שבת אחים האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:יתרו האט געשריבן:איך פערזענליך האלט אז מען ברויך דער ר' שמואל אסר'ן פשוט ווייל ער איז נישט לייסענסעד, און געבעטן ווי א *** 250 א session
ער מעג בעטן וויפל ער וויל ווילאנג ער פארקויפט זיך נישט אלץ דאקטער.
בד״וו איך נעם $600 א שעה און איך האב קוים דרייווינג לייסענס ניטאמאל א מערידזש לייסענס...
קיינער קומט נאר נישט! איך האב נישט קיין פאציענטן דערווייל (ווער ס׳וויל קען זיך איינשרייבן ביי די גבאים)
אז ער האט מענטשען וואס ווילן אים באצאלן פארן זיי העלפן 250 דאללער איז גוט פאר אים... ר׳ יוסי באב״ד אום ר׳ מילך-קעסטל וויינבערגער קען עס נישט באווייזן קיינער צאהלט זיי נישט גארנישט...
ער פארקויפט זיך אלץ טערעפיסט! און זיין אינטערוויוא אין מאמענט האט ער גערעדט ווי א גאנצער געלערנטער און ער איז דער אדררעסס פאר אלע OCD ליידענדע וואס יעדער האט זיך שוין מייאש געווען .. טוה מיא א גענאדע, ניטאמאל דיעגנאזן OCD געהעריג קען ער, וואסארא הבלים ער האט גערעדט דארט.
איך הער וואס איר זאגט.
דא איז די שמועס וועגן א אנדערע נקודה אינגאנצן. מען איז דא דן אויב א פרומער רב וואס איז א ת״ח פסקנט שאלות וואס איז מעהר ליבעראל האבן אנדערע רבנים א רעכט ארויסצוטרעטן קעגן יענע רב׳ס פסקים און אים באשמוצן אין פובליק.
איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון ר׳ שמואל ניימאן, איך קען נישט זיינע therapy methods, איך וואלט נישט רעקאמאנדירט קיינעם צוגיין צו אים אלץ א טעראפיסט, נאר צופרעגן געוויסע שאלות אין הלכות איז ער פונקט אזוי כשר ווי אלע אנדערע רבנים אין מיינע אויגן. די רעשט קען טאקע זיין איר האט רעכט אז ער איז ווייט פון א טעראפיסט.
בכלל דאס אז ער האט זיך פארקויפט ביי א אינטערוויוא אין מאמענט אלץ א מבין אין א געוויסע סובדזשעקט דאס מיינט נאכנישט אז ער פארקויפט זיך אלץ א טעראפיסט, ער זאגט דארט אז ער איז א טעראפיסט אדער אז ער האט מבינות אין א געוויסע Area?
איך בין נישט מצדיק די רבנים קיין איין רגע, ס'איז רשעות און אכזריות וואס זיי האבן געטוען מיט אים, נישט קיין פראגע, כהאב נאר געזאגט אויב אים אסר'ן ,זאל מען אים אסר'ן צו זיין א טערעפיסט, נישט קיין רב.
איך געדענק בשעת ליינען זיין אינטערוויאו איז מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ מער ווי איין מאל. לערן דיך אויס עס איז נישטא אזא זאך אין תורת הנפש צו זיין א מבין אויף איין סובזשעקט! אויב קענסטו נישט דעם DSM ישיר והפוך און געהאט שימוש אויף א גרויס חלק פון די דיסארדערס ,איז לא ימלט צו מאכן גראבע טעותים, אפילו ביי דיעגנאזן איינעם מיט OCD, עס קען דיר אויסזען ווי OCD, און נישט האבן קיין שיכות וכן להיפך.