איראן׳ס גענעראל סולאמאני טויט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

איראן׳ס גענעראל סולאמאני טויט

שליחה דורך פיש כאפער »

עס קומט יעצט אריין די נייעס אז דער טרויעריג בארימטער גענעראל סולאמייני איז ערמארדעט געווארן דורך אמעריקאנער לופט קרעפטן אין א לופט אטאקע אין באגדאד איראק
חמלה גדולה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 158
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 19, 2017 4:03 pm
האט שוין געלייקט: 3965 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

שליחה דורך חמלה גדולה »

And Hezbollah's #2
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

התגרות באומות רחל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

wow
big win for trump
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

טראמפ האט נאך גארנישט געוואונען, ווארט אויף זייער רעאקציע. דא קען קומען א דריטע וועלט מלחמה.
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

טראמפ האט נישט געטוויט א גאנצן טאג
יעצט האט ער ארויסגעשיקט א אמעריקאנע פאן! און... שוין :like
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איסר האטלקי האט געשריבן:טראמפ האט נאך גארנישט געוואונען, ווארט אויף זייער רעאקציע. דא קען קומען א דריטע וועלט מלחמה.

אונז ווארטן נאך ווען זיי האבן אלע געסטראשעט אז דאס רוקן די אמעריקאנער עמבאסי קיין ירושלים וועט ברענגען ערענסטע מלחמות און רעאַקציעס, נו עמער שוין ווארטן אויף דעם אויך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די גוטע נייעס איז אז מען דארף זיך גארנישט פארכטן אז עס וועט קומען צו א מיליטערישע קאנפראנטאציע צווישן די פאראייניגטע שטאטן און איראן, ווארום די בארימטע סמאליע זונה און אידן האסערין הילהאן אומאר שר''י, וועלכע איז צום באדויערן א מיטגלידער אינעם אויסערן פאלטיק אפטיילונג אין קאנגרעס - האט הייס פארשפראכן אז זי וועט דאס קיינמאל נישט צולאזן. און ווי עס איז ברייט באקאנט האט דער פרעזידענט מיט זיינע מיניסטארן פאמפעא און עספער דאס קדחת פון די דאזיגע פינסטערע אנטיסמיטקע. דער פאקט אז דער פרעזידענט טיילט נישט מיט זיינע סראטעטיגישע מיליטערישע פלענער מיט נענסי פעלאוסי'ס ראטן הויז, און רעכנט זיך זיך גאנץ קנאפע וואס די לינקע מידיא וועט גרעפצן איבער זיינע סטראטעגיעס טרייבט די ליבעראלן צו משגעת...

איראן האט בייזוויליג אראפגעשאסן א אמעריקאנער דראון, און אמעריקע האט נישט ריטאַליאירט מיליטעריש!
איראן האט באדראהט אמעריקאנער האנדל שיפן אינעם הארמוז אפגאס, און אמעריקע האט נישט ריטאַליאירט מיליטעריש!
דער רשע און אכזר קאסעם סאָלעימאַני ימ''ש האט געמארדערט אמעריקאנער זעלנער אין די מאסן, און אמעריקע האט נישט ריטאַליאירט מיליטעריש!

וואס איז געווען די רעאקציע פון די לינקע? דער פרעזידענט פארמאגט נישט די אייער... פיין!

די אמעריקאנער אמבאסאדאר אין איראק איז געקומען אונטער אטאקע פון סאָלעימאַני אין זיינע טעראריסטן. די לינקע האבן זיך געריבן די בייכער פאר פרייד! אה! אצינד גייט דער פרעזידענט האבן זיין אייגענעם בענגהאַזי... זאל ער אויך מיטמאכן וואס די קרימענאל פרוי קלינטאן האט מיטגעמאכט - ווען זי האט מיט שאנדע געלאזט אמעריקאנע מארינען אויסבלוטיגען... ווען די ארטיגע אמבאסאדאר איז געקומען אונטער אטאקע דורך ברוטאלע איסלאמישע טעראריסטן.
דער פרעזידענט איז געווען גענוי אינפארמירט דורך זיינע מיליטערישע קאמאנדירן אויפן פראנט איבער די געפלאנטע מיליטערישע אקציע, ער האט זיך קיין סאך נישט געקימערט פון די העסליכע לינקע מידיע רעטאריק. ער האט באלד אפגעשיקט 100 באוואפענע מארינען און נאך 750 מיליטערישע פאראטרופן פון די בארימטע 82 עירבאן דיוויזיע אז זיי זאלן שיצן אויף די ארטיגע אמבאסאדע, טא קיין קלינטאן-בענגהאַזי וועט דאס קיינמאל נישט זיין. דאן האט דער פרעזידענט געגעבן די גרינע ליכט פאר די פון פאראויסבאשטימטע אקציע. אויפן פרעזידענט'ס באפעל האט א מיליטערישער אפיציר אינעם פענטאגאן געדרוקט דעם קנעפל, און א מאכפולער טויטליכער ראקעט איז ארויסגעפלויגן פון א דראון וואס האט געשוועבט העכער דעם לופטפעלד אין באגדאד, דער ראקעט האט דערגרייכט דעם אויטאָמאָביל פון דעם ארכי טעראריסט סאָלעימאַני, דער קאר איז ספאנטאן פארוואנדלט געווארן צו א הויפן פארברענטע ברוכווארג, און סאָלעימאַני איז ארויפגעפלויגן אין הימל מיט שטורעם צו מחומד אין ארעם אריין, וואו ער וועט זעלבסטפארשטענדליך באלוינט ווערן מיט 72 בתילות טובת מראה פאר זיינע גוטע טאהטן.

גוט קארדענירט! גוט פלאנירט! פעלאוסי איז זיך נאך פארנומען צו קרייצען דאס אונטערשטען און פראבירט נאך צו פארשטיין וואס דא האט ווירקליך פאסירט אונטער איר באבישע נאניע...

דער פרעזידענט האט זיין איינגארטיגער מהלך אין יעדע אינזיכט, און דאס טרייבט די פרעש וועלכע שווימען מאסנווייז אינעם וואשינגטאן זומפ, באנקערס... פיר מער יאר! פיר מער יאר![/justify]
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

salemeini.JPG
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איז אבאמא וואלט טאקע נאר אטאקירט כדי ערוועלט צו ווערען נאכאמאל, פארוואס דען?
טראמפ, ער האט געהאט גוטע סיבות, און ער האט עס געטוהן ווייל ער האט ביצים, די חברה אין איראן ציטערען און קאקען אין די גאטשעס זייערע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער גאנצע וועלט שטייט געשפאנט און פאלגט נאך מיט גרויס אנגסט די אנטוויקלונגען אינעם מיטל מזרח. די באטורבאנטע מולאס פון טעהראן לאזן זיך נאכאנאנד הערן מיט פרישע סטראשערייען און דראהאונגען קעגן דעם אמעריקאנעם שטן - אין רעאקציע צו די סוקסעספולער אטאנטעט אויף גענעראל קאסעם סאָלעימאַני. פרעזידענט טראמפ לאזט זיך אבער נישט שפייען אין די קאשע, ער אנטשפרעכט טויטליכע קעגן-רעאקציעס פאר די מינדעסטע מיליטערישע פראוואקאציע פון איראן. דאס אמעריקאנער מיליטער שטייט פולשטענדיג גרייט אפצושלאגן יעדע סארט מיליטערישע קאנפראנטאציע פון די איסלאמישע רעוואלוציע געווארדיסטן. דער פרעזידענט האט דעקלערט אז די עיר פארס איז גרייט צו באמבערדירן 52 סטראטעגישע צילן אין איראן ספאנטאן, אריינגערעכנט קאלטורישע צילן, אויב און ווען נויטיג. די מולאס אין איראן גלייבן אצינד פרעזידענט טראמפ אויף זיין ווארט, זיי ווייסן שוין היינט צו טאגס אז דער פרעזידענט איז א גוזר ומקיים, דאס צופיצלטער פארברענטע קערפער פון סאָלעימאַני דינט פאר זיי אלס א לעבעדיגער באווייז אז פרעזידענט טראמפ מיינט ביזנעס.

דער גאנצער אונטערנאציאנאלער וועלט האט פריי אפגעאטעמט מיטן טויט פונעם ארכי טעראריסט סאָלעימאַני. אפילו די דאזיגע וועלכע זאגן עס נישט ארויס הויך מיטן מויל,פרייען זיך אבער טיף אין הארצן, אז דער פרעזידענט האט געהאט די קאראזש צו טאן דאס וואס ס'האט שוין לאנג געדארפט געטאן צו ווערן. עס איז נישט קיין צווייפל אז דער וועלט איז אצינד מער א פארזיכערט ארט מיטן אפוועזנהייט פון אזא שעדליכער בלוטיגער טעראריסט ווי סאָלעימאַני. אבער נישט די הייפעלע ליבעראלן אין וואשינגטאן - זיי שטייען פולשטענדיג מיט די מולאס אין איראן. זייער כראנישע קראנקהייט וואס איז באוויסט אלס טראמפ דארענזשמענט סינדראָום - טרייבט זיי נעבאך צו משוגעת.

וואס עגבערט אזוי פאר די זעלבסט-האסנדע פארשוינען דארט אין וואשינגטאן?
עס עגבערט זיי פשוט דאס פאקט אז דאס אמעריקאנער פאלק איז שוין היינט באוויסטזיניג אז די ליבעראלן זענען פשוט א געפאר פאר דאס נאציאנאלע זיכערהייט פון אמעריקע. דאס פאלק פארשטייט זייער גוט פארוואס דער פרעזידענט האט געטאן דעם אויסערארדענטליכער שריט פון האלטן די דעמאקראטן אין די טינקל מיטן זיי נישט אינפארמירן איבער זיין פאראויסבאשטימטע פלאן אומצוברענגן סאָלעימאַני. אפילו פאר מאנכע פון די 'כאפטע פון אכט' וועלכע ווייסן אפיציעל אלע רעגירונג געהיימעניסן, א שטייגער ווי פעלאוסי, לינגער שיף, און הויקער שומער, איז די אקציע געקומען אלס א טאטאלער איבעראשונג. און זיי קענען דאס נעבאך נישט איבערטראגן. די פאקט אז זיי זענען אויסגעשלאסן פון ערענסטע נאציאנאלע זיכערהייט אנגעלעגנהייט טרייבט די מאכטגייציגע ליבעראלן באנקערס... דאס פאלק פארשטייט גוט אז אין פאל דער פרעזידענט באגייט ווען דעם נארישער שריט און ווענדט זיך ווען צום קאנגרעס פאר ערלויבעניש אומצוברענגן סאָלעימאַני וואלטן ווען די ליבעראלן געטאן אלעס אויף די וועלט אים צו שטערן. דער אנגסט אז דער פרעזידענט וועט האבן א מיליטערישער געווינס איז פאר זיי פול מער ווי די נאציאנאלע זיכערהייט פון אמעריקע.

אלס א נקמה אינעם פרעזידענט פארן זיי האלטן אין די טינקל און מאכן פון זיי דאס גענאר, גרייט זיך אצינד שקלאפטע פעלאוסי דורכצופירן א רעזעלוציע אין קאנגרעס איינצוצוימען דעם פרעזידענטס מיליטערישע אויטריטעט. אפגעזען אז דאס איז שעדליך פאר די נאציאנאלע זיכערהייט פון אמעריקע. פאר די דאזיגע שקלאפטע וואס איז נעבאך אנגעשטעקט מיט א שווערע דאזע טראמפ דארענזשמענט סינדראָום, איז איר אייגענער ארעגאנץ און שרעקליכע מאכטגייציקייט העכער אלעם. דער פרעזידענט האפט אז די רעזעלוציע וועט גלייכצייטיג אויך געשריבן ווערן אויף פאפיר אזוי אז ער זאל דאס קענען נוצן זיך אונטערצווישן, ווארום פאר עפעס אנדערש איז דאס נישט ווערט. א קאנגרעס רעזעלוציע איז נישט מאסגעבנד פאר גארנישט, עס איז אפשר א שטיקל היילונג פאר טראמפ דארענזשמענט סינדראָום, גארנישט מער!

דער מעסיגער דעמאקראטישער סענעטאר פון קאנעקטיקעט ר' יוסף ליבערמאן זז''ג האט נעכטן אין א ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט געווארנט זיין אייגענעם פארטיי - אז דאס נאכפאלגן די דיסטראקטיווע דאקטערין פון די אַפּאָקאַליפּסיע פערדלעך קאָרטעז, אמאר, און טאליב, וועט בלויז פירן צו די ווידערוויילונג פונעם פרעזידענט, און צו די דיסטראקציע פון די דעמאקראטישער פארטיי. דער געוועזענער סענאטאר רעדט אבער ווארשיינליך צום דופן עקומה, זיינע קאלעגעס ליידן נעבאך פון טראמפ דארענזשמענט סינדראָום, און עס איז נישטא וואס צו מאכן מיט זיי...

פאר אונז בלייבט בלויז איבער זיי צו ווינטשען א הערצליכער רפואה שלימה.[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די איראנישע פראפעגאנדע מיניסטעריום רייבן זיך די בייכער מיט פארגענוגען, נעמליך, זייערע קאלעגעס אין וואשינגטאן א שטייגער ווי שקלאפטע נענסי פעלאוסי מיר אירע ליבעראלע נאכשלעפער לייגן אראפ א פענאָמענאַלע אַרבעט פארן רעזשים אין איראן. זייער הויפט אגענטקע די באוויסטע רשענטע און אידן האסערין פון סמאליע, אילהאן אומאר שר''י פירט אן מיט א גאנצע קאליציע פון ליבעראלע אקטיוועטיסטן צו העצן קאנגרעס צו שטערן דעם פרעזידענט אין זיין אומבויגזאמער קאמף מיט די איסלאמישע רעזשים אין איראן. דער פרעזידענט דארף זיך בלויז האלטן פעסט און נישט באיינפלוסט ווערן פון די אקטיוויטעטען פון די דיסטראקטיווע שלענג אין וואשינגטאן און זייערע איראנער אויבערהארן... ליכטיקייט וועט ארויסשיינען איבער טינקלקייט, פרייהייט וועט זיך שטארקן איבער טיראניע, אמת וועט אוועק שטויסן דעם שקר, גערעכטיקייט וועט פארטרייבן פארדארבענקייט....[/justify]
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז מיר צו שווער צו ליינען די פארגרייזטען אידיש איבערזעצונג פון פאקס ניוז, על כן וועל איך עס לאזען פאר א צווייטען.

נאר מיר זעט אויס די גאנצע זאך ווי א שפיל. איראן האט איהם געוואלט טויט, מ'האט געלאזט די אמעריקאנער וויסען אז זיי מעגן עס טון. אמעריקא הרג'ט איהם, זיי שיסען צוריק אויף ליידיגע בניינים, און דערנאך בארואיגט מען זיך און יעדער מעג זיך פאטשען אויף די פלייצעס. און די פופציג-זעכציג מענטשן וואס האבען געכאפט א שטארב ביים לויה איז נאר לקינוח הסועדה פאר די בלוט-דארשטיגע נקמה באוועגונג.

איך קלער אז טראמפ האט פאראויס נישט געוואוסט פון די סטרייק, און נאכ'ן סטרייק האט מען איהם געווארענט אז טאמער ער גייט נישט אין שפאן, וועלן אלע רעפובליקנער שיסערס ארויס גיין קעגן איהם, און ער וועט טאקע פארלירען זיין אמט. ער האט זיך געשראקן און געשוויגן פאר א גאנצע טאג, און אזוי האט מען געטון וואס מ'האט געמוזט טון. לכאורה וועט ער טוויטען עפעס קעגן די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די נעקסטע פאר וואכען נוקם צו זיין אויף דעם וואס מ'האט איהם אזוי באזייטיגט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז מיר צו שווער צו ליינען די פארגרייזטען אידיש איבערזעצונג פון פאקס ניוז, על כן וועל איך עס לאזען פאר א צווייטען.

נאר מיר זעט אויס די גאנצע זאך ווי א שפיל. איראן האט איהם געוואלט טויט, מ'האט געלאזט די אמעריקאנער וויסען אז זיי מעגן עס טון. אמעריקא הרג'ט איהם, זיי שיסען צוריק אויף ליידיגע בניינים, און דערנאך בארואיגט מען זיך און יעדער מעג זיך פאטשען אויף די פלייצעס. און די פופציג-זעכציג מענטשן וואס האבען געכאפט א שטארב ביים לויה איז נאר לקינוח הסועדה פאר די בלוט-דארשטיגע נקמה באוועגונג.

איך קלער אז טראמפ האט פאראויס נישט געוואוסט פון די סטרייק, און נאכ'ן סטרייק האט מען איהם געווארענט אז טאמער ער גייט נישט אין שפאן, וועלן אלע רעפובליקנער שיסערס ארויס גיין קעגן איהם, און ער וועט טאקע פארלירען זיין אמט. ער האט זיך געשראקן און געשוויגן פאר א גאנצע טאג, און אזוי האט מען געטון וואס מ'האט געמוזט טון. לכאורה וועט ער טוויטען עפעס קעגן די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די נעקסטע פאר וואכען נוקם צו זיין אויף דעם וואס מ'האט איהם אזוי באזייטיגט.


אויב קאנספיראציעס איז דא פיל בעסערע..
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז מיר צו שווער צו ליינען די פארגרייזטען אידיש איבערזעצונג פון פאקס ניוז, על כן וועל איך עס לאזען פאר א צווייטען.

נאר מיר זעט אויס די גאנצע זאך ווי א שפיל. איראן האט איהם געוואלט טויט, מ'האט געלאזט די אמעריקאנער וויסען אז זיי מעגן עס טון. אמעריקא הרג'ט איהם, זיי שיסען צוריק אויף ליידיגע בניינים, און דערנאך בארואיגט מען זיך און יעדער מעג זיך פאטשען אויף די פלייצעס. און די פופציג-זעכציג מענטשן וואס האבען געכאפט א שטארב ביים לויה איז נאר לקינוח הסועדה פאר די בלוט-דארשטיגע נקמה באוועגונג.

איך קלער אז טראמפ האט פאראויס נישט געוואוסט פון די סטרייק, און נאכ'ן סטרייק האט מען איהם געווארענט אז טאמער ער גייט נישט אין שפאן, וועלן אלע רעפובליקנער שיסערס ארויס גיין קעגן איהם, און ער וועט טאקע פארלירען זיין אמט. ער האט זיך געשראקן און געשוויגן פאר א גאנצע טאג, און אזוי האט מען געטון וואס מ'האט געמוזט טון. לכאורה וועט ער טוויטען עפעס קעגן די רעפובליקאנער פירערשאפט אין די נעקסטע פאר וואכען נוקם צו זיין אויף דעם וואס מ'האט איהם אזוי באזייטיגט.

עס איז מיר שווער צו ליינען די פארגרייזטע געדאנקענגאנג פון אזא "חבר ותיק" ווי @ליטוואק פון בודאפעסט.

מה נשתנה, כ'דענק נישט די לעצטע מאל איראן האט געהאט א פראבלעם אפצורוימען איינעם פון וועג אליינס אן דרויסענדיגע הילף?
זייט ווען בעטן די פארדארבערנע איראנער בעלי גאה די הילף אמעריקע פאר "עניטינג"?
וואס איז די אינצענטיוו פארן שליידערן א ביינדל צו זייער ארכי-שונה טראמפ?
פארוואס וויל איראן ערלעדיגן אזא הויכגעשעצטע גענעראל וואס א ריזן חלק פון זייער אינפלוענץ און כח און דעם רעגיאן איז נאר אדאנק אים און זיינע פארבינדונגען מיט די ארומיגע מיליטערישע גרופעס?
וואס פארדינען די רעפאבליקאנער - די גרעסטע איראנער העצערס - פון קאלאבארירן מיט איראן?
פאר וועלעכע סיבה האבן טראמפ'ס געטרייע רעפאבליקאנער לעקערס אים גארנישט פארציילט?

@ליטוואק לעבן איך האב דיך געפרעגט די 6 קשיות זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביסט גערעכט, איך האב נישט קיין פארטיגע פלאן וויאזוי אלס איז פארגעקמוען. עס פעלט נאך אסאך. אבער צודרייט מוז מען זיין צו גלויבען די אפיציעלן ווערזיע. איך האב אנגעצייכענט וואס זעט מיר אויס, די פארוואס ווייס איך נאך נישט. קיין גרויסע חסיד פון בריסק בין איך נישט, אבער אין די סארט עניינים מעג מען זיי נוצן. מיר זאגן וואס, נישט פארוואס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ביסט גערעכט, איך האב נישט קיין פארטיגע פלאן וויאזוי אלס איז פארגעקמוען. עס פעלט נאך אסאך. אבער צודרייט מוז מען זיין צו גלויבען די אפיציעלן ווערזיע. איך האב אנגעצייכענט וואס זעט מיר אויס, די פארוואס ווייס איך נאך נישט. קיין גרויסע חסיד פון בריסק בין איך נישט, אבער אין די סארט עניינים מעג מען זיי נוצן. מיר זאגן וואס, נישט פארוואס.


נישט קלאר וואס דו ווילסט דא,
מען דארף זיין צודרייט צו גלויבן וואס ? ווי פונקטליך איז דיין השארה בעסער ?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ'דארף זיין צודרייט צו טראכטן אז די אמעריקאנער האבען פונקט געשאסען, און די איראנער האבען זיך באגענוגט מיט א סורפרייז שיסען פון מיסיילס אויף ליידיגע ערטער אין מיטן נאכט. טראמפ האט מער ווייניגער געשוויגען א גאנצע צייט, און די ווארטזאגערס פון די ווייט הויז רעדן ווי ראבאטן פון א פאפיער, און חזר'ן איבער די ווארט 'אימינענט'. און יעצט וויל יעדער שלום, און פארצופאל איז א פליגע אראפ געפאלען און תוך אפאר מינוט האבען די איראנער שוין געוואוסט צו זאגען אז עס איז א מעכאנישע פעלער.

יא, עפעס דא טוט זיך, און די נייעס איז זיכער נישט אמת.

גאר אינטרעסאנט, ווי די גרויסע חכמים וואס מיינען זיי האבען געכאפט די חידוש אז די נייעס זאגט נישט די אמת, פלוצלונג גלויבט מען אלס וואס שטייט דארט כמפי משה מפי הגבורה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ליטוואק, גלייב נישט די מידיע באריכטן. סוליימאני לעבט נאך און איז געזונט און שטארק
מער פין דעם האב איך נישט קיין ערלויבעניש צו פארציילן
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ממש, דער וואכעדיגע סדרה. וכי בכדי ספדי ספדיא וחנטי חנטיא?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אדער ווי רש"י זאגט סוף פרשה, "הוא מת אבל אלוהיו קיים".
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פארשפארט