווארן? דאס פלאץ איז זייערס פונקט ווי די ערשטע איינוואוינער.
די אמת מאכט נישט גליקלעך, און א גליקליכע מענטש מיינט נישט אז ער האט דעם אמת.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך אונטער חכם »

חיים שיש בהם האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:דארטן האט מען געדארפט אן אינספעקשין צו קענען באקומען געלט. איך זאג נישט אז איך עגרי מיט זייער מעשים, אבער עס איז ווייט נישט אויף די לעוועל פון דארפן אן אינספעקשין פאר די מוסדות פון די קינדער.

אין יענע תקופה האט מען זיך געפרייט מיט יעדעם וואס האט אריינגעשיקט זייער קינדער צו פרומע מוסדות.


דארטן האט מען גערעדט פון געלט און ארויסגעווארפן פונעם כולל'ס הויז. אין ירושלים עיה"ק, אין די צייטן פון די ערשטע וועלט'ס קריג (און אויך פריער), איז געלט געווען א שאלה פון פיקו"נ, א לעבנ'ס פראגע כפשוטו.

און וועגן די נושא פון קר"י, עס טוט מיר זייער וויי, אבער איך האלט אז א מוסד האט די רעכט צו פאדערן האלטן זיינע תקנות, בפרט תקנות וואס זיי האלטן פאר עיקרי הדת ווי רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט באשטימט. אויב יענע קאפל וויל, האבן זיי א ברירה צו גיין וואוינען אין א פלאץ וואס פאדערט דאס נישט.
די כוללים געלט איז נישט געווען סתם קיין צדקה געלט פאר ארימע אידן, עס איז געווען כולל געלט וואס אידן אין חו''ל האבן געשיקט כדי צו שטיצן אידן וואס זיצן און לערנען על טהרת הקודש אין ירושלים, די נותנים האבן געהאט די רעכט צו פארלאנגען סיי וואס אין אויסטויש פונעם געלט, און ווער עס איז נישט געווען צופרידן האט געקענט אויפהערן צו לעבן אויפן ציבורס חשבון.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך אונטער חכם »

חיים שיש בהם האט געשריבן:@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
דעיס איז א עקסטערע טענה, אבער מען קען נישט צוגלייכן מאכן תקנות פאר ווער עס וויל לעבן אויפן חשבון הציבור , צו תקנות פאר ווער עס וויל שיקן די קינדער אין חדר.
חיים שיש בהם
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:28 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

שליחה דורך חיים שיש בהם »

אונטער חכם האט געשריבן:
חיים שיש בהם האט געשריבן:@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
דעיס איז א עקסטערע טענה, אבער מען קען נישט צוגלייכן מאכן תקנות פאר ווער עס וויל לעבן אויפן חשבון הציבור , צו תקנות פאר ווער עס וויל שיקן די קינדער אין חדר.

דו רופסט לומדי כולל "לעבן אויפן חשבון הציבור"?
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

טראכטכמוני האט געשריבן:@ליב צו וויסן : ס׳איז חדא מתרצת בחברתה, אויב זענען זיי נישט באלעבאס דארט קענען זיי דאך נישט ׳אפהאלטן׳ פון עפענען אנדערע מוסדות ממילא קען דער יעניגער - וואס איז נישט גרייט איינצוהאלטן זייערע פראטאקאלן און דרעס קאוד - זיך עפענען אן אייגענע מוסד לפי רוחו והשקפתו.


וועם פרובירסטו צו נער'ן... זיי פרובירן מיט אלע מיטלען עס אפצוהאלטן. און לויט שמועות פרובירן זיי אפילו אפהאלטן מאנסי מוסדות פון אריינעמען קר"י קינדער
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

חיים שיש בהם האט געשריבן:
אונטער חכם האט געשריבן:
חיים שיש בהם האט געשריבן:@אונטער חכם,
די פראבלעם איז אז די נותנים האבן נישט געמאכט די תנאי. חברי הנהלת הכולל וואס זענען געזיצן און פרשבורג האבן געהאט געוויסע תנאים, צום ביישפיל נישט שיקן די קינדער צו שולע'ס וכו' אדער גיין פריצות'דיג. זיי האבן נישט גערעדט אדער געשריבן עפעס וועגן זיך אפשערן! נאר אפאר רבנים פון ירושלים האבן דאס געפאדערט. די טענה פון לומדי הכולל איז געווען, מי שמכם?
דעיס איז א עקסטערע טענה, אבער מען קען נישט צוגלייכן מאכן תקנות פאר ווער עס וויל לעבן אויפן חשבון הציבור , צו תקנות פאר ווער עס וויל שיקן די קינדער אין חדר.

דו רופסט לומדי כולל "לעבן אויפן חשבון הציבור"?


אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

ליב צו וויסן האט געשריבן:
אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..

אויף זייערע ווייבער'ס חשבון
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)

שליחה דורך טראכטכמוני »

real fake news האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:
אויף וועמען'ס חשבון לעבן זיי?..

אויף זייערע ווייבער'ס חשבון
און אויף וועמענס חשבון לעבן זייערע ווייבער? [emoji848]
פארשפארט