זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: ייש"כ פאר ריהמען מיין פשט'ל. אבער אין רעאליטעט נוצט מען ביידע ווערטער ביי פארשידענע געלעגנהייטן. למשל, מ'זאגט...ער האט זיך אויסגעלערנט צו דרייוון א קאר. אויך זאגט מען...ער האט זיך איינעלערנט וויאזוי צו פיהרן די פאבריק...!
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

לאשיצער האט געשריבן:איך מיין אז כ'האב טאקע געדארפט זאגן "אויסלערנען".
אויסלערנען זיך הייסט לערנען לערנען לערנען ביז מ'לערנט זיך עפעס אויס.
איינלערנען זיך הייסט דער פראצעס. אז איינער גייט מאכן אן עקזאמען אין עפעס א פרעמדער שפראך מוז ער זיך איינלערנען א לאנגע ריי ווערטער, ער זאל וויסן דעם באדייט פון יעדן ווארט.
אז איינער א ק"ש שרייבער רעכנט אויס אלע כללים פון דער אידישער גראמאטיק (וואס דאס איז נישט מעגליך) קען אן אנדערער זיך איינלערנען די רשימה כללים.
אזוי פארשטיי איך דעם חילוק (אבער אידיש איז נישט מיין ערשטע שפראך).

איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)


mevakesh האט געשריבן: אויב זיכט איהר אפצושאצן יידיש ביים חסידישן ציבור איז לכאורה אייוועלט מער געאייגענט פאר דעם ווייל עס רעפרעזענטירט די ברייטערע ציבור נישט נאר איין סארט אזוי ווי אויף קאווע שטיבעל

איך האלט אויך אזוי. פארשטייט זיך אז ק"ש קען מען רעדן אסאך ענינים וואס מ'קען נישט דארט, און דערפאר בין איך דא, אבער אייוועלט האט סאך מער שרייבער'ס, און צוליב דעם סאך מער גוטע שרייבער'ס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אייוועלט האט אסאך מער שרייבערס, זאגאר פראפעסיאנעלע שרייבערס. אבער זיי שרייבען אקוראט וויאזוי די אויסגאבעס שרייבען, ווי קיין שעפערעשקייט איז נישט ערלויבט. ממילא איז עס אוממעגליך צו כאפען ווער איז דער שרייבער בלויז פון די סגנון הכתיבה זיינער. די אידיש אויסגאבעס זענען געפערליך אין דער הינזיכט. איך האב אמאל פראבירט זיך צו שאפען א דזשאב צו שרייבען עפעס וואכענטליך פאר א געוויסע ארגאניזאציע. איך האב יענעם אריין געשיקט א מוסטער פון מיין שרייב ארבעט, האט ער געזאגט אז די אידיש איז נישט גענוג 'היינטיג', עס איז צו פארצייטיש. איך האב עס איבערגעליינט און באמערקט אז איך האב גענוצט ווערטער וואס זענען עטוואס צו לאנג פאר איהם. אין די אלגעמיינע וועלט גיבט עס צו א פראפעסיאנעלקייט פאר'ן אויסגאבע, אבער ביי יענעם, וואס פארטרעט די ציבור נדבנים פון זיין ארגאניזאציע, איז עס גאר א חסרון.

דא אין ק"ש זענען פארהאנען א ריזיגע אויסוואל פון שרייבערס, מאנכע בעסער און מאנכע שוואכער. יעדער מיט זיין טעם און שעפערישקייט. קיינער וועט נישט אויסמישען אבטולמוס מיט קאך_לעפל, און עס איז נישט מעגליך זיך צו פארגרייזען צווישען ונבנתה העיר און ריכטיג, ווי אויך בערל בעל עגלה און קורקלאנד. נישט נאר אין תוכן, נאר אין די ווערטער וואס מ'נוצט און די וועג פון זיך אויסדרוקן. יעדער שרייבט וויאזוי ער וויל, נישט וויאזוי די אונטערשטער שורה אין גאס וויל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

הדסים האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: איך ווייס אז דו וועסט שיסן אויף מיר חצים ובליסטראות.(גיי פרעג רש"י פונקטליך וואס דאס מיינט) אבער אויב מ'קריטיקירט שוין וועלל איך דיר זאגן אז איינס פון דיינע שארטקאצינגס איז אז דו מישט אויס לשון זכר און לשון נקיבה. עבר און עתיד. יחיד ורבים. און צומאל לייגסטו צו אן איבעריג'ן אות צו ווערטער...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אדרבא, איך בין אפען צו יעדער סארט קריטיק אין דער (די?) הינזיכט. איך מיין אבער אז די סארט גרייזען זענען אזוי מאסגעבנד, אז פון ליינען ביכער און צייטונגען וועל איך זיך נישט אויסלערנען וויאזוי צו שרייבען, ווייל די בלינדע פיהרען די הינקעדיגע (ווי מ'זאגט אויף ענגליש).
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שארטקאצינג?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6957
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לאשיצער האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?

ס'איז אזוי אידיש ווי די ווארט כשר איז כשר אידיש. ווער איז דער וואס איז מחליט וואס איז אידיש און וואס איז נישט? אלע אידישע ווערטער שטאמען פון דויטש, אונגאריש, פויליש, רוסיש, און נאך, ס'מאכט זיי נישט אויס אידיש, אידן אליינס שטאמען פון גוים.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש: דו האסט פארגעסן אויסצורעכענען א סאך ווערטער וואס ווערן באנוצט, מערסטנס דורך אונגאריש/רומענישע אידן. וועלכע שטאמען פון פראנצויזיש. נאר זיי זענען אזוי שטארק פארבויגן געווארן אז מ'דערקענט שוין כמעט נישט פון וואו זיי שטאמען...!

פראפעסאר לאשיצער האלט אנדערש. האמיר א מחלוקת הפוסקים. אבער ער איז דאך א פראפעסאר. און איך בין נישט מער ווי א בעל עגלה. וועלכער געט צו עסן פאר זיינע פערדלעך ..."לאו סאלפור"...!

נ.ב.: ווער פון די חכמים יודעי העתים ווייסט וואס לאו סאלפור איז. זאלל זיך ביטע אנרופן...!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
לאשיצער האט געשריבן:
הדסים האט געשריבן:איך האב קיינמאל נישט געהערט די ווארט איינלערנען, אבער לויט וויאזוי די ביזט עס מסביר, איז עס די זעלבע ווי איינ'חזר'ן. (פארשטייט זיך אז דו מוזט עס נישט מקבל זיין אלץ א אידישע ווארט.)

וואדען? איינ'חזר'ן איז א כשר אידיש ווארט. איר האט א ספק ווייל דער שורש שטאמט פון ל"ק?

ס'איז אזוי אידיש ווי די ווארט כשר איז כשר אידיש. ווער איז דער וואס איז מחליט וואס איז אידיש און וואס איז נישט? אלע אידישע ווערטער שטאמען פון דויטש, אונגאריש, פויליש, רוסיש, און נאך, ס'מאכט זיי נישט אויס אידיש, אידן אליינס שטאמען פון גוים.


מיינע צוויי פרוטות:

אין אידיש קען מען זאגן: בייטאג שיינט די זון. ביינאכט שיינט די לבנה.
אין אידיש קען מען נישט זאגן: בייטאג שיינט דער שמש. ביינאכט שיינט דער מאנד.

ד"ה אידיש איז נישט סתם א "רענדאם" געמיש פון העברעיש מיט גערמאניש מיט אנדערע לשונות, נאר א סיסטעם וואס האט זיך אויסקריסטאליזירט ארגאניש, דורך דורות אידן וואס האבן זיך באנוצט מיט דער שפראך.

און די שפראך איז נישט נאר ווערטער. דאס פאלק האט באשטימט אז דער ווערטער-סדר איז אידיש:
"איך קען אים ווייל מיר האבן געלערנט צוזאמען אין חדר"
און אז דער ווערטער-סדר איז נישט אידיש:
"איך קען אים ווייל מיר צוזאמען אין חדר געלערנט האבן" (דאס איז א דייטשער סינטאקס)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער סדר איז נישט פין ענגליש?

בדרך אגב, דער סדר אין דייטש איז אביסל אנדערש ווי די ברענגסט לויט גוגל.

Ich kenne ihn, weil wir in der Schule zusammen gelernt haben
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

אישתישבי האט געשריבן:דער סדר איז נישט פין ענגליש?

זיכער נישט. דער כלל אז דער ווערב מוז קומען אויפן "צווייטן ארט" אפילו אין בייזאצן (embedded clauses) איז זייער אלט, לאנג לאנג איידער אידיש-רעדנדע אידן זענען געקומען אין קאנטאקט מיט ענגליש.

אגב אין ענגליש קען מען זאגן: I know him because back in New York we used to study together.
אין אידיש קען מען נישט זאגן: איך קען אים ווייל אין ניו יארק מיר פלעגן לערנען צוזאמען. (נאטירליכער: פלעגן מיר)

איך האב געהערט לינגוויסטן טענה'ן אז דער גראמאטישער שטריך פון אידיש (וואס איז ווי געזאגט אנדערש פון דייטש) איז ארויסגעוואקסן פון קאנטאקט דווקא מיט די סלאווישע שפראכן. די סיבות דערפאר זענען גאר קאמפליצירט, און מוזן זיין גאר קאמפליצירט, ווייל די סלאווישע שפראכן שטעלן נישט דעם ווערב אויפן צווייטן ארט... (ד"ה אין פויליש, טשעכיש, אוקראיניש קען מען אפילו זאגן "היינט איך גיי" וואס איז אוממעגליך סיי אין אידיש סיי אין דייטש).
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

אז איך בין נישט זיכער וויאזוי צו בוכשטאבירן (ספעלען, אויסלייגן) א ווארט קום איך אריין אין ק"ש און איך לייג אריין די וואריאנטן אין דאס זוך קעסטל אויבן לינקס. אז איינס געבט מיר 135 רעזולטאטן און דער אנדערער 19 ווייס איך באלד וואו איך שטיי. אזוי אויך אז ס'פאלט מיר איין א ווארט און איך בין נישט זיכער צי ס'עגזיסטירט אזא ווארט קוק איך צי מ'האט עס דא שוין געניצט. אדער לגבי זכר\נקבה קוק איך וויאזוי אנדערע שרייבן. (אויף גראמאר איז אביסל שווערער.) אמאל אז ס'איז נישט אן אפט געניצטער ווארט און די רעזולטאטן זענען מער ווייניגער שווה בשווה און די נומערן זענען נישט גענוג מכריע צו זיין, מוז איך זיין אביסל סוביעקטיוו און קוקן ווער האט געשריבן אזוי און ווער אזוי. און אז עס זענען דא אפילו צווישן חבירים ותיקים צדדים לכאן ולכאן מוז איך זיין נאך מער סוביעקטיוו און באשליסן לויט ווי דער שרייבער געפעלט מיר פערזענלעך.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קטלא קניא: דו זאגסט גוט. אבער דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער...!
באניצער אוואטאר
קטלא קניא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 08, 2018 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 70 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 607 מאל

שליחה דורך קטלא קניא »

berlbalaguleh האט געשריבן:קטלא קניא: דו זאגסט גוט. אבער דו מאכסט מיך קוילערן פאר געלעכטער...!

ולשמחה מה זה עושה? איך טרייב נישט קאטאוועס (36 רעזולטאטן) און איך טו באמת אזוי.
העלפט פאַררעכטן דער עתיד פון אונזערע ייִנגלעך!
וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר
והאיש משה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 12, 2014 12:00 pm
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 184 מאל

שליחה דורך והאיש משה »

37
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: זיך איינלערנען וויאזוי צו שרייבן אדאנק ק"ש

שליחה דורך החוקר »

@לאשיצער למעשה וואו האלט דער ארטיקל, איז עס שוין גרייט?
באניצער אוואטאר
לאשיצער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 17, 2015 11:49 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 302 מאל

שליחה דורך לאשיצער »

החוקר האט געשריבן:@לאשיצער למעשה וואו האלט דער ארטיקל, איז עס שוין גרייט?


דעם קיצור האט מען שוין פובליקירט: https://www.frontiersin.org/articles/10.3389/frai.2020.00035

ווען מ'וועט ארויסגעבן דעם גאנצן ארטיקל וועל איך שטעלן דעם לינק אויף ק"ש (דאכט זיך דעם זעלבן לינק).
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קטלא קניא האט געשריבן:אז איך בין נישט זיכער וויאזוי צו בוכשטאבירן (ספעלען, אויסלייגן) א ווארט קום איך אריין אין ק"ש און איך לייג אריין די וואריאנטן אין דאס זוך קעסטל אויבן לינקס. אז איינס געבט מיר 135 רעזולטאטן און דער אנדערער 19 ווייס איך באלד וואו איך שטיי. אזוי אויך אז ס'פאלט מיר איין א ווארט און איך בין נישט זיכער צי ס'עגזיסטירט אזא ווארט קוק איך צי מ'האט עס דא שוין געניצט. אדער לגבי זכר\נקבה קוק איך וויאזוי אנדערע שרייבן. (אויף גראמאר איז אביסל שווערער.) אמאל אז ס'איז נישט אן אפט געניצטער ווארט און די רעזולטאטן זענען מער ווייניגער שווה בשווה און די נומערן זענען נישט גענוג מכריע צו זיין, מוז איך זיין אביסל סוביעקטיוו און קוקן ווער האט געשריבן אזוי און ווער אזוי. און אז עס זענען דא אפילו צווישן חבירים ותיקים צדדים לכאן ולכאן מוז איך זיין נאך מער סוביעקטיוו און באשליסן לויט ווי דער שרייבער געפעלט מיר פערזענלעך.

דאס ארבעט נאר ווען די שרייבערס זענען פארשידענארטיג. ווען איין מענטש האט זיך איינגערעדט א געוויסע אויסלייג, און ער האט ליעב צו נוצן יענער ווארט, וועסטו עס טרעפן אין אן א שיעור ערטער, און אלס מיט די זעלבע גרייז איבערגעחזר'ט. ואני מבני בניהם.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט