שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
הנוי והנצח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 12:59 am
האט שוין געלייקט: 125 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך הנוי והנצח »

דער בריוו איז א קלארער מזוייף. קוקט אויפן דאטום: יום ה' לס'... ו' טבת! דאכט זיך מיר אז היינט איז געווען ה' טבת....

ולגופו של ענין, איך האב יעצט מברר געווען מיט איינעם וואס האט גערעדט מיטן באבובער דיין הרה"ג רח"י טויבער שליט"א וואס האט קלארגעשטעלט אז ער האט יא געחתמ'ט אויפן ארגינעילן קול קורא און נישט אויפן יעצטיגן "הבהרה". איך לאך פשוט פון די גרויסע קארפן קעפ אויף ק"ש וואס קענען ניטאמאל זעהן אזא אפענע טעות.

איך ווייס נישט ווער דער ר' שמואל ניימאן איז, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, קען זיין אין זיין תחום טוט ער זייער אסאך אויף, אבער פאר די אלע שרייערס און שפעטערס אויף די א.ג. "רבנים" וויל איך אנווייזן, דער באבובער דיין שליט"א (און אזוי אויך הגר"י רובין שליט"א מבאבוב 45) שרייבט זייער זעלטן אויף קול קורא'ס, און בכלל האלט ער זיך צוריק פון שרייבן אויף א יחיד, דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט, און אויב ער האט געפילט פאר וויכטיג צו חתמנ'ן קעגן דעם ניימאן מוז זיין אז יש דברים בגו.

ניין, ער איז נישט א דיין וואס זוכט אטענשע"ן און כבוד, פארקערט ער זוכט נישט די גאס זאל רעדן פון אים און אנטלויפט פון די זאכן ווי פייער, ער האט ב"ה גענוג אויפן קאפ מיט א הנהגה פון א גרויסע קהילה, איז לעכערליך אים צו באשולדיגן אז ער זוכט סתם צו באגראבן איינעם מחמת קנאה וכדו'.

אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הנוי והנצח, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

צפור בודד האט געשריבן:איך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.

און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?

תורה היא וללמוד אני צריך.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

יודעי דבר זאגן אז זיי האבן געפלאנט ארויסצוקומען מיט עטליכע נעמען אבער דער אנדערער האט זיך צוגעשטעלט אין די לעצטע מינוט און זיך אונטערגענומען נישט צו רעדן השקפה ענינים פאר א רבים.
ליב צו וויסן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 981
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 2658 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל

שליחה דורך ליב צו וויסן »

הנוי והנצח האט געשריבן:
אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.

נישטא ווער ס'אל לאכן..
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

המלוכה והממשלה האט געשריבן:
הנוי והנצח האט געשריבן:דער בריוו איז א קלארער מזוייף. קוקט אויפן דאטום: יום ה' לס'... ו' טבת! דאכט זיך מיר אז היינט איז געווען ה' טבת....

ולגופו של ענין, איך האב יעצט מברר געווען מיט איינעם וואס האט גערעדט מיטן באבובער דיין הרה"ג רח"י טויבער שליט"א וואס האט קלארגעשטעלט אז ער האט יא געחתמ'ט אויפן ארגינעילן קול קורא און נישט אויפן יעצטיגן "הבהרה". איך לאך פשוט פון די גרויסע קארפן קעפ אויף ק"ש וואס קענען ניטאמאל זעהן אזא אפענע טעות.

איך ווייס נישט ווער דער ר' שמואל ניימאן איז, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, קען זיין אין זיין תחום טוט ער זייער אסאך אויף, אבער פאר די אלע שרייערס און שפעטערס אויף די א.ג. "רבנים" וויל איך אנווייזן, דער באבובער דיין שליט"א (און אזוי אויך הגר"י רובין שליט"א מבאבוב 45) שרייבט זייער זעלטן אויף קול קורא'ס, און בכלל האלט ער זיך צוריק פון שרייבן אויף א יחיד, דאס איז זאכן וואס יעדער ווייסט, און אויב ער האט געפילט פאר וויכטיג צו חתמנ'ן קעגן דעם ניימאן מוז זיין אז יש דברים בגו.

ניין, ער איז נישט א דיין וואס זוכט אטענשע"ן און כבוד, פארקערט ער זוכט נישט די גאס זאל רעדן פון אים און אנטלויפט פון די זאכן ווי פייער, ער האט ב"ה גענוג אויפן קאפ מיט א הנהגה פון א גרויסע קהילה, איז לעכערליך אים צו באשולדיגן אז ער זוכט סתם צו באגראבן איינעם מחמת קנאה וכדו'.

אויף אנדערע חתימות וואלט איך טאקע נישט געמאכט קיין עסק, זיי זעהט מען אסאך אויף קו"ק, אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען. והנראה לענ"ד כתבתי. איך פערזענליך האב נישט קיין מיינונג אויף הרב ניימאן, נאר ס'גרוילט צו זעהן ווי מען באשמוצט רבנים אהן קיין האפט, בשעת מען איז אזוי "מוחה" אויף כבוד ת"ח. היפאקראטיע בתפארתו.

איך ווייס נישט אויב די צעטעל איז אמת אדער נישט אבער די פראבלעם וואס די האסט מיט די דאטום איז שטותים. ס'איז געשריבן די טאג פון חודש פון דאנערשטיג נאכט. (און אפילו אויב ס'איז א טעות , זייט ווען האט א צעטעל פון רבנים נישט קיין טעותים...). און דאס וואס די זאגסט אז ס'איז ערענסט און די האסט גערעדט צו הרב טויבער אפשר פרעגסטו אים אויך פינקטליך וואס הרב ניימאן'ס פראבלעם איז ?? קענסט מיר זאגען איין מאל אין די אידישע היסטארי וואס מ'האט געפסלט א ת''ח אהן זאגן וואס ער האט געזאגט ראנג ??! ס'איז זייער קלאר אז זיי ווילען נישט זאגן וואס פון זיין פסק איז געוועהן שלעכט לשיטתם ווייל זיי ווייסן אז רוב מענטשען וועלן ריאגירן אז דאס??? ס'איז דאך טאקע מותר!!!

קאפיש?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארוואס האט מען אויסגעלאזט די אנדערע חתימות אויף די הבהרה? פארוואס נאר יענער חותמים?

איך האב פיין געלאכט צו זען די ווערטער
אבער אויב די באבובער דיינים האבן אונטערגעשריבן, איז עס א פרעצעדענטלאזע זאך וואס מען דארף ערנסט אננעמען.

אין די שווערע צייטן אין כלל ישראל, דארף מען האבען אויף וואס צו געבן א שמייכל און א לאך. קיפ איט אפ!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שבת של פרישות

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך צפור בודד »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אידעלעך טייערע אצינד נאך די מעכטיגע קול קורא פון אונזערע הייליגע רבנים יושבים על מדין, אלזא בהוראת הרבנים הגאונים וועט דעם שבת זיין פרעזאווירט פאר פרישות, שבת ביינאכט ביי די באטעס אדער ביי די טישען וועט ווערן אויסגעשמועסט הלכות פרישות בהרחבה, ותן לחכם ויחכם עוד.
און וואס וועט זיין מיט וְלָנוּחַ בְּחִבַּת?

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

צפור בודד האט געשריבן:

נע... דאס ווארט "חיבת" איז העכערע זאכן וואס מיר פארשטייען נישט, ואין מגלין סודו אלא ליודעי ח"ן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס מען האלט אין איין הערן פין פארשידענע איז, אויב יענער האט אונטערגעשריבן מוז זיין אז יש דברים באיד, עפעס טוט דא דער ר' שמואל וואס מען טאר נישט.

און דער עפעס הערט מען נישט, קיינער קען נישט אנווייזן עפעס קראנט וואס זאל ברענגען דער קול קורא, אפילו פאר איינער וואס איז לגמרי בתלם.

דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?

דער קרבתנו עולם האלט פין אים, און א ריזען עולם פין אונז איז שוין געוועהן ביי קרבתנו, און מען קען נישט טוישן דער דעת הקהל מיט א קול קורא פין אפאר, טאקע גרויסע, טאקע אנערקענטער רבנים, אבער אלע זענען זויערע באמאכטע, און האבן פשוט נישט דער שליטה ווען אפאר עסקנים מיט זיסע פיסקלעך לייגן זיך אויף זיי ארויף, און שפילן אויסצוגן פין טעיפס פין ר' שמואל, און געבן אונטער צו פרעשור און שרייבען אונטער אויף שטותים.

רח"ד כץ וואס איז דער אונטער דרייער פין דער גאנצער מעשה, לייגט אראפ כאילו עס זענען דא צוויי סארט אידן, עס איז דא "נארמאלע" מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן, און פראבלעמאטישע מענטשן דארפען טאקע ר' שמואל, אבער נארמאלע מענטשן טארען נישט גיין צו אים.

עס איז אבער זיכער אז פאר די רבנים זאגט רח"ד כץ נאר אז ר' שמואל איז א סכנה פאר אידישקייט, אנדערע רבנים האבן נישט זיין נארישע בליק פין מאכן האלב עולם, דער קרבתנו עולם פראבלעמאטישע מענטשן, און אנדערע האבן נישט דער פראבלעם אז געווענליכע עולם זאל ווען הנאה האבן פין לעבן, רח"ד האלט אז מען טאר נישט הנאה האבן נאר פין א שיינער שיעור, אדער פין א רבי'ס טיש. אפילו א הייסע מקוה איז אסור לויט רח"ד.

ועל כולם איז דער פרעכע ליגענט פין דער קול קורא וואס שטייט אז ער איז מתיר איסורי כריתות, וואס דאס האט נישט קיין שום פשט, ער איז נישט קיין מקיל אין הלכות נדה בכלל. דאס האט מען געמוזט אריין ווארפען פאר די רבנים פין דער פרעמד וואס קענען אים נישט, למשל די ליטווישע רבנים, וואס זאלען לכתחילה ווי ר' שמואל, און וואלטען קיינמאל נישט אונטער געשריבן ווען זיי ווייסן דער טיילווייז אמת'ער פראבלעם פין ר' שמואל.

כלומר, ווי געשריבן פריער, דער אמת'ער סאטמארע פראבלעם מיט ר' שמואל איז, אז ער זאגט אז זיין א ציוני איז נישט קיין סתירה צו זיין א פרומע איד, און תהלים זאגן שבת צופרי איז נישט פין די ג' חמורות. אבער דער באבאווער דיין וואלט נישט אונטער געשריבן צוליב אזעלכע פראבלעמען, אבער ווען ער זאגט אז מען מעג הנאה האבן איז עס יא א פראבלעם לדעתו, ווייל ער איז נעבעך א באמאכטע פארמאכטע מענטש, וואס לייקענט אפילו אז ער האט הנאה פין טשאקאלאד טשיפ קאקיס. אבער פאר די ליטווישע רעדט מען איין אז ער איז מתיר כריתות, און אזוי ארבעטען די פיפיגער סאטמארע עסקנים אויף יעדן איינעם, און די נארישע רבנים שרייבען אונטער.

איין זאך האבן די רבנים אויפגעטוהן, אז דער עולם לאכט פין זיי מער, מען זאגט זיי נישט אין פנים, אבער ברוך השם דער עולם איז נישט קיין עמי הארץ, זיי ווייסן נאך אזוי גוט ווען די רבנים נעמען אונז אויף א רייד, און מען פאלגט נישט זייערע שטותים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אישתישבי האט געשריבן:דרייענדיג צווישן מענטשן, דער עולם לאכט אין די פויסטען, קיינער נעמט עס נישט ערענסט, קיינער האלט נישט אז דער ר' שמואל איז עפעס ראנג, יעדער וואס מען רעדט מיט זאגט אז עס מיינט גארנישט, סאטמארע שטיק וכו', פארוואס?
.

זעהט אויס אז דו דרייסטיך נאר ציווישן אזא איין סארט קרבתנו מענטשן. יש ויש פון אלע מינע, די שאלה איז נאר וועלכע איז מער...
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

און דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.

זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

היכי דמי האט געשריבן:און דער שמוציגער צייטונג ״דער גוי״ (פלעגט הייסן אמאל ״דער איד״) האט אריינגעלייגט די קול קורא אין זייער ביליגע פאפיר.

זיי נעמען א חלק און מוציא שם רע אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר, לשון הרע, און המלבין את פני חבירו.

זאג נאר ס'איז די ערשטע מאל איר ליינט יענע גוי'אישע צייטונג?
היכי דמי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 714
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 04, 2017 7:32 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 790 מאל

שליחה דורך היכי דמי »

גערעכט! וואס איך מיין צו זאגן, א קול קורא מיט 30 מעינסטריעם רבנים קעגן א דיין בישראל איז דאכט זיך נאך קיינמאל נישט געווען.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 593
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 345 מאל

שליחה דורך אוהב ספרים »

מיטן איבערשרייבן הונדערט און אפילו טויזענט מאל אז סאטמאר פירט די מערכה ווערט דאס נאכנישט אמת.
פינטעל!
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

צפור בודד האט געשריבן:איך זע נישט דא עיונים אין דער לשון הקול קורא. ס'הייבט זיך לשון יחיד פון איין פערשוין, דערנאך גייט עס אריבער צו לשון רבים "לא לשמוע דרשותיהם" "לא לקבל מהם" "אסור להזמינם". פון וויפל מענטשן רעדט מען דא? ויש ליישב בדוחק אז זיי מיינען תלמידים פון רב ניימאן, כעין פראנקיסטן. אויב אזוי דארף דאך יעדער שומר נפשו וויסן ווער זענען די תלמידים כדי להתרחק מהם.

און צום סוף דערמאנען זיי גאר טעיפס. האלאו, איינער אונטער 35 ווייסט וואס דאס איז בכלל א טעיפ? ביי רב פילאפ אין דער היים הערט מען טעיפס? און איז דער איסור חל אויך אויף סידיס אדער וואטסאפ קליפס? און אויב רב ניימאן איז מתיר בני ט' דבר, וויבאלד ס'איז נישט איסורי כריתות מעג מען אים כאטש אויף דעם פאלגן?

תורה היא וללמוד אני צריך.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

מ'האט שוין דן געוועהן דא וועגן דעם,
און דער הסבר איז פשוט אז פון אינמיטן די קו"ק, רעדט זיך אויך פון זיינע נאכ-פאלגער'ס.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

שמערל האט געשריבן:עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

ווער ס'מיינט פאר א הו"א אז ר' שמואל ניימאן וואס איז כבודו במקומו מונח
איז אפס קצהו פונעם וועלטס גאון הראי"ה קוק זצ"ל,
איז פשוט אז דער ווייסט ניט אמאהל ווער ער איז געוועזן.

קען זיין אין השקפה האבן סאקמער זיך ניט פארשטאנען מיט איהם,
אבער צוגלייכן עפעס א מורה הוראה וואס איז א בעל כשרון צו עפעס, איז ווייט פון פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

העראיך אז ר' יוסף מ. באב"ד האט געזאגט אז זיין חתימה איז נישט אמת !
אויך איז פארהאן עפעס א ריקארדינג פון ר' יחיאל שטיינמעץ קען איינער אהערברענגן ?
שיטה הקדושה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2019 8:35 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

Re: שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך שיטה הקדושה »

נקודת-אמת האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

ווער ס'מיינט פאר א הו"א אז ר' שמואל ניימאן וואס איז כבודו במקומו מונח
איז אפס קצהו פונעם וועלטס גאון הראי"ה קוק זצ"ל,
איז פשוט אז דער ווייסט ניט אמאהל ווער ער איז געוועזן.

קען זיין אין השקפה האבן סאקמער זיך ניט פארשטאנען מיט איהם,
אבער צוגלייכן עפעס א מורה הוראה וואס איז א בעל כשרון צו עפעס, איז ווייט פון פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
איך הער וואס די האלסט אבער אן קיין ספוק
אז ר' שמואל איז די נעקסטע גדול הדור
ער קען כל התורה כולה מיט א קלארקייט
גיי רעד מיט איהם
ח"ו אז איך מאך אוועק אנדערע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

שיטה הקדושה האט געשריבן:
נקודת-אמת האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:עס איז אפשר נישט באקאנט אז דער סאטמערער רב ווען ער דערמאנט הרב קוק אין זיינע ספרים, שרייבט ער יא ארויס "הרב" קוק. איז שטעלט אייך פאר ווי א גרויסע רשע מרושע דער שמואל ניימאן איז אז ניטאמאל א ארויסגעשריבענע הרב קומט זיך אים.

ווער ס'מיינט פאר א הו"א אז ר' שמואל ניימאן וואס איז כבודו במקומו מונח
איז אפס קצהו פונעם וועלטס גאון הראי"ה קוק זצ"ל,
איז פשוט אז דער ווייסט ניט אמאהל ווער ער איז געוועזן.

קען זיין אין השקפה האבן סאקמער זיך ניט פארשטאנען מיט איהם,
אבער צוגלייכן עפעס א מורה הוראה וואס איז א בעל כשרון צו עפעס, איז ווייט פון פארשטיין פון וועמען מ'רעדט.
איך הער וואס די האלסט אבער אן קיין ספוק
אז ר' שמואל איז די נעקסטע גדול הדור
ער קען כל התורה כולה מיט א קלארקייט
גיי רעד מיט איהם
ח"ו אז איך מאך אוועק אנדערע

Sent from my Pixel 3 XL using Tapatalk

:lol: :lol: :lol:
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שארפע קול קורא פון 30 רבנים קעגן הרה"ג ר' שמואל ניימאן

שליחה דורך חוקר ודורש »

הגאון רבי יצחק לעבאוויטש איז די וואך געווען אין וויליאמסבורג אויף שבת, ביי די קידושא רבא תורה האט ער מוחה געווען אופן קול קורא, זאגענדיג אז ארויס געבן א קול קורא קעגן א יחיד איז א נייע זאך וואס האט זיך אנגעהויבן אין די תש״מ יארן ווען מ׳איז ארויס קעגן דעם בעלזער מיט חרמות, און דאס איז נישט געווען די וועג פון אונזער רבי׳ס.

Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אוהב ספרים האט געשריבן:מיטן איבערשרייבן הונדערט און אפילו טויזענט מאל אז סאטמאר פירט די מערכה ווערט דאס נאכנישט אמת.
פינטעל!

ווייל די ביסט א אהרוני. סארי, מען רעדט די זאליס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

דאכט זיך אז די מערכה קומט טאקע פון סקווירא און וויזניץ. אזוי קוקט מיר עס אויס.

א מערכה וואס קומט פון סאטמאר האט נישט קיין איין פרעמדע חתימה היינט צוטאג.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און פארדעם איז עס געדריקט אין דער איד.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט