שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טראכטכמוני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- calculator
- היימישער באניצער
- הודעות: 368
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
calculator האט געשריבן:איינע פון די שיינע שיעורים וואס די א.ג. רבנים ווילן נישט אז אונז זאלן הערן און וויסן
עס ארבעט שוין
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום calculator, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 923
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
- געפינט זיך: מידוועסט
- האט שוין געלייקט: 483 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל
אנשולדיגט, אבער כך הוא דרכה של תורה. זה מתיר וזה אוסר. דאס פלאץ פאר דעם איז אין תשובה ספרים כנהוג בישראל מאז ומעולם. זאל יעדער ברענגען ראיות על כל ענין וסוגיא. און נישט פארשמירן א מורה הוראה בישראל בראש כל חוצות. דאס איז נוסח ווילי,עס שטאמט פון אונטערלאנד מר מראש.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 235
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 54 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל
סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.

- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
סאיז אינטערסאנט אז אדמו"ר מהר"א האט געשיקט אלע מקוה לעידיס פון די מקוה אין קרית יואל צו אים פאר שיעורים מיט בערך 15 יאר צוריק איבער פרויען מיט ocd און נאך קראנקהייטן, סאיז נישט דא וואס צוזאגן , אז ער איז א יחיד מומחה און מען ברויך האבן נאך אזאנע ווי אים , פשוט אז עס געווארן א קריג איז ער געגאנגען פובליק ,און דא איז געווארן די פייט ווילד , רבנים וואס טיען פאר אנדערע אידענס וועגן און כלל טיערס האבן געשיקט צו אים נאך 20 יאר צוריק .
נאך א שטארקע נקודה וואס צו פארשטיין אים און אנדערע רבנים וואס זענען מער ליבעראל, וואס האלטען מיט צרות ישראל, אז זיי הערן זיך צוזאם א טאג מער וואס רוב פון די וואס האבן אינטערגעשריבן הערן אין אפאר יאר , און דאס רירט זיי צו באמת ,און ווילן באמת העלפן מענטשן, אזוי ווי אסאך האבן שוין געשריבן אז זייער אסאך רבנים האלטען טאקע אז מענטשן וואס דארפן צו קומען צו די הילף דארפן גיין צו אים, בעיקר די גיין פובליק האט זיי ארויסגענומען פון די כלים, עכ"פ דאס איז זייער תירוץ ,אבער ער איז באמת א צדיק שאין כדוגמתו אין היינטיגן דור, איך רעדט פון מענטשן,משפחות וואס ער כאט געראטעוועט במלוא מובן המולא בגשמיות וברוחניות

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moneyminded, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 232
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
- האט שוין געלייקט: 160 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל
Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
דאס איז די דריטע שטעכעריי אין מאנסי היי יאר ה״י, כאטשיג דאסמאל איז נאר דא איין פארוואונדערטע.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אספקלריה האט געשריבן:סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.
אז זיין קבלה איז אנדערש ווי זייערס, מיינט נישט אז די אלע טויטע קללות זענען אין פלאטץ. מיט וואס איז זייערע קבלה בעסער ווי זיינס? סה"כ דארפען זיי דאס זאגען. אויפ'ן טלפון ווייס איך נישט וואס עס מיינט. איך קוק נישט קיין מראות, איך ברענג עס גלייך צום דיין. פארוואס? ווייס איך נישט, אפט איז עס הוילע גארנישט.קען זיין וואלט אזא דיין מיר אריין געגעבען אז נישט יעדער זאך איז א שאלה, וואלט איך איהם געפאלגט. נעה, מסתמא נאכאלס נישט.
עכ"פ, אז עס איז דא א טענה, קען זיין. זאלען די חותמים שרייבן די אמת, און נישט לאזונגן און קללות.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
אספקלריה האט געשריבן:סשווער צוזאגען אויף מראות זה מתיר וזה אוסר, היות סגייט אסאך בקבלה ובשימוש, אויב זיי האלטען אז ער גייט קעגען די קבלה פון מראות, איז עס אן ערנסטע פראבלעם.
און קיין איינער האלט נישט אז ממעג פאסקענען מראות אויפען טעלעפאון, (איך רעד אפילו נישט פון שיקען א פיקשער, איך רעד פון פרעגן אויפען טעלעפאון סאיז אזוי צו אזוי און געבן א היתר.
דו ביסט אפילו משיג די פערדעריי וואס דו רעדסט? איך האב שוין צענדליגע מאל געפרעגט מראות אויפן טעלעפאן פון די עצם רבנים החותמים. דו מאכסט דאס כאילו די קול קורא איז איבער פסק'נען א מראה אויפן טעלעפאן. און אם תמצא לומר אז יא, איז א) זיי אליין טוען עס. און ב) אפילו טאמער אז נישט, דארף מען איינעם מחרים ומנדה זיין פאר דעם? און מדי דברי בו, איך ווייס פון מעינסטרים רבנים וואס באקומען מראות אויף אימעיל.
דריטע פערדעריי, אז אין לך 'זה מתיר וזה אוסר' גדולה ווען עס קומט צו מראות. יש מקילים ויש מחמירים.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
היכי דמי האט געשריבן:אינטרערסאנט אז רבי יוחנן וואזנער האט נאך קיינמאל נישט געסיינט אויף א קול קורא קעגן א מענטש, און דא יא.
איל הער אז ער האט באקומען אסאך דרוק צו חתמנ׳ן.
איך קען פערזענליך א פארצווייגטע חמור'דיגע שאלה, וואס איז נוגע געווען או"ח, חו"מ, און אבה"ע, וואס ר' יוחנן וואזנער האט געפאסקענט אויפ'ן פאון שנעלערהייט פון דער מרחקים, אן אפי' רעדן צוויי מינוט מיט די נוגעים בדבר.
און סורפרייז! ער איז געשלאפן רוהיג...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
יעצט גערעדט מיט א זון פון איינער פון די חותמים. לאמיר אראפ לייגען די מציאות ווי ער זאגט עס, און נאך דעם קען מען ארום שמועסן.
א. הרב שמואל ניימאן איז א גרויסע בעל כשרון, און ער קען אסאך. איין פראבלעם האט ער אבער, ער קען נישט אויסקומען מיט אנדערע. איהם קען מען נישט אפפרעגן, אפילו גרויסע תלמידי חכמים. מ'קען איהם נישט ווייזען קיין ראיות צו גארנישט. אזוי איז און פערטיג.
ב. מ'האט שוין יארען גערעדט מיט איהם, ר' מאטעלע האט שוין גערעדט מיט איהם, אבער הוא באחת און ער וויל נישט הערן. עס איז נישט אמת אז מ'האט נישט גערעדט מיט איהם.
ג. דער עיקר פון די קול קורא איז הרב רפאל שארר, וואס הייסט א מעסיגע מענטש. ער האט זיך געבעטען ביי ר' שמואל'ן אז ער זאל אויפהערן, און ער האט איהם געלאכט אין פנים.
ד. די יעצטיגע צעטל איז נישט די פארטיגע צעטל. מ'האט געוואלט ווייזען די צעטל פאר איהם איידער מ'גיבט עס אויס, נאר איינער האט עס ארויסגעלייגט. די 'חותמים' האבען דאך נישט געחתמ'ט, נאר מסכים געווען צ'זאל נוצן זייער נעמן. זיי האבען נישט געליינט די צעטיל איידער דאס ארויסגעבן. עס קומט באלד א הבהרה.
ה. זיין פעאיגקייטן צו העלפען מענטשן האט גארנשיט מיט די פסקי הלכה אויף וואס מ'האט טענות. איינס האט נישט מיט די צווייטע.
ו. מ'האט אויסגעמאכט אז מ'גייט עס נישט מפרסם זיין ביז מ'ווייזט עס איהם און מ'גיבט איהם נאך א געלעגענהייט. אבער, כנ"ל, נטרפה השעה דורך יענער 'קנאי'.
אקעי, יעצט צו מיין מיינונג.
א. טאמער עס איז אמת אז ער פסקנ'ט נישט צום זאך, און ער לאכט זיך אויס פון יעדער וואס פרעגט איהם דערויף, הער איך אז מ'דארף ארויס קומען דאקעגן. מ'רעדט דא נישט פון מחלוקת אין הלכה, נאר פון מדות וואס טויגען נישט.
ב. ווען די צעטל שרייבט קלאר וואס ער וויל, וואלט עס געהאט א בעסערן אויפקלאנג. יעצט גיין זיי מוזען פארוואסערן די צעטל, ווייל עס איז דאך נישט אמת. קומט אויס אז דער קנאי האט גאר קיילע געמאכט די מערכה.
ג. א קרומע פסק אויף מראות איז א פראבלעם. לאזען א וועלט אזוי זיך פיהרען איז פיהל פיהל ערגער. דער פרצה פון די צעטל מוז גיכער פארדאמט ווערן ווי א פרצה אין מראות. שרייב אז זיין פסקים זענען נישט ווי די הלכה, שרייב אז זיין מדות לאזען איהם נישט מודה זיין, שרייב אז מ'האט גערעדט מיט איהם און ער וויל נישט מסכים זיין, אבער שרייבן די סארט נאנסענס און וויי טון א מענטש און זיין נאכפאלגערס איז א פרצה בל יכופר. דאס קומט שוין פון די בעלזער צעטל פון די תש"מ'ס, ווי מ'האט מפקיר געווען די כבוד פון טויזענטער מענטשן. אבער דעמאלס איז עס געווען על לא דבר, און ממילא האט מען נישט גערלייגט מער ווי די הפקרות פון די צעטל זעלבסט. יעצט האט מען אי דערלייגט אין דעם, אי אין הלכות נדה.
ד. מ'דארף נעמן אין חשבון אז נגיעות מאכט נישט קיין פאקט. ווייל מר. פריעדמאן האט געהאט א תועלת פון איהם, מיינט נישט אז זיין פסקי הלכה טויגען. מ'דארף קענען צוטיילען די זאכען, און דאס וואלט געמעגט געשריבען ווערן אויף די צעטל.

- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...
אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
סאיז ווייל ער גייט קעגן די שטראם- די מעינסטרים רבנים. ביי אונז איז נישטא קיין פלאץ פאר individuality. אז ס׳קומט איין דיין אדער רב וואס איז מעהר ליבעראל אדער האט א אביסל א אנדערע צוגאנג צו געוויסע זאכן און טייטש אריין אין די תורה זיינע אייגענע בויך-סברות וואס שטימט נישט מיט זייערע אגענדעס וועט מען אים באשייגעצן און מחרים זיין.
ר׳ שמואל ניימאן קען איך גוט. מיין משפחה האט זיך משדך געוועהן מיט אים ער איז א שטיקל אויבער-חכם אייביג געוועהן, און ביי די היינטיגע רבנים אפילו סאיז שוין 2020 איז נישטא קיין פלאץ פאר קיין אייגענשאפט. יעדער מוז מסכים זיין מיט אלע אנדערע רבנים און אפטייטשן די תורה און פסקנן שאלות לויט ווי זיי פארשטייען אז סאיז אויסגעהאלטן.
אונז האבן נישט קיין פלאץ און קיין טאלארענץ פאר קיין אויבער חכמים... פשוט!

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
א רב וואס זאגט אז מראות האט עפעס איינגעשטויסן מיט דאורייתא איז אן עם הארץ מדאורייתא.אספקלריה האט געשריבן:עכ״פ זיין עיקר פראבלעם איז אז ער פאסקענט פון בויך ארויס און ער רעכענט זיך נישט מיט קיין איינעם,און ניין ער איז נישט די וועלטס גאון, ער האט א גוטען קאפ און א גוטען צינג.
פאר דיע אלע וואס שרייען דא ״מהאט געדארפט רעדן צו עם״ מרעדט שוין צו עם יארען און מבעט זיך ביי עם, ער זאל אויפהערן קוקען פאסקענען מראות (יעדע רב וואס קען מראות האלט אז ער שפיעלט זיך מיט דאורייתות)
אספקלריה האט געשריבן:ער לאכטסיך אויס פון יעדן מקען זיך מיט עם נישט טעהנען און לערנען און מקען נישט זאגען אנדערש פון עם, ער קען נישט מודה זיין אויף א טעות און ער וועט זיין עומד אויף זיין פסק אפילו ווען ער זעעט קלאר אז ער האט א טעות ער איז ״א ראדיקאלע ליבארעל״.
יא מהאט פרובירט אלע וועגען מיט עם און סאיז נישט געגאנגען.
וויפיל רבנים קענסטו וואס קענען יא מודה זיין אויף א טעות? איך קען דאך זייער גוט די אלע רבנים מיט זייערע פסקים, ס'איז אלץ נארישקייטן, יעדער פסק'נט וויאזוי ס'שטימט מיט זיין אגענדע. 99 פראצענט חילוקי דעות צווישן היינטיגע רבנים האט כמעט גארנישט איינגעשטויסן מיט וויאזוי זיי לערנען אפ די סוגיות, די נקודת המחלוקת איז אייביג מיט וועלכע פסק אידישקייט וועט זיך בעסער האלטן, און לגבי דעם איז ר' שמואל'ס מיינונג מער רעלעוואנט ווי אלע 30 רבנים אויפ'ן קול קורא קאמביינד, סיי אלץ פסיכאלאג און סיי אלץ זיין זיין מער מעורב בין הבריות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
פרייוויליג האט געשריבן:ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...
אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.
פרייוויליג, שמייוויליג. תירוצים, שמירוצים. רעכט, שמעכט. פיל, שמיל.
קענסט ביטע רעדן צו דער זאך ?
לאמיר ארויס נעמן הרב ניימאן פון די זאך. איך קען מענטשן וואס זענען פיינע בעלי כשרונות און מתמידים. נאר עפעס א מדה האבען זיי אז זיי פארשטיין אלסדינג קרום. נאר דאס איז נישט גענוג. זיי זענען זייער עמפינדלעך, און ווען מ'פרעגט זיי א קשיא, מיינען זיי אז מ'נעמט זיי עפעס צו. קען אזא מענטש צוקומען צום אמת? (אמת, שמעמעס) אויב נישט, וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אזא מענטש? וואס קען מען טון? ער ווייסט אליינס נישט וואס עס פעלט איהם, און ער קען נישט פארשטיין.
איך קוק אויך די קול קורא אלס א שאנדע, און לדעתי איז עס פארקערט. עס האט קאלייע געמאכט די מערכה אויף הרב ניימאן (טאמער די טענות זענען טאקע אמת. אליינס קען איך דאך נישט וויסען) ווייל אלע וואס האבען ליעב זיין גוטע חלקים קענען דא נישט זען אז דא רעדט זיך א צווייטע נושא.
לדאבונינו דרייען זיך ביי אונז אזעלכע אויבער-גלויבערס, וואס טראכטען אז עס איז דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב', און ברגע אזא סארט פארשוין זאגט עפעס, איז עס שוין א געזאגטע זאך. און ממילא האט מען שוין א 'פסק', און אויף א 'פסק' איז נישט שייך קיין קשיא. אינטרעסאנט אז די זעלבע אויבער-גלויבונג ציעט זיך נישט צו די חותמי האיסור.
ביי מיר עגזיסטירט נישט די גאנצע זאך, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב'. א הלכה מוז זיין אמת און געבויט אויף תורה, און דער וואס מאכט א טעות וועט קיינעם נישט העלפן זיין פאסטן. הן די חותמי האיסור הן די נושא האיסור. יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסען צו די טענה פון דער חותם על יד בנו איז אמת צו נישט. אבער מיט 'רעכטן' האט עס נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 221
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל
לאמיר דורכגיין די זאכן וואס אונז ווייסן יא.
אונז קענען שוין די רבנים נישט פון היינט און סאיז א פשוטע זאך אז זיי האבן נישט ליב הרב ניימאן פשוט ווייל ער איז עגענסט די סטרים וכו' און סאיז זייער מובן פארוואס אזא איינעם זאל מען מחרים זיין.
ווי אויך האבן מיר שוין געזען אז ווען די רבנים גלייכן נישט איינעם קענען זיי אים באוואשן און באשמיצן מיט כל מיני מעשיות וואס הייבט זיך נישט אהן.
סאו פארוואס זאל איך מיר גיין ברעכן קאפ וואס זיי האבן געמיינט מיט די קו"ק איך ווייס זייער גוט וואס זיין עוולה איז און סנישט קיין חילוק וואס זיי שרייבן.

- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן
יאיר אטינגר א דזשערנאליסט האט לעצטענס ארויסגעגעבן א ספר ״פרומים״ ווי ער טוט דורך אלע חלוקי דעות אין די רעליגיעזע ציונית׳טישע וועלט אין ארץ ישראל, און אזוי אויך און די מאדערנע ארטאדאקסישע יודענטום ארום די וועלט, עס איז א העכסט אונטערסאנטע בוך וואס לוינט זיך צו ליינען.
אזוי ווי ביי זיי איז ביי אונז אויך דא חלוקי דעות און הלכה והשקפה, און מיר זענען אויך צוטיילט צווישען שמרנים וואס וועלן אויסהערן די קול קורא׳ס צו ס׳זאל זיין וועגן הרב ניימאן צו וועגן זיך שערן די האר צו וועגן שבת קרבתנו צו וועגן גיין אין קאלעדזש צוליב פרנסה, צו וועגן טראגן מיט די עירוב צו וועגן גיין חול המועד צו פלעיס אדער הערן שירים מיט דרשות, צו וועגן סמארטפאונ׳ס מיט פילטער׳ס, וכו׳ וכו׳, מצד שני זענען דא די צווייטע גרופ, וואס לאזן זיך נישט אזוי שנעל און פרעגן קשיות אויף די רבנים ווען זיי פארשטייען נישט, אזוי אויך טוהן זיי זאכן אן פרעגן די רבנים רשות.
אין די וועלט בכלל און אזוי אויך ביי אונז פארלירן די רבנים מאכט און די עולם ווערט מער פאר זיך, אזוי אויך זענען שוין נישט דא היינט די רבנים וואס האבן א גרויסע השפעה א חוץ פון זייער עולם ווי למשל הרב וואזנער האט געהאט, צו הרב עובדיה צו האב אלישיב צו הרב שטיינמאן.
און אזוי ווי עס איז דא א ריס ביים עולם איז אויך דא ביי די רבנים, די קול קורא׳ס האבן געווענטליך די זעלבע סארט נעמען, הרב גיפס, צו רבי בנימין אייזנבערגער, צו אנדערע רבנים וואס פירן קהילות מיט מער ליבעראלע חסידישע אידן צו די רבנים וואס פירן קהילות פאר יוצאי ישיבות וואס דארט זענען א גרויס חלק יונגעלייט היינט, וועלן קיינמאל אינטערשרייבען, במילא יעדעס מאל עס קומט ארויס אזא קול קורא אפי׳ לאמיר זאגן אז זיי זענען גערעכט מיט זייער טענה קעגן הרב ניימאן׳ס פסקים אבער היות דאס זענען על פי רב די זעלבע סארט רבנים, מיט די זעלבע סארט ביליגע קול קורא׳ס מאכט עס נאך גרעסער די ריס צווישען די אלטע דור רבנים מיט די מער יונגערע וואס האבן שייכות מיטן יונגען דור און פארשטייען אז כדי צו אינטערשרייבען א קול קורא מוז דאס זיין א גאר וויכטיגע ענין און דער ענין מוז קלאר ארויסגעשריבן ווערן אז די עולם זאל דאס קלאר פארשטיין ועל כולם מיט א איידילע שפראך גראד צום נקודה.
דא קען מען ליינען אן אינטערוויו מיט יאיר אטינגר לרגל זיין נייעם בוך https://www.makorrishon.co.il/magazine/dyukan/193739/
Sent from my iPhone using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום חוקר ודורש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:ליטוואק, שוואכע תירוצים. מידות, שמידות, געבעטן, נישט געוואלט, געווארנט, נישט געפאלגט. Doesn't sound good. אם תורה הוא האט ער א רעכט צו פסקנ'ן. פארוואס זענען נישט רוב שו"ת ספרים פיל מיט ענטפערס, אזוי ווי: איר קענט נישט אזוי האלטן, עס איז נישט שיין, איר האט נישט קיין מידות אויב איר האלט אזוי...
אלענפאלס, גארנישט אויף דער וועלט וועט נישט קענען בארעכטיגן אאזא קול קורא.
פרייוויליג, שמייוויליג. תירוצים, שמירוצים. רעכט, שמעכט. פיל, שמיל.
קענסט ביטע רעדן צו דער זאך ?
לאמיר ארויס נעמן הרב ניימאן פון די זאך. איך קען מענטשן וואס זענען פיינע בעלי כשרונות און מתמידים. נאר עפעס א מדה האבען זיי אז זיי פארשטיין אלסדינג קרום. נאר דאס איז נישט גענוג. זיי זענען זייער עמפינדלעך, און ווען מ'פרעגט זיי א קשיא, מיינען זיי אז מ'נעמט זיי עפעס צו. קען אזא מענטש צוקומען צום אמת? (אמת, שמעמעס) אויב נישט, וויאזוי גיבט מען זיך אן עצה מיט אזא מענטש? וואס קען מען טון? ער ווייסט אליינס נישט וואס עס פעלט איהם, און ער קען נישט פארשטיין.
איך קוק אויך די קול קורא אלס א שאנדע, און לדעתי איז עס פארקערט. עס האט קאלייע געמאכט די מערכה אויף הרב ניימאן (טאמער די טענות זענען טאקע אמת. אליינס קען איך דאך נישט וויסען) ווייל אלע וואס האבען ליעב זיין גוטע חלקים קענען דא נישט זען אז דא רעדט זיך א צווייטע נושא.
לדאבונינו דרייען זיך ביי אונז אזעלכע אויבער-גלויבערס, וואס טראכטען אז עס איז דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב', און ברגע אזא סארט פארשוין זאגט עפעס, איז עס שוין א געזאגטע זאך. און ממילא האט מען שוין א 'פסק', און אויף א 'פסק' איז נישט שייך קיין קשיא. אינטרעסאנט אז די זעלבע אויבער-גלויבונג ציעט זיך נישט צו די חותמי האיסור.
ביי מיר עגזיסטירט נישט די גאנצע זאך, עס איז נישט דא אזא זאך ווי א 'דיין' צו א 'רב'. א הלכה מוז זיין אמת און געבויט אויף תורה, און דער וואס מאכט א טעות וועט קיינעם נישט העלפן זיין פאסטן. הן די חותמי האיסור הן די נושא האיסור. יעצט בלייבט נאר איבער צו וויסען צו די טענה פון דער חותם על יד בנו איז אמת צו נישט. אבער מיט 'רעכטן' האט עס נישט.
ווען עס קומט צו דיסקוסירן די רעיון פון די קול קורא, איז אירעלעווענט אויב הרב ניימאן איז א בעל מידות אדער נישט. עס איז לא מעלה ולא מוריד. אויב הרב ניימאן איז עמפינדלעך, אדער איז אן אי-בעל המידות, טוט דאס נישט דזשאסטיפייען דעם קול קורא אויף קיין שום פאל.
איך ווייס איז דו קריגסט נישט דערמיט. דעריבער חם ליבי בקרבי, צו דיסקוסירן הרב ניימאן ביחס צו די גערעכטקייט פון די קול קורא.
ווי לאנג די נושאים איבער אים איז נישט, אויב ער איז א שומר שבת אדער וואס, נאר ענדערש אויב ער קאלירט ארויס פון די סיסטעם, אדער אויב ער מוז מסכים זיין צו מעינסטרים פוסקים, איז נישט קיין חילוק אויב הרב ניימאן איז א בעל מידות. אפילו דיין חבר איז גערעכט, איז דאס עדיין לא מעלה ולא מוריד ביחס צו די קול קורא. דו זאגסט אז דו קוקסט אן די קול קורא אלס א שאנדע, און בו בזמן שמועסט אויס אויב ער איז א בעל מידות מיט א סקעפטישקייט צו די קול קורא.
עס איז די ערשטע מאל איך הער א טענה איבער א דיין אז ער איז נישט קיין בעל מידות. און ספיקינג אוו סאטש, קען מען נעמען יעדן חותם און דן זיין אויב ער פאלט אין די קאטעגאריע.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
אקעי, ענדליך זאגט איינער די אמת. די קול קורא איז נישט די נושא, נאר אן אלטע חשבון מיט די חותמים.real fake news האט געשריבן:לאמיר דורכגיין די זאכן וואס אונז ווייסן יא.
קענסט אבער נישט טענה'ן הלמאי מ'האט נישט גערעדט מיט איהם, ווען די איינציגסטע באווייז אז מ'האט נישט גערעדט מיט איהם איז ווייל דו קענסט זיי אלס מענטשן וואס רעדן נישט מיט דער בעל דין.
ובפרט אין די פאל, אז זיי זאגען אז זיי האבען יא גערעדט מיט איהם.