אנטיסעמיטישע אטאקע אנגעפירט דורך אידן רח"ל!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

אנטיסעמיטישע אטאקע אנגעפירט דורך אידן רח"ל!!

שליחה דורך calculator »

די חרדישע ערליכע טייל פון כלל ישראל האט אויפגענומען מיט שאק און שאודער איבער די קאלטבליטגע אנטיסעמיטישע אטאקע אויף אידן וואס ווילן זיין אויסגעהאלטן 100% מיטן דרך התורה המסורה לנו מדור דור עד משה רבינו בלויז צוליב מקיים ציזיין דעם רצון ה'.
מיט א צובראכענע געמיט און מיט א פארלוירנערהייט נעמט מען אויף אז די אטאקע איז געפירט געווארן נישט מער און נישט ווייניגער דורך אונזער מכלומר'שטע מנהיגים, אידן וואס פון אינדרויסן קיקן זיי אויס ממש ווי אונז, זיי גייען אנגעטוען מיטן צורת היהודי אויפן העכסטן מדרגה מיט יעדער גדר וסיג בשם לשון ומלבוש, און קיינער אויפן כדור הארץ קען זיך נישט טועה זיין אז ער האט א מידיסטע שייכות מיט אנטי אידיש רעלגיא, יא טאקע אזעלכע אידן האבן יעצט מגלה געווען זייער פרצוף אז ניין באשעפער, אונז דארפן נישט דיין תורה מיט דיינע געזעצן, אונז דארפן נישט דיין מהלך המחשבה, אונז זענען מענטשען מיט א געוויסע נאטור וואס ציעט אונז בטבע צו זיין אנגעצויגן און פרום און ווי מער פייניגען דעם גוף, און אונז האבן א געשמאק און הנאה צו פייניגען דעם גוף, און זיך מצמצם זיין ווי מער במחשבה און מעשה, דיין גאנצע תורה איז פאר אינז אינטערסאנט ווייל עס איז דא דערין געזעצן וואס שטומען אויך מיט אונזער נאטור, די שס"ה לא תעשה'ס, אונז האלטן שבת צו פייניגען דעם גוף, אונז האלטן טהרת המשפחה צו פייניגען דעם גוף, וועגן דעם עסן מיר נישט חמץ אין פסח צו פייניגען דעם גוף, ועוד ועוד. און אין די רמ"ח מצות עשה פראבירן מיר אויך ארייצולייגן ווי מער זויערקייט, בשעת מען שאקעלט לולב איז מען מיט אנגעזויערטע פנים, וכהנה וכהנה עד כדי כך אז די גדרים וסייגים איז ביי די סארט אידן פונקט אזוי שארף אזוי ווי זיי זענען מקיים די רמ"ח מצות עשין ושס"ה לא תעשין, און אזוי ארום און די גאנצע טאג טעגליכע לעבן פראבירן מיר אריינצוברענגען אין אונז און אין אונזערע קינדער אנגעצויגענקייט און נארוועזקייט מיט צוצילייגן מכלומר'שטע גדרים וסייגים, עד כדי כך אז די קינדער ווען זיי וואקסן אויף ווייסן זיי נישט וואס איז א דאורייתא און וואס איז א דרבנן און וואס איז א מנהג פון גאנץ כלל ישראל צו א מנהג פון געוויסע אידן צו סתם א חומרא אדער גדר אדער א שטות.
און אז עס איז דא איד ווי הרה"ג ר' שמואל ניימאן וואס האט נישט די נאטור ער איז בעצם זיין נאטור איז ציזיין א פרייליכער אויפגעלייגטער איד, וואס זיכט בכלל נישט זיך צו צאמצוען זיין לעבן, נאר ווייל ער האט מורא פונעם אייבערשטען וויל ער האלטן די תורה מיט אירע געזעצן, און בהמשך די יארן האט ער אנגעהויבן שפירן א חיות און א טעם און א שטאלצקייט אפילו אין די לא תעשין פון די תורה, אויף אזוי ווייט אז ער וויל דאס אויך איבערגעבן פאר אנדערע אידן וואס זייער טבע איז נישט ציזיין אנגעצויגן און צו האלטן די שס"ה לא תעשין, אז זיי זאלן אויך שפירן א טעם אין א לא תעשה און אפילו אין גזירות וואס זענען מדרבנן, און אריינגעבן א שטאלץ און א חיות נישט צו צורירן זיין ווייב בימי נדתה וכדו'. און אויך מאכט ער חוזק פון די נאטורלכע פרומערס אז עס האט נישט קיין שייכות מיטן תורה, אפילו עס קיקט אויס ענדליך צו די תורה אידן.
אין אזא איד שפירן די אנדערע אידן א געוואלדיגע פארברעך און א שנאה ציזיין דת, וואס ער קען נאך האבן אן השפעה אויף זייערע קינדער וואס האבן נישט זייערע נאטורן פון ציזיין בטבע אנגעצויגן און פרום אפשר וועלן זיי נשפע ווערן פון דעם איד און אנהייבן היטן די תורה בלויז ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן, אלזא זענען זיי ארויס מיט וויסטע אטאקע קעגן אים וואס דאס איז א אן אטאקע אנטקעגן די אידישע רעלוגיא, און מען קען באצייכענען אלץ אנטיסעמיטישע אטאקע. און אונז פארלאנגען פונעם הויכען געשעצטן מעיאר פון נ.י. סיטי ביל דעבלאזיא ער זאל עס זאפארט פארדאמען!!
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

א ציטאט פון א בארימטן שרייבער איבער די Puritans סעקטע פון די קריסטליכע רעליגיע וואס האבן זיך אויסגעצייכנט מיט זייער פרומקייט אויף זיך און אויף אנדערע (פון זיי זענען געווען די ערשטע בריטישע באזעצער אין אמעריקע).

Puritanism: The haunting fear that someone, somewhere, may be happy.
H.L. Mencken

אזוי ווי עס קריסטלט (וי"א גוי'אישט) זיך אזוי אידישט זיך
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

calculator האט געשריבן:אונז זענען מענטשען מיט א געוויסע נאטור וואס ציעט אונז בטבע צו זיין אנגעצויגן און פרום און ווי מער פייניגען דעם גוף, און אונז האבן א געשמאק און הנאה צו פייניגען דעם גוף

צריך לומר "יענעמ'ס גוף", דאס זיך זעלבסט פייניגן איז נאר כדי מ'זאל האבן א תירוץ יענעם אויך צו פייניגן, דער יצר הרע איז מסכים אז א מענטש זאל זיך מסגף זיין אגאנץ לעבן אויב דאס וועט איהם צוברענגען אפילו איינמאל צו פייניגן א צווייטן. וז"ל ר' העניך מאלכסנדר: "פון עצבות ווערט א כבדות הגוף, מ'קען זיך נישט ליידן, [און כל שכן אז] מ'קען יענעם איד נישט ליידן..." ודפח"ח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

איך וויל צולייגן: אז מען הערט יעצט פון אנגעווייטאגטע אידן אויף די אטאקא ווי זיי נעמען זיך אן, און בכלל הערט מען אזא שפראך אסאך מאל, "גארנישט טאר מען נישט, אלעס איז אסור, אלץ ניין און ניין". ודאי קומט צו אסאך נייע איסורים פאר די וואס האבן די אנגעצויגענע פרומע נאטור, וואס באמת איז עס נישט מער ווי לכל היותר א חומרא אדער א סיג.
אבער איך האלט באמת, אז פאר די אמתע אידן באדערט נישט באמת דאס אז אלעס איז אסור, די נקודה איז נישט צו אלעס איז אסור אדער מותר, עס ליגט אין זיי צורת מחנכם און זייער מהות נגד עיניהם ווי אזוי עס האט אויסגעקוקט א שבת, אן ערב פסח, ווער רעד נאך א ראש השנה, צו ביי די ליטפאקעס א שבועות, וואס אויב איינער האט נאר געוואלט האבן א צהלות פנים, איז געגאנגען פעטש אדער צום ווייניגסטענס attitude. איי לאמיר זאגן אז דער פרומער וועט קומען מיט זיין פרומע פרצוף און טענע'ן אז ראש השנה דארף מען יא זיין אנגעצויגן מחמת פחד יום הדין, איז ווי קענסטו יעצט זיין אויפגלייגט? איז אזוי: סוף סוף וועלכע איסור האט ער יעצט עובר געווען מיט זיין פרייליך, איז עס א דאורייתא שטייט אין די תורה אז מען דארף זיין אנגעצויגן ראש השנה, סך הכל איז עס נישט מער ווי א פועל יוצא פון איינער וואס גלייבט און ער פילט דעם יום הדין קען עס אים ארויס ברענגען א נארוועזקייט, איז וואס זאל ער טוען אז ער פילט נישט, זאל ער זיך איינרעדן אז ער פילט יא?, זאל ער פאפן? פעהלט אים גענוג אמונה אין יום הדין, מיט ווערן אנגעצויגן בויעט מען נישט אויף קיין אמונה ביי די קינדער. נאר די אמת איז אז באמת זענען זיי אויך נישט אנגעצויגן מחמת פחד יום הדין, נאר עס איז פאר זיי נאך א גלעגענהייט צו זיין אנגעצויגן, מיט א פאלטשען פרצוף פון פחד יום הדין. ווייל געווענליך די אידן וואס האבן באמת מורא פונעם יום הדין, צו פון א משהו חמץ נאך ביטול, וכדו' זענען אייביג
[center]אבלו ודאגתו בלבו וצהלתו בפניו!![/center]
פארשפארט