שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

ביבער האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שוין דא א פערטע קליפ פון הרב ר' מרדכי בעק שליטא

בעק איז נאך די בעסטע, ער זאגט אים די קול קורא האט נאר געמיינט שלום בית שיעורים... ער דרייט און ציט אהער און אהין. א בושה פאר כלל ישראל.

אפשר קען עס איינער ביטע אהערשטעלן? תודה
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ער האט א אימעיל יודן זייטס עים מחזק

askrabbin@gmail.com
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אפשר קומט איינער ארויס מיט א קול קורא וואס טוט הערצליך באדאנקן די רבנים וואס האבן גענומען די מיה און זייער טייערע צייט אינטער צו שרייבן דעם חרם, און ארויסברענגן אז נאך אזעלכע חרמים וועט מקרב זייו אידן צו תורה ומצוות, אינטערגעשריבן בשם אלע שיכטן פון כלל ישראל

כ'וואלט עס ווען אליין געטוהן אלץ מצוה בו יותר מבשליחו, נאר כ'בין נישט קיין גראפיקער און כ'האב נישט קיין אהנונג ווי אזוי מ'טוט דאס. כ'בין זיכער אז אינזער קהילה פארמאגט גוטע גראפיקערס
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ער האט א אימעיל יודן זייטס עים מחזק

askrabbin@gmail.com

ביסט זיכער ס'איז זיין אימעיל?

יא. (קען זיין א צווייטער האט אויך עקסעס דערצו, איך ווייס נישט, אבער ער זיכער)
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:ער האט א אימעיל יודן זייטס עים מחזק

askrabbin@gmail.com

ביסט זיכער ס'איז זיין אימעיל?

יא
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

Happy New Year אדער היימיש גערעדט, תחל שנה וקללותיה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעצט באקומען די מעסעטש, זעהט אויס די כאשר יענו אותו ארבייט פיין....

Dear Members,

Since the most recent חומש & הלכה group has filled up to the max, we've created another group.

Feel free to share the link with your friends that couldn't get on.

https://chat.whatsapp.com/D7TcS29zM7g0xKbp0p1Rie
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

למעשה זענען די חותמים געלונגענע רבנים. קוים געענדיגט מיט טריפה'נע קידטשאטשקע און תומ"י בלי הפסק דער עם הארץ שמואל ניימאן...

עקעלהאפטיג. חתימת ידיהם ווערט אויס ווערד מיום ליום אפי' לצור ע"פ צלוחית, ניטאמאל קיין אשר יצר פאפיר צו מטלטל זיין בשעת הדחק צוזאמען מיט די אבנים מקורזלות, זענען זיי ווערט.

חז"ל זאגען, מוטב לאדם שיפיל עצמו לכבשן האש ואל ילבין פני חבירו ברבים. ווי אזוי זיי זאלען נאר האבן מחליט געווען צו טוהן, איז די אויבן נאך הייס און גרייט ווען די צייט וועט קומען, רחמנא ליצלן.

קענען זיי נישט אביסל היסטוריה? אז זיי וועלען נישט כאפן באצייטנס, וועלען זיי נאך אלע דארפן קומען אין חלום אז די קינדער זאלען צוזאם נעמען א מנין פאר איבערבעטן נאך הונדערט און צוואנציג.

שווער צו דיסיידען, זענען זיי טיפשים אדער רשעים. קען גאר זיין ביידע...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שאַק און שוידער האט ארום גענומען כלל ישראל אינעם היינטיגן טאג, וואו א דינער אינמיטן העלן טאג האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אזא קול קורא וואס הערט זיך ווי א חרים. אקעגן איינער פון די דיינים וואס איז לעצטענס א גאר שטארקע אויפגייענדער שטערן. פאר אונז איז ער אלטע נייעס, אבער אזוי גייענדיג היינט פון איין שמחה צום אנדערן האט זיך אויף יעדן טישל געשישקעט אט די געשיכטע. שמועסערייען הערן זיך אז א גרויסע עולם האט ניטאמאל געוויסט אז ס'עקזיסטירט אזא דיין, און הערנדיג אצינד זענען זיי געווארן שטארק אינטערעסירט. אזויווי אלע אנדערע איסורים זעהט אצינד אויס אז דאס וועט גאר שטארק ארויסהעלפן אינעם דיין'ס פאפולעריטעט, און כלל ישראל וועט זיך ערווארבן א בעסערע מהלך.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

פאר אביסל ניואנס איז כדאי דא צו ליינען.viewtopic.php?t=13065

די רבנים זענען עתיד ליתן את הדין מער אויף זייערע טפשות ווי אויף זייערע רשעות. לאמיר שוין זאגן אז ניימאן האט א לויז מויל און לאמיר אויך זאגן אז ער וואלט זיך געמעגט מער רעכענען מיט אונזער סענסעטיווקייט צו די ענינים. נו, איז פארדעם שרייבט מען אזוי?

אז ער געפעלט דיר נישט, פרוביר צו רעדן מיט אים. אדער זאג דיין קהילה אז מען זאל ענדערש צו אים נישט גיין. און אפילו אז דו מוזט ארויסגעבן א צעטל, זאג אז אין רוח חכמים נוחה הימנו און יוצא געווען. אבער אזא צעטל מיט מליצות פון המן און אים פארבינדן אפילו בעקיפין מיט טעראריסטישע אקטן? זענט עטץ אויפן קאפ געפאלן? השתגעתם? די רבנים פארמאגן בלויז איין ניוקליער קנעפל און פון שוואוילטאג קענען זיי נישט אויפהערן זיך דערמיט צו שפילן.

דער ביטערער אמת איז אז רוב רבנים און מו"ץ'ן זענען לוזערס. זיי ווייסן אז מחוץ לכותלי פון זייער שטיבל האבן זיי נישט וואס צו פארקויפן. מען געט זיי דרך ארץ ווייל עס פאסט אזוי, אבער א בר דעת האט מיט זיי נישט וואס צו רעדן. אין א וועלט וואו די רשות הרבים איז אלץ מער ענגליש, זענען רוב פון זיי כאלם לא יפתח פיו, און אפילו צווישן אידיש רעדנערס זענען אונז כחרש לא ישמע. אויסער שלש סעודות תורות און דרשות ביי שמחות וואָס קיינער הערט א ווארט נישט האבן זיי גארנישט צו פארקויפן אויף עניני הזמן. אפילו ר' מלכיאל קאטלער האט מען געזען ביי דער גיוס אסיפה מיט א"ט ווי ווייניג אויטאריטעט ער טראגט און ער איז סך הכל א לאנגע בארד פאר די פאטאגראפירער.

ממילא אז ס'קומט אזא ניימאן און נעמט איין דער גאס זענען זיי אים מקנא פון איין זייט, און זיי שפירן זיך אויך געטראפן אז זיי לויפט מען נישט אזוי נאך און זיי מוזן זיך נעבעך פארלאזן אויף משלוח מנות און מכירת חמץ געלט. און ווייטער ווען מ'קומט זיי בעטן א חתימה האבן זיי מורא אז זיי וועלן נישט אונטערשרייבן וועלן זיי זיין טאפלט אויסגעשפילט. איז זוכן זיי סעיפטי אין נאמבערס און אז זיי זעען א מכובד'יגע ליסטע פון בערד וואס בצוותא קענען זיי אנקומען ביז דער לבנה וחוזר חלילה לייגן זיי באלד צו זייער נאמען. איי דו קענסט נישט ניימאן און האסט אפילו נישט געלייענט דער נוסח וואס דו גייסט אונטערשרייבן? וועט ער מורמלען חזו מאן גברא רבא דקא מסהיד עליה אדער נאך ארון קודש ווערטער.

און פאר די טפשים וואס פרעגן זיי ערענסטערהייט צי הכצעקתה, וועלן זיי ענטפערן מיט א פארקנייטשטע שטערן, אז מ'האט דן געווען בכובד ראש. כאילו ס'איז דא א קאפ און ס'האט בכלל געוויכט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צפור בודד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

איך פארשטיי נישט

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

וואס גייט דא פאר ???
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יעדער פסלט דא אפ דו חותמים, מ'דארף קודם וויסען וואס איז דאס וואס האט זיי אזוי אויפגעשוידערט. אפשר איז דער דיין ניימאןַ מתיר זאכן וואס רב הונא האט געלערנט זיינע טעכטער.
מ'קען נישט טאנצען צי החלטות אן הערן דו רבנימס צד.
איי מ'טאר נישט גלייבן לשון הרע אויף א איד וואס האט א חזקות כשרות? ווייסאיך נישט. אפשר גייט אמונת צדיקים אויף אזוי ווייט, אז מ'דארף גלייבן לשון הרע פון צדיק.
שמעי'
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 47
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך שמעי' »

די חידוש איז, אז ווען איך האב אנגעהויבן ליינען בין איך געווען זיכער אז זיי רעדן פון די לעצטיגע טעראר אטאקעס, אבער קוקט אויס ווי דאס באדערט זיי נישט צו שטארק.
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום calculator, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

האבן מיר דא א מחלוקת הפוסקים גדולי דורנו שליט"א, אויף איין זייט האבן מיר ר' שמואל ניימאן שליט"א ער האלט אז מען מעג, און מען דארף הנאה האבן אויף דער וועלט ווי מער, פארשטייט זיך לשם השם, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אזוי געוואלט, אבער דאך, הנאה האבן איז מוכרח, און מען ברויך עס נישט פייטען, אדרבה עמברעיס עס, און האב הנאה.

(ובלכתך בדרך האלט ווי ר' ניימאן, אויף יעדער טעיפ זאגען זיי "הערט און האט הנאה").

אין די פרטים פין ר' שמואל'ס שיטה, איז דא ארויף געלייגט געווארען א רעקארדינג, וואס מען וועט בעזר השם מפרט זיין. (דער קלימאקס פין הנאה איז מצות עונה, און מען דארף אז די נשמה זאל אויך הנאה האבן, און פארדעם איז דא אלע רעסטריקשענס אין דער ענין. מען דארף האבן א עמאציאנאלע קאננעקשען מיט א ווייב, כדי כנ"ל).

בדרך כלל האלט ר' אביגדור מילער אויך אזוי, אז מען ברויך הנאה האבן אויף דער וועלט.

ווידער מצד שני זענען דא די דרייסיג רבנים וואס האבן אינטער געשריבן קעגן ר' שמואל, זיי האלטען אז דאס איז דרך לא שערום אבותינו, און מען ברויך זיין פארקוועטשט, וואס ווייניגער הנאה האבן, די גאנצע מעשה מוז מען טוהן פשוט מען זאל האבן קינדער (מי יתן אז אלע אידען זאלען האבן קינדער דורך בוני עולם פארזיכערט אהן הנאה) כאילו כפאו שד. די הנאה דארף מען סאפרעסען און לייקענען, ווען איינער זאגט אז ער האט הנאה דארף מען אים מאכען פילען ווי א גראבע אינג.

בכלל פארברענגט מען נישט מיט דער ווייב צו פיל, די הרחקות פין נדה זענען גוט אגאנצען וואך, און אפילו שבת בייטאג ( חוץ פאר די סלאנימער), און פרייוואג צו נאכטס פאר מדקדקים, טאמער איינער פארברענגט מער ווי צוויי מינוט איז ער עוסק במעשה בהמה, און די קינדער? רחמנא יצילנו, אלע טראבעל מעיקערס זענען קינדער פין עלטערען וואס האבן הנאה געהאט.

ויש להאריך עוד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20200101-WA0015~2.jpg
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל פארשטיין. רבנים זאגן אז דאס איז א קול קורא פארן רבים, קען זיין ער איז גוט פאר יחידים. כ'רעד שוין נישט פון דעם אז מ'רייסט
אראפ ממש כאחד הריקים א רב א מורה הוראה שוין צענדליגע יארן וואס מ'איז מודה אז פאר יחידים קען ער זיין גוט. אבער וואס האט ער שלעכט גע'פסקענט? ממה נפשך, אויב איז עס עפעס וואס ער האט געזאגט ברבים, ניתי ספר וניחזי! ווייז אהן וועלכע שיעור איז קעגן די תורה!! אויב איז עס עפעס וואס ער האט געזאגט פריוואט פאר איינעם האט מען אים דאך ניטאמאל גע'אסר'ט פריוואט.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

באמת זענען די רבנים גערעכט אז די מ'דארף נישט צו רעדן פון די זאכן, דאס איז פון די זאכן אויף וואס ס'שטייט אמור מעט ועשה הרבה, און טאקע די רבנים אליינס זענען שולדיג אז מ'דארף רעדן פון די זאכן. אין א נארמאלע וועלט וואלט מען בכלל נישט געדארפט רעדן און יעדער וואלט אליינס פארשטאנען וואס ער האט צוטון, אזויווי דער הייליגער רמב"ם שרייבט "כל מה שאדם רוצה לעשות עושה ואף על פי כן מדת חסידות שלא יקל אדם את ראשו לכך ושיקדש עצמו". וואס זאל מען אבער טוהן אז די רבנים זענען די וועלכע האבן געעפנט דעם נושא און מאכן משוגע דעם עולם מיט די אלע מידת חסידות וואס פאסט זיי נישט צו טון, אזויווי ס'שטייט אין פסוק "גם לי גם לך לא יהיה", וכתיב "תמות נפשי עם פלישתים", דערפאר דארף מען ארויסקומען און לאזן צואוואוסן טון דעם עולם את המעשה אשר יעשון און אז זיי זאלן זיך נישט לאזן פארפירן. הדא הוא דכתיב רצחת וגם ירשת.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך טראכטכמוני »

קען איינער אפשר אזוי גוט זיין לתועלת הציבור און מעלה זיין די רעקארדירונגען פון די רבנים על בומתי השטיבל?
נ.ב. די דרייוו לינק אובן ארבעט שוין נישט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

כוונת קדשו פון [tag]רביה''ק זי''ע[/tag] איז צוצושטעלן די פאלגענדע מעשה, פון די טאלנער וויקליקס

באו משלחת להרי״ם כדי לדבר על לימוד אנגלית בבית הספר החסידי שישנם בנות שאינם רוצות ללמוד ויוצאות מהשיעורים וצריך תחליף לזה - וסיפר הגרפ״מ: שבשנת תשכ״א הובא לפני מועצג״ת שאלה בקשר ללימוד אנגלית מאחר שיש חרם מהרי״ל על לימוד אנגלית? והקימו המועצג״ת ועדה מתוכם כדי ללבן את ענין החרם היו בועדה הרב דיסקין והרב שלום נח ברזובסקי הר״א ש״ך והגרפ״מ וכל אחד ליקט ואסף - ולא היה להם מספיק ראיות לא לכאן ולא לכאן - אמר להם ר׳ אלחנן סורוצקין שיש בירושלים זקן מופלג שיש לו מעשה בקשר לחרם עם ר׳ שמואל סלנט - ועשו אסיפה והביאוהו וסיפר שנפתח בשעתו בית ספר בירושלים אליאנס – כל ישראל והיה מדובר שילמדו שם גם אנגלית והגר״ש סלנט השתתף במעמד הפתיחה ולמחרת רעשה ירושלים והיה מודעות נגד ר״ש סלנט ובית דינו היתכן שהשתתף היש חרם על לימוד אנגלית ועשו חברי היב דין עם ר״ש סלנט - התחילו לומר לו על ענין המחאה נגדו - שאל האם מישהו יכול להמציא לו את נוסח חרם הגר״א על החסידים? וחשבו שאינו מבין הענין ואמרו לו שמדברים פה על ענין חרם על אנגלית - וחזר על דבריו שרוצה שיביאו חרם הגר״א - והביאו הנוסח והראה להם שכתוב שם שלא להתחתן מהחסידים מעתה ועד עולם וביקש שיגדילו החרם על פלקטאים גדולים ובכל מקום שיש מחאה נגדו שישימו לידו חרם הגר״א וכך היה ותשקוט הארץ - והתכוון להראות להם שישנם דברים מגדולי עולם שלא התקבלו אצל העם - כשיצא המספר שאל הרב דיסקין מה משמעות המעשה ואמר הר״א ש״ך איני רואה פה שום משמעות וסיפר הגרפ״מ במרפקו להרש״נ ברזובסקי שיאמר דעתו אבל לא רצה לומר - אמר הגרפ״מ להר״א ש״ך אני רוצה לשאלכם אם מציעים לפני בחור מישבתכם שידוך ממשפחה חסידית כלום אתם מונעים אותו משום החרם? ואמר: לא - הוסיף להקשות אם כן מה עם החרם האם זו טעות? ואמרו שם שמסרו לו להגר״א דברים כוזבים וכדומה - אח״כ פגשו זלמן סורוצקין להגרפ״מ ואמר לו שיכנס לאחיו הרבי הב״י וישאלנו כיצד לנהוג וכך יעשו וסיפר להב״י דברים כהוייתן והפטיר הב״י אי, ליטווקאס אח״כ אמר לו הב״י פינחס מנחם דגאון איז נישט קיין שפיל - סוף דבר אמר הב״י: היכי דקאי קאי היכי דלא קאי לא קאי היכן שהיה החרם נהוג עד אתה שלא ילמדו והיכו שלא היה נהוג שכן ילמדו.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

עמעזאן האט געשריבן:יעצט באקומען די מעסעטש, זעהט אויס די כאשר יענו אותו ארבייט פיין....

Dear Members,

Since the most recent חומש & הלכה group has filled up to the max, we've created another group.

Feel free to share the link with your friends that couldn't get on.

https://chat.whatsapp.com/D7TcS29zM7g0xKbp0p1Rie

סא נחת צו זעהן ווי די גרופ ווערט גרעסער ביי די מינוט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער לץ מיט רח"ד כ"ץ איז פיינע נייעס. ער זאגט אז הרב ניימאן האט זאגאר געראטעוועט א יונגערמאן פון דערקייקלען ביז צום גיין אין בחירות רח"ל.

נאר לאמיתו של דבר, הרח"ד כ"ץ זאגט אז א קראנקע מענטש מעג אפשר, אבער די חתימה איז געווען פאר די אלגעמיינע יחיד וואס איז יא געזונט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

איך קען ר׳ שמואל פון אסאך יארען,
ער האט אסאך מעלות,און ווען ער וואלט וועין געווען א חתן רבי,וואלט נישט ארויסגעקומען אזא קול קורא.
זיין פראבלעם איז אז ער איז א דיין אוכט און ער פאסקענט זייער געוואגטע זאכען אקעגען אלע פוסקים.
איך געדענק יארען צוריק האט מען גובה עדות אויף עם, ער פלעגט פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון,מהאט עם דעמאלס געווארענט ער זאל אויפהערען פאסקענען מראות, ער האט אפיציעל זיך מחייב געווען צו אויפהערען פאסקענען מראות, ער האט אבער נישט אויסגעפאלגט.
הרב ר׳ רפאל שארר וואס איז לכאורה די שטערקסטע חתימה אויפען צעטיל האט שוין געזאגט אויף עם יארען צוריק אז ער איז א מגלה פנים בתורה שלא כהלכה (ער פלעגט זיין די רב המכשיר אויף די עירוב, און מהאט געטראפען דארטען אפאר שטארקע פראבלעמען, און ער האט עס מתיר געווען מיט פארשידענע לומדות׳ון ער איז געווען דעמאלס א 25 יערעגע יונגערמאן און ער האט געפאסקענט חידושים ווי די ראגאצובער. )
עכ״פ זיין עיקר פראבלעם איז אז ער פאסקענט פון בויך ארויס און ער רעכענט זיך נישט מיט קיין איינעם,און ניין ער איז נישט די וועלטס גאון, ער האט א גוטען קאפ און א גוטען צינג.
פאר דיע אלע וואס שרייען דא ״מהאט געדארפט רעדן צו עם״ מרעדט שוין צו עם יארען און מבעט זיך ביי עם, ער זאל אויפהערן קוקען פאסקענען מראות (יעדע רב וואס קען מראות האלט אז ער שפיעלט זיך מיט דאורייתות) ער לאכטסיך אויס פון יעדן מקען זיך מיט עם נישט טעהנען און לערנען און מקען נישט זאגען אנדערש פון עם, ער קען נישט מודה זיין אויף א טעות און ער וועט זיין עומד אויף זיין פסק אפילו ווען ער זעעט קלאר אז ער האט א טעות ער איז ״א ראדיקאלע ליבארעל״.
יא מהאט פרובירט אלע וועגען מיט עם און סאיז נישט געגאנגען.
סגעפעלט מיר ווי די עולם שרייבט און שימפט און מהאט נישט קיין אהנונג פון וועם מרעדט.
פארשפארט