נייע רעסטעראונט "פניני" אין וויליאמסבורג (געוועזענע איצא'ס)‎

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל

נייע רעסטעראונט "פניני" אין וויליאמסבורג (געוועזענע איצא'ס)‎

שליחה דורך שעפטל »

אדורכפארענדיג אויף די ליע עוועניו שטראסע אין וויליאמסבורג, האב איך געזעהן א פרישע סיין אויף א געשעפט (קוק די בילד), לייג איך מיין מאטערסייקל אויף פארק, און איך רוף שנעל אן מיין חבר דער אלעס-ווייסער, דערציילט ער מיר אז איינער הערשי האפפמאן (וואוינט היינט אין בארא פארק, B60 לייגט יענער צו - גיי ווייס צו ער מיינט הצלה, חברים, צו שומרים, אדער גאר חברה קדישא..) האט עס אפגעקויפט און גייט דארט פריש עפענען א מיליכיגע רעסטעראונט.

דער פלאץ האט א געוואלד מיט היסטאריע, נאך באקאנט ביים עלטערן (און געוויסע יונגערע) דור אלץ "איצא'ס" דער בעה"ב איצא פריעד האט עס יארן געפירט און דארט זענען דורכגעדרייט געווארן כמעט אלע נייעס און גאסיפ פון די לעצטע פיר און צוואנציג שעה..

זייט איצא האט זיך עפעס אריבערגעצויגן קיין פלארידע האבן זיך דארט געטוישט בעלי בתים יעדע שטיק צייט. שוין געווען בעלי בתים (אויב דענק איך גוט) פריעד, אלטמאן, און מסתמה נאך. דער לעצטער בעה"ב איז געווען א בחור ברוך הערש (בארי) דייטש. (כ'בעהט בכל לשון של בקשה אז מ'זאל נישט אריבערפירן די שמועס צו צימעס וד"ל!!!) יעצט גייט זיך עס פריש עפענען אינטער די נאמען "פניני"

אפשר ווייסט דערוילעם מער פארוואס פון איצא ביז יעצט (חוץ דייטש) האבן זיך נישט געהאלטן קיין פארוואלטונג?

אויך אפשר קען דער עולם מער דערציילן אינטערסאנטע היסטאריע און מעשיות פון די געשעפט
בייגעלייגטע פיילס
פניני.jpg
פניני.jpg (30.75 KiB) געזען געווארן 2738 מאל
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 35 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר